בית פורומים אידישע געדאנק

ברוך דיין האמת: דער פאיער רב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2009 17:35 לינק ישיר 
ברוך דיין האמת: דער פאיער רב

ברוך דיין האמת
 
דער פאיער רבי ע"ה
(טאטע פון הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ און פון סקולענער דיין)
איז נפטר געווארען לחיי העולמים
 
בשורות טובות



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 09:00 לינק ישיר 

דערווייל זעהט מען איין זאך, די וועלכע האבן שוין געקויפט א חלקה אין ביה"ח הישן, לייגט מען דארטן. ווער נישט, לייגט מען אין ביה"ח החדש וואו ס'קאסט נישט קיין דמי קבורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 23:22 לינק ישיר 


די זאליבאנצעס זענען שוין לאנג ביטער אנגעווייטאגט אויף ר' שלמה לייב, זיי טענה'ען אז איז  א לץ, ער מאכט דאס גענאר פון די גאנצע פורים לישכע, און נאר צילוב אים האט די לישכע אזא פנים,

און נאך דעם וואס ער האט געטאן דעם שריט, וואס האט טאטאל געדעמשעט דעם גאנצעם זכור אשר עשה לך עמלק קאמפיין, וואו אויך האט דאס צוגעברענגט אז  ר' מנשה דער ראב''ד, האט קלאר געשטעלט וואו ער פלאנט 
 
איז ערווארטערט אז די זאלי מטרופים גייען דעם ר' שלמה לייב'ען דאמפען, און במקומו גייט מען מצרף זיין צו דעם לישכע הרב ''הגאון'' ''הקדוש'' ''המפורסם''' משולם הכהן  כץ הי''ו,

והעיר שישן צהלה ושמחה


תוקן על ידי המהדרין ב- 11/12/2009 02:25:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 23:21 לינק ישיר 


פערלשטיין און פיצי יאקאבאוויטש האבן צוגעזאגט צו געבן פאר פאייער רב:

1) א אוהל
2) א גאנצע חלקה פאר די גאנצע משפחה
3) מ'וועט אים אפזונדערן פון די אלע... וועלכע ליגן דארט.
4) מ'וועט האבן מנינים תהלים במשך די שלשים.
5) פאלאק וועט שוין ארויסמופן פון דארט. אומר ועושה.
6) אויב ער לייגט זיין טאטן דארט, וועט מען אים מאכן סגן ראב"ד.

ווען די אלע הבטחות האט נישט געהאלפן האט מען אנגעהויבן מיט בייזן אז מ'וועט אים אפרעדן שידוכים וכו' וכו', מ'וועט אים ווייזען וואס מ'קען וכו' וכו'.

רש"ל וויינבערגער האט געזאגט: מיין טאטע האט מיר קלאר געזאגט אז מ'זאל אים נישט דאמפען אין פאלאק'ס לאט. איך האב אים מבטיח געווען אז איך וועל פאלגן וואס ער הייסט מיר.

טרעפטס מיר איין רב וואס איז מיר מתיר צו גיין קעגן מיין טאטנ'ס דירעקטע צוואה וואס איך האב אים פארשפראכן לפני מותו.

און דא קומט אריין וואס פארשטיי דערציילט, אז ער איז געגאנגען צו ר' מנשה'ן, און ר' מנשה האט אים נישט געוואלט געבן דעם היתר אנצופייפן.

ומעשה שטן הצליח !

ופני המן חפו, חפו, חפו, חפו, חפו חפו חפו X טויזענט מאל 10000 חפו חפו חפו !





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 23:20 לינק ישיר 


אויסגעמעקט פאר'ן מבזה זיין דעם נפטר מיט געמיינע לשונות, און שרייבן קעגן תקנות הפארום


תוקן על ידי המהדרין ב- 11/12/2009 02:23:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 22:24 לינק ישיר 

ביי חתונה פון אן אייניקל – אפאר חדשים צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 22:22 לינק ישיר 

זיס צו זען! ער האט גערייכערט און פארט האט ער דערלעבן די 85



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 22:20 לינק ישיר 
Credit SOS images




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 22:04 לינק ישיר 

איך ווייס נישט פארוואס כה"כ מעקט מיינע תגיבות? איך האב געשריבן די זעלבע זאך דארט, אין עס פלוצלינג נעלם געווארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 21:59 לינק ישיר 






ענגע אסיפה פארענט פונעם בית הנפטר אויף מארסי עוועניו א האלבע שעה פאר די לוי'



תוקן על ידי רבי_יiנה ב- 10/12/2009 22:01:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 21:39 לינק ישיר 


ווי א וואלקן בראך, האט באטראפען די זאליס מיט די פטירה פונעם פאיער רב, צוליב דעם וואס די נפטר גייט ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר בחלקת הרבנים נעבן רביה"ק זי"ע, און נישט אינעם מסרבים לדין פאלאקס לאט צוזאמען מיט די מאנגאס.

הרים והגבעות האבן זיך היינט איבערגעדרייט, אלעס איז געווען אויפן טעלעפאן צו ר' שלמה לייב וויינבערגער, יעדער האט געקאלט געשריגען, געסטראשעט מיט גוטן און בייזן, ליפעלע קרויס, מסור יודא אליעזר יאקאבוויטש, אברהם בער יאקאבאוויטש, אביש וויינבערגער, זענען אריבער געלאפן צו שלמה לייב געקלאפט אויפן טיש, אז דאס טאר נישט געשעהן. איר הרגט דערמיט אלע זאליס די קהלה אלעס, האט אברהם בער געשריגען. ליפא קרויס האט געשריגען איר האט אנגעפירט מקדש צו זיין פאלאקס, איצט מיט דעם פירט איר אן עס צו מאכן אויס א בית החיים, עס ווערט א פורים אין שטאט, אביש שרייט פאר דעם האט מען דיך געמאכט חבר הבדי"צ זאלסט דאס טאן פאר אונז און ווערן א חבר אהרונים.

ר' זלמן לייב אליין קלינגט און בעט זיך, שאול פערלשטיין מיינט ער כאפט אן הארץ אטאקע, נאך א שטאך אין ריקן פאר אים, זיין זון בלייבט נעבעך ליגן דארט ווי א שעיר לעזאזל, משה גבאי שרייט אז שלמה לייב איז שוין אן אלטער לאו לייף ער מיינט אלץ זיך מיך און איך, ער זאגט איצט זעט מען אז דער ברך משה איז געווען גערעכט ווען ער האט אים געוואלט ווארפן פון תהלות יואל. די זאליס דרייען איבער א וועלט, אבער שלמה לייב זאגט אלעס פיין און וואויל, איך וועל שרייבן חרמות, פאשקאווילען, קעגן די אהרונים, קריכן אויף די בערג ווי א נער מקדש צו זיין פאלאק'ס, איך וועל אלעס טאן.

אבער פורים פון מיין טאטע האלט איך נישט דערביי, מיין טאטע וועט ווערן פורים רב אין די שטאט אז איך לייג אים ביי פאלאק, ער האט זיך די אויערן פאר שטאפט און זיך אנגעפיפען אין די זאליס.

די זאליס דרייען זיך איצט ארום און שעלטן טויטע מיאוסע קללות קעגן שלמה לייב, זיי זענען שרעקליך אין כעס אויף אים, און ווילן אים אויף שטיקער צופליקען.

נאך א נקודה - די לעצטע פאר וואכן איז ר' ישראל חים מנשה ממש דיפרעסט וועגן די בית החיים, ער רעדט דערפון טאג און נאכט ווי ער גייט ליגן, ער שיקט צו קהל יטב לב כסדר שלוחים ער וויל פארהאנדלען.

און דאס איז פארוואס ער איז נישט געווען ביי די סעודה כ"א כסלו פון די זאליס היי יאר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 20:08 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/44651/2009/12/10/williamsburg-ny-payur-ruv-passes-away



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברוך דיין האמת: דער פאיער רב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext