בית פורומים כל העולם כולו

די צוואה פון הרבנית הצדיקת זצ"ל ווערט פולקאם אויסגעפירט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2009 22:59 לינק ישיר 
די צוואה פון הרבנית הצדיקת זצ"ל ווערט פולקאם אויסגעפירט

ווי באקאנט האט די רביצין ע"ה געלאזט צוואה אז איר הויז זאל לאחר מאה ועשרים שנה ווערן א מקום מיוחד לתורה ולתפלה.

טראץ די אלע שטערונגען פון געוויסע עלעמענטען וואס פאר פארשידענע סיבות פרובירן זיי דאס צו שטערן, איז ב"ה ביז היינט געווען דאס מקום פון די שענסטע בתי מדרשים און שטאט, הונדערטער אידן האבן דארט געדאווענט טעגליך, און געלערנט עטליכע שעה פאר און נאכן דאווענען.

די עלעמעטען האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, און זיי האבן ווייטער פרובירט דאס צו שטערן, דורכן פרובירן צוצונעמען דאס פלאץ מיטן טענה אז עס געהערט פאר זיי, ווען דאס איז נישט געלונגען האבן זיי פרובירט דורך מאכן אימבאקוועם דורך אפהאקן לעקטער, געז, און סוער, ווען זיי האבן אבער געזעהן אז דאס גייט זיי אויך נישט, זענען זיי געגאנגען מיט מסירה, און מיטן כח פונעם אידישן ווילעדזש, דורכן גויאישן געזעץ מיט געוואלד דאס צייטוויליג אפגעשפארט.


אבער ב"ה אז לא אלמן ישראל, און אפי' דערווייל ווען עס איז צוגעשפארט איז נאך אלץ דא אידן הנאמנים לה' ולתורתו, און מיט מסירות נפש טוען זיי אנהאלטן דאס צוואה פונעם אשת חבר כחבר, און קומען זיך נאך אלץ צוזאם יעדן טאג א מנין אידן מיט מסירות נפש, אונעם אפגעשפארטן ביהמ"ד און דאווענען דארט שחרית, מנחה, און א שיעור משניות, און דערנאך דאווענט מען מעריב, אזו ארום אז ב"ה אז עס איז נאך נישט אריבער קיין איין טאג זיי די פטחרה פון הרבנית הצדיקת וואס מען האט נישט געדאווענט דארטן אלע דריי תפילות.
רעדענדיג מיט איינע פון די מתפללים, האב איך אים געפרעגט וויאזוי עס שפירט זיך דארטן צו דאווענען, האט ער מיר געזאגט אז ער שפירט זיך דארטן אזוי ווי אין די מעשיות פון די אנוסים ביי די שפאנישע אינקוויזיציע, ווען מען האט געדארפט דאווענען באהאלטערנעהייט.

עס איז זיכער אז די מסירות נפש פון די אידן פארשאפט א נחת רוח אויבן אין הימל פאר הרבנית הצדיקת און פאר איר הייליגן מאן, און דאס מאכט זיכער דארט א רעש, און עס וועט זיכער זיין א מליצה ישרה פאר אז מען זאל גאר בקרוב דאס צוריק קענען עפענען פאר ברייטן ציבור, וואס לעכצעט צו דאווענען און אזא הייליג מקום, מקום שהתפללו אבותי, רביה"ק והטהור זצוקלה"ה.

[איך פארשטיי אז וועט זיכער זיין אזעלכע וואס וועלן זיין ברוגז אויף דעם ארטיקל, ווייל דאס וועט נאר ארויסברענגן בייז בלוט ביי די עלעמענטען, און זיי וועלן פרובירן דאס צו שטערן מיט אלע מיטלען, אבער מיט דעם אלעם האב איך געקלערט אז ניין, דאס מיז מען וויסן, די געוואלדגיע קידוש השם וואס וועט ארויסקומען דערפון אז אידן זענען נאמנים לה' ולתורתו, און זענען גרייט מיט מסירות נפש צו מאכן א נחת רוח פארן באשעפער, דורך דעם וואס מען איז נישט מוותר אויף גארנישט, און מען האלט איין די צוואה און די שווערסטע אומשטענדן, דאס וועט אויפטוען א געוואלד, און מיר דארפן זיך נישט שרעקן פאר גארנישו, ווייל הרשעים כים נגרש, אבער מיט דעם אלעם ואנחנו בשם ה' אלוקינו נזכיר, וועט זיין המה כרעו ונפלו. אמן.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/12/2009 01:25 לינק ישיר 

קיין נייעס, עס זענען אלעמאל געווען אידן - ווי נישט אידן - וועלכע האבן געהאט מסירות נפש פאר פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 23:44 לינק ישיר 

הא הא הא הא ....
שפאניע, אנוסים. עס איז אפגעשפארט ! און פארשלאסן !
די רביצינ'ס קאפע הויז איז אפען נאר אין היידפארק.

אויסערדעם, ווער איז זי צי לאזן צוואה אויף נכסים וואס באלאנגט נישט פאר איר?
אפשר לאזט זיך אויך צוואה וואס מ'זאל טאן אין ווילידזש האל?

אבדולאאאאאאא  וועק דיך אויף !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די צוואה פון הרבנית הצדיקת זצ"ל ווערט פולקאם אויסגעפירט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext