בית פורומים אידישע געדאנק

וויאזוי לעזט מען אויף דעם ווילידזש?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/12/2009 23:25 לינק ישיר 
וויאזוי לעזט מען אויף דעם ווילידזש?

נעכטן ביי די ריזיגע עצרת ווען טויזנטער אידן האבן זיך פארזאמעלט צו שרייען געוואלד קעגן די רשעי ישראל פון די ווילידזש און קהל יטב לב (ארונים) וועלכע האבן אפגעשפארט א בית המדרש מיט איבער 500 מתפללים טעגליך. איז ארויסגעברענגט געווארן דער געוואלדיגער צער, אז ווערן רשעי ישראל און ערב רב האבן א כח הממשלה זענען זיי אסאך ערגער ווי דער גלות ביי די גוים. און מען האט מתפלל געווען אז דער ווילידזש זאל בטל ווערן.


וואלט איך געוואלט פרעגן א שאלה, פון די וואס קענען זיך אויס אין געזעץ, וואס איז דער פראצעדור אויפצולעזן א ווילידזש?
דארף מען האבן אונטערשריפטן? אדער וואלן?

נישט אז איך בין אזוי נאאיוו אז מען קען אפשפארן דעם ווילידזש איינס צוויי, אבער אפשר קען מען אנהייבן דעם פראצעדור?

אפשר איז מעגליך צו האבן אויף קומענדיגן נאוועמבער א "פראפאזישאן" אויפצולעזן דעם ווילידזש?

אפילו מען וועט דאס ערשטע מאל פארלירן איז אויך נישט געפערליך, אז מען קוקט דעם ריזיגן ציבור לאלפים וואס האט נעכטן ארויס לרחובה של עיר, אויסצושרייען בריש גלי, אין לנו חלק בשלטון הווילידזש, אז מען זעט דעם געוואלדיגן וואוקסט פון דעם ציבור ערליכע אידן, איז בכלל נישט נאריש צו טראכטן אז במשך הזמן וועט מען קענען אפשפארן דעם ווילידזש, וואס פארשפארט בתי מדרשים.






דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 17:01 לינק ישיר 

וואס איז די פראגע? וויאזוי מע לעיזט אוף דעם ווילידש? זייער פשוט, מע שראבט אין איד אז דער ווילידש איז אויפגילעיזט אין פארטיג!!!, אויב קען מען שראבן אז פאללאקס לאט איז נאר א המשך פין דעם בית החיים אין קרית יואל, אין אויב קען מען שראבן אז קהל יטב לב האט געריפן אין קארט די בני זועלס, אויב קען מען שראבן אוף סאסמאנס אז דאס איז דער בית המדרש הגדול פין קרית יואל? אין אויב קען מען שראבן אוף ארי' רוזענפעלד דומ''ץ קרית יואל, קען מען שראבן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות צי די פרייד פין "רוב" איינוואוינער אין קרית יואל איז "דע ווילידש אוף קרת יואלער אויפגעלעזט", אין די קעלבעלעך וועלן טאנצן פאר שמחה... סע מיז דען אמת זיין???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 14:43 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
סקאט 
א יישר כח פארן רחמנות האבן, עס איז באמת א רחמנות אויף אונז,
מיר ווייסן דאס, און מיר האבן דאס נעכטן אויסגעשריגן אויף די גאסן מיט געוויין און מיט צער.

ליידער האבן מיר זיך דערקייקלט אז בנש"ק אן אייניקל פון הייליגן ישמח משה און ייטב לב קדושים וטהורים וועלכע האבן באשיינט די וועלט מיט זייער תורה וקדושה, האט זיך ארומגענומען מיט רשעי ישראל און שפארט אפ בתי מדרשים פאר פאליטיק, פונקט ווי אחז, מה עשה אחז עמד ונעל כל בתי כנסיות ומדרשות, אויך ווייל אים האט זיך אזוי געלוינט.

דער מסור דוד עקשטיין וואס האט א לאנגע היסטאריע פון רשעות קעגן אידן (אפילו קעגן אהרונים, און קעגן ר' אהרנ'ס קינדער) ער שטייט בראש, און ער מאכט די רשעות'דיגע החלטות.
אז יודא יושע וויינשטאק איז געווארן מסור, האט זיין טאטע באקומען דעם "וועד החינוך"פאסטן, ווייל ער פארשטייט וויאזוי מחנך צו זיין קינדער מוסרים. אלימלך דייטש איז פון "קהל".
פונקט ווי אין ישיבה גדולה אין קרית יואל האט יעדער שלעגער באקומען א גבאות, און געהאט די רעכט צו זיין א מקורב ביים ראש ישיבה, ווייל דער ראש ישיבה האט געוואלט ווייזן אז זיי זענען די חשוב'סטע בחורים, אזוי אויך ווען איינער שלאגט, אדער פייניגט אנדערע אידן פאר די פארטיי, ווערט ער ביי זיי א גאנצער יום זה מכובד, מען דארף אים מחזק זיין.

איז דען א וואונדער אז מען קען טרעפן שלעכטע מענטשן וועלכע שפארן אפ בתי מדרשים?

פרעג איך דיך סקאטמאלען, איז דען נישט אויף אונז אלע א ביטער רחמנות?
איז דען נישט אויף דיר א רחמנות אז דו בארעכטיגסט אזעלכע מעשה פשע וגם רשע?

וואלט דען נישט געווען אסאך בעסער צו ליידן פון גוים אין טאון אוו מאנרא ווי צו ליידן פון רשעי ישראל וואס פירן דעם ווילידעזש?


 

געב זיי שוין דארט די $20 וועלן זיי ווערן אויס רחמנות, די שול איז שוין היינט אפען.

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/12/2009 15:02:35




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 01:54 לינק ישיר 

די פיקטשער איז פין זינטוג?
אדער ביזטו סתם א סויער דעקל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 01:45 לינק ישיר 

ווילידזש אין קאמף מיט בית יואל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 01:38 לינק ישיר 

ווי האט דער וויליזש געהאט א חלק אינעם אפשפארען די הויז?
לויט ווי איך פארשטיי האט בנ''י גערופן קהל אין 'קארט' אין דארט האט קהל געווינען א קאונטער קלעים אז דאס פלאץ איז נישט לעגאל פאר א ביהמ''ד, וואס קהל  האט דערנאך אינפארסירט (פינקט ווי בנ''י וואלט געטוהן ווען זיי וואלטען ח''ו געווינען די קלאגע)
(ווען ענק וואלטען שוין געהאט געפארטיגט די סייט פלאן אין די וויליזש וואלט ער ציריקגעהאלטן אן קיין שום סיבה וואלט איר געקענט האבען טענות אויף די וויליזש)

נו! דאס מיינט בור כרה ויחפרהו,

איר קענט בלעמן די 3 אינטערגעשריבענע אויף די קלאגע אין קארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 00:36 לינק ישיר 

סקאט 

א יישר כח פארן רחמנות האבן, עס איז באמת א רחמנות אויף אונז,
מיר ווייסן דאס, און מיר האבן דאס נעכטן אויסגעשריגן אויף די גאסן מיט געוויין און מיט צער.

ליידער האבן מיר זיך דערקייקלט אז בנש"ק אן אייניקל פון הייליגן ישמח משה און ייטב לב קדושים וטהורים וועלכע האבן באשיינט די וועלט מיט זייער תורה וקדושה, האט זיך ארומגענומען מיט רשעי ישראל און שפארט אפ בתי מדרשים פאר פאליטיק, פונקט ווי אחז, מה עשה אחז עמד ונעל כל בתי כנסיות ומדרשות, אויך ווייל אים האט זיך אזוי געלוינט.

דער מסור דוד עקשטיין וואס האט א לאנגע היסטאריע פון רשעות קעגן אידן (אפילו קעגן אהרונים, און קעגן ר' אהרנ'ס קינדער) ער שטייט בראש, און ער מאכט די רשעות'דיגע החלטות.
אז יודא יושע וויינשטאק איז געווארן מסור, האט זיין טאטע באקומען דעם "וועד החינוך"פאסטן, ווייל ער פארשטייט וויאזוי מחנך צו זיין קינדער מוסרים. אלימלך דייטש איז פון "קהל".
פונקט ווי אין ישיבה גדולה אין קרית יואל האט יעדער שלעגער באקומען א גבאות, און געהאט די רעכט צו זיין א מקורב ביים ראש ישיבה, ווייל דער ראש ישיבה האט געוואלט ווייזן אז זיי זענען די חשוב'סטע בחורים, אזוי אויך ווען איינער שלאגט, אדער פייניגט אנדערע אידן פאר די פארטיי, ווערט ער ביי זיי א גאנצער יום זה מכובד, מען דארף אים מחזק זיין.

איז דען א וואונדער אז מען קען טרעפן שלעכטע מענטשן וועלכע שפארן אפ בתי מדרשים?

פרעג איך דיך סקאטמאלען, איז דען נישט אויף אונז אלע א ביטער רחמנות?
איז דען נישט אויף דיר א רחמנות אז דו בארעכטיגסט אזעלכע מעשה פשע וגם רשע?

וואלט דען נישט געווען אסאך בעסער צו ליידן פון גוים אין טאון אוו מאנרא ווי צו ליידן פון רשעי ישראל וואס פירן דעם ווילידעזש?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 00:03 לינק ישיר 

איך גאראנטיר דיר אז אויב זיי שיקן היינט אן הזמנה און זיי שרייבן אונטער שטרי ברורין, איז מארגן אפען די שול.

נו ווי קען איך שיקן די צוואנציגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 00:01 לינק ישיר 

יעצט איז שוין צו שפעט? קענסט זיי טאקע מיט גארנישט העלפען?

ס'איז דאך נאכאלס א גרויסע רחמנות אויף זיי, נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 23:58 לינק ישיר 

איך קען זיי געבן 20 דאלאר וואס קאסט א הזמנה צו די"ת.

ווען זיי רופן ווען צו די"ת האב איך קיין ספק אז דער שול וואלט קיינמאל נישט אפגעשפארט געווארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 23:54 לינק ישיר 

סקאט, אז דו האסט אזוי באמת רחמנות אפשר העלפסטו זיי מיט עפעס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 23:51 לינק ישיר 

איך האב באמת רחמנות אויף ענק,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 23:43 לינק ישיר 

האסט מיין שטימע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וויאזוי לעזט מען אויף דעם ווילידזש?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext