זייער פארדארבענע חינוך שטינקט ארום אין די גאס ווי שוין דא באריכטעט איז געווען א ריזיגע פראטעסט אין לאנטש רום ווען ר' אברהם ישעי' ווייס האט בטעות דערמאנט ''ר' געציל זאגט אז''
נעבעך אויף אזעלכע דורות, די לעצטע פאר וואכען שפאנט מען איין פין די צאן קדשים פין די תשב''ר ביז די קווינס בחורים אויף א הייליגע מיסיע: ארומגיין רייסען צעטליך פינעם גרויסען סעודת הודאה פין די סאטמערע. אין יעדער קען עדות זאגען אז זיי טוען די זשאב בשלימות לויט די מאקסימום פין זייערע מעגליכקייטן אבער ווען זיי זאלען וויסן וויפיל מער געלט ס'ברענגט ווען מענטשן דערמאנען זיך מיט וואס פאר א חינוך מ'האט געוואלט אינזערע קינדער ערציען, אין ב''ה אז מ'איז פין דעם פטור געווארען, דאנקט מען הקב''ה אויף דעם אין מ'איז מוסף מיט א הערליכע הוספה פאר'ן דינער.
פאר א פשוט'ע דוגמא, כאפט א שפאציר ביי איינס פין זייערע בתי מדרשים ספעציעל אין ראדני, ווי יעדע וואך ווערן די ווענט אפדעיטעד מיט די פרישע פאשקאווילן פין זייער פארום אדער פין זייער שמיציגער צייטונג, אין די קינדער שטופן זיך ארום די צעטליך עס צו ליינען. נעבעך פאר אזא חינוך, פאר אזעלכע פירות.
|
|