בית פורומים כל העולם כולו

מעמד הוצאת ספרי תורה ביהמ"ד בית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2009 17:22 לינק ישיר 

און ר' יחזקאל גאלד האט געלאזט ארעסטירן אן קיין היתר בית דין א טייערן איד, הרב וויינגארטן, און אים איינגעזעצט אין תפיסה אויף פערציג יאר צוליב א בלבול פון זיין אפגעפארענע טאכטער.

די צביעות פון די בני יואל רבנים איז ממש אומגלויבליך.

קען איינער ביטע עפענען אן אשכול מיט א פונקטליכע ליסט פון די אלע בני יואל רבנים און זייער רילעשאנשיפ מיט מוסרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 17:52 לינק ישיר 

דער הייליגער סעפטיק, אויף וואס מען האט זיך געשלאגען מיט אזא מס''נ, זיך געווארפען אונטער דעם פארעדיגען טראקטאר, מיט טלית און תפילין, האט מען שוין אריבער געפירט קיין חרדים? אדער עס געפינט זיך נאך אלס אונטער אוהל חי' רוזא???

די 3 באי כוחה'עס פון דער רעביצען אלטע פיגא ע''ה

 יעקל ברוך, זלמן לייב וואלדמאן, מאיר דייטש,

וואס זענען געגאנגען אונעם גויאישען קארט אן קיין רשות ב''ד, אלעס למען הרצון פון די הייליגע רעבעצין אז עס זאל זיין און איר שטוב א מקום תורה ותפילה, האבן שוין איבערגעגעבן די שליסליך פאר די ארגינעלע בעל בתים, קהל יטב ד'סאטמאר?  אז קהל זאל דעם געוועזענעם קרעשמע פארוואנדלען פאר א מקום תורה ותפילה כרצונה פונעם רעבעצין?

נאך א זאך דער מאסיווער אפיקורס, און מניוול מיילעך שטערן שר''י, האט געשריגען אז מיר וויעלן מאכען פארגעסען די פריערדיגע גדולי ישראל, און מיר לאכען אפ פון די פריערדיגע גדולי ישראל, עכ''ל עפ''ל:

וועמען האט דער רשע געמיינט,? דעם הייליגען מנחת יצחק זי''ע ובית דינו הרה''ק ר' משה ארי' זי''ע הרה''ק ר' בנימין ראבינאוויטש זי''ע הרה''ק ר' ישראל יעקב פישער זי''ע?? וואס האבן געאסערט די בני יואל? בשנת תשמ''ט לפ''ק? אריין גערעכענט די טרעפ פון די חרידים שוהל אויף וואס דער אפיקורס מיילעך שטערן שטייט בשעת'ן זאגען די דאזיגע ווערטער?


ווער לאכט אפ פון גדולי ישראל???? ווער רייסט אויס דעם הייליגען רבי'ן זי''ע? ווער? די וואס גייען אונעם טמנעם בג''ץ?

די דאזיגע וואס שטעלן אויף א ישיבה מיטן נאמען תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר, און טרעטען דארט בריש גלי אויף יעדע איינציגע הוראה פון רבינו הקוה''ט זי''ע, וואו בחורים זאלן נישט גייען צו קיין חתונה'ס, אדער מען לערענט דארט דעם דרך הלימוד פון די ליטא, נישט דעם אלטען אויסגטרעטענעם דרך הלימוד פונעם הייליגען חתם סופר זי''ע ותלמידיו, וואו דער הייליגער רבי זי''ע האט אונז געלערענט?  און נאך און נאך?

די וואס לאכען אפ פון די הייליגע הוראה פון רבינו הקוה''ט זי''ע בנוגע שטיין זאלטץ?

די ווייסט אפשר ווער עס האט מייסד געווען דעם ''הייליגען ווילידש'' ? ניין? קיק אריין אונעם ספר פון דיין ביזעם פריינד, וואס כמעט אזא אפיקורס וואו דיר, רצון צדיק, וועסטו זען ווער עס האט מייסד געווען דעם ווילידש, דער ווילידש האט מייסד געווען רבינו הקוה''ט זי''ע בשנת תשל''ו, אלזא? ווער ביזטו די ראצער צו שרייען קעגען ווילידש, וואס שטעלט דיר צו ווייסער מיט סוער, מיט זיכערהייטס, מיט כשר פלייש, אמקום וואו דיינע שונרען און טעכטער זאלן זיך קענען אפרוען נאכן געבוירן א קינד,?

נאר ביים עירב וואס איז מוטל בספק וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געהאלטען, דאן זינגט מען דער רבי זי''ע ניגון, פארוואס? ווייל מען שלאגען און פייניגען יודען, און אויסגעבן די מידות משחתות, דאן נעמט מען דען רבי'ן זי''ע פאר א שטעקען? היש לך אפלאכען פון רבינו הקוה''ט זי''ע גדול מזה ????

מר' אין לי קעניג, (מיילך שטערן) גיי דיר צירוק קיין נייטרא, און לאז אפ סאטמאר, הער אויף צו פארגיפטיגען און פארדארבען אונזערע קונדער און טעכטער, דיין פיסק איז חזיר טרייף, דיינע הענט זענען חזיר טרייף, די קאפ מיט דיין ווייסע בארד זענען חזיר טרייף, די ביזט א מין אן אפיקורס פון דעם ערשטען קלאס, ביזט מטמא בהבל פיך, כזב ומצורע,





תוקן על ידי פארשטיי ב- 08/12/2009 18:00:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מעמד הוצאת ספרי תורה ביהמ"ד בית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext