me" /> פורום: אידישע געדאנק - כשגגה היוצא מלפני השליט – בחדרי חרדים
בית פורומים אידישע געדאנק

כשגגה היוצא מלפני השליט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2009 20:27 לינק ישיר 
כשגגה היוצא מלפני השליט



לעצטן יאהר ווינטער איז פארגעקומען די מעכטיגע קאמפיין פאר די אידן אין תימן ווען דער וועד פון עזרת ישראל זענען געקומען קיין אמעריקא מאכן שנארן די שווערע טויזענטערס

דדווח על תוכן פוגעני
******* language="" type="text/">menuMgr23640014.renderMenubar();




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 18:02 לינק ישיר 

למעשה שטייט מען היינט א יאר שפעטער זייט רא"ט האט געזאגט אז אין אמעריקא וועט מען קיינעם נישט אריינלאזן, ענגלאנד יא.


קיין אמעריקא זענען שוין במציאות אנגעקומען בערך 100 נפשות, קיין לאנדאן 0.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 20:32 לינק ישיר 

ליידער איז שוין איבער 11 חדשים זינט די דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר קרית יואל האט דאס געזאגט מיט אזא פעסטקייט.
---------------
 

כשגגה היוצא מלפני השליט

מיט גרויס ווייטאג מוזן מיר מודה זיין אויף דעם פארדריסליכן טעות וואס כ"ק מרן רבינו הגה"צ ר"א ט"ב שליט"א האט געהאט ביי די דרשה לעצטן דינסטיג לטובת יהודי תימן וענין לאנדאן.

ביי די מסיבה האט רבינו שליט"א געזאגט צווישן די ווערטער אז "אמעריקא איז א מלכות של חסד נאר זינט סעפטעמבער 11 לאזט מען ליידער נישט אריין קיין תימנ'ע אידן קיין אמעריקא און דעריבער מוזן אלע אידן פון תימן זיך באזעצן אין לאנדאן.

 א סטעיטמענט וואס איז געהערט געווארן פון א געוועזענער אפיציר אין די סטעיט דעפארטמענט וועלכער האט גערעדט נעכטן ביי די אסיפה, אז אמעריקאנער רעגירונג האט די לעצטע וואך באשטעטיגט און האלט טאקע אינמיטן פראסעסן די פליטים פאפירן פאר די אידן אין תימן. זיי געפינען זיך ממש אין די איצטיגע טעג אין לאנד תימן און רוב משפחות זענען שוין געוועהן ביי זי אויף א אינטרוויא.

 די 2 פארשטייער פון לאנדאן, הרב אליעזר לעוו נ"י און הרב אברהם חיים גאלדמאן נ"י וועלכע פירן אן די באקאנטע מוסד עזרת ישראל אין לאנדאן האבן אויך באשטעטיגט אז די ווערטער פון כ"ק אדמו"ר שליט"א זענען נישט לויט די יעצטיגע פאקטן.

נאר רבינו שליט"א האט זיך פארופן אויף ענינים בזכרונו פון די פאריגע יאהרן ווען א טייל משפחות אדער קינדער זענען אנגעקומען קיין לאנדאן.

למעשה איז יעצט א בחינה "איבעית אימא איפוך" ווייל ענגלאנד האט די לעצטע תקופה זיך פאר'עקשנט און נישט געוואלט געבן קיין פלטים וויזא פאר די אידן אין תימן. דוקא אונזער אמעריקאנער מלכות של חסד האט יא אנערקענט אז די אידן אין תימן מוזן באהאנדעלט ווערן תיכף ומיד פאר פלטים. אזוי האבן אויך באשטעטיגט די עסקנים פון רב טוב.

איז מן היושר צו פארעכטן דעם טעות פאר'ן ציבור אז מ'דארף העלפן סיי די אידן וואס ווילן קומען קיין אמעריקא און וועלן למעשה יא קומען. סיי די וואס ווילן גיין קיין ענגלאנד, אויב זיי וועלן גיין.   



תוקן על ידי איפך_אנא ב- 27/01/2009 21:54:58




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כשגגה היוצא מלפני השליט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext