בית פורומים כל העולם כולו

שטיצען דווקא אנ''ש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/12/2009 18:38 לינק ישיר 
שטיצען דווקא אנ''ש

ביי אינז איז ב''ה נישט די וועג צו בויקאטירן יעדן צווייטען טאג איינער וואס האלט אנדערש ווי אינז
אבער אזווי די מרי לב וואס גייען אן מיט זייער לאנג יעריגע דרכים האבען יעצט פארברייטערט איינס פין זייערע אלטע אקטיוויטעיטן, פין 'בויקאטירן' איינעם וואס האלט אנדערש ווי זיי,
וועל איך אי''ה פראבירןן ארויפצולייגען דא עד כמה שידי מגעת 'די נעמען פין די סטארס וועם זיי בויקאטען' איין זיי הייסען מ'זאל קויפן אנשטוט.
אין זאל יעדער וויסען אז דארט דארף מען קויפן. אין שטיצען דווקא יענע סטארס וועמן זיי בויקאטען.
(כ'מיין אז יעדע סטאר וועט יעצט זיכען זיי זאלען אים בויקאטען, אבער אויב ס'וועט אויסקוקען ווי א סטאר שטעלט עס אינטער פין זיך אליין וועל איך עס נישט ארויפלייגען אי''ה)




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 23:55 לינק ישיר 

כ'פארשטיי טאקע נישט ווי איז זייער שכל
קען מען דען נישט פינקט אזוי מאכען די זעלבע מערכה מיט וואלדמאן'ס אויסגעשפילטע KJ קאמיוניטי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 01:17 לינק ישיר 

די דאזיגע מערכה האבן די זאליבאנצעס אנגעהויבען, צילוב זייער קונדערליך,

 

איינמאל ווען עס איז געווען א שמחה און שטוב פון מרן הברך משה זי''ע און קרית יואל, איז דער בית מדרש געווען באצירט לכבוד השמחה, מיט לעמפליך, און טאוולען, כנהוג,

 

שפאצירט דירוך א בני יואל, מיט זיין זון, און דער זון פרעגט דעם טאטען וואס זענען די דאזיגע לעמפליך?

לאזט דער טאטע אראפ א הילכיגען פראסק, און באזידעלט נעבאך דאס אומשילדיג קינד, פאר וואס קיק'סטו וואו מען טארנישט?

 

לענינינו, דער בני יואל – זאלי טאטע פרעדיגט אריין און די קינדער, א שנאה און א האס צו סאטמאר, ער טיט אלעס אויף דער וועלט, אריין צופרעגלען און זיינע יונגע קונדער, א היטלעריסטישע שנאה, צו סאטמאר, בפרט קעגן כ''ק רבינו שליט''א, אז ער איז א שייגץ, כופר, ציוניסט, משמד, עמלק, נאצי, אד''ג,

 

מיטאמאל באקימט ער נעבאך אויף די פאסט, א צייטונג, וואס שטייט אומשילדיגע נייעס, וואו למשל:

 

רבינו שליט''א האט געהאלטען א דרשה, און די ישיבה,כולל,בית מדרש, ת''ת אד''ג

עס איז דא צו באקימען די מהודרדיגע קרית יואל פלייש,

 עס איז דא צו באקימען, מהדרדיגע מצות,

מען דארף ענדיגען א חתונה פרי, ווייל מען דארף אויף שטיין פארטאגס לערנען,

יעדער מיז לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג,

מען טאר נישט האלטען און שטוב קיין כלי משחית, וואו ווידיאו, טעלערווישען, אונטערנעט אד''ג

מען טאר נישט אריין קימען און די בתי מדרשים, נישט צניעותדיג

אזוי ווייטער און ווייטער,

 

דער קינד לייגט א האנד אויף דעם דאזיגען צייטונג, און זיכט נעבאך מיט ליכט  וואס דער טאטע האט אים געלערנט, ער זיכט נעבאך די ציוניזעם, נאציזעם, עמלקיזעם, משמדות, כפירה,

 

און צו זיין גרויס ווינדער,  זעט ער נאר דאס פארקערטע, וואס טראכט נעבאך דאס קינד?

 ער טראכט אז זיין טאטע איז אדער א שוידיכליכע טיפוש, אדער א שקרן וואס אין כדוגמתו,!

 

וואס איז דער פועל יוצא? ער איז בועט באביו ורבו, און ער לאכט אפ פון אלעם, עס אונטערעסירט מער נישט גארנישט,

 

דאס דערהייבט נישט דער זאלי – בני יואל, דאס הייבט נאר זיין טעמפער צו ציפערען וואס מען קען ניטאמאל ציילען, דאס מאכט אים רייסען טעפיכער מיט די ציין, דאס מאכט אים שפריצען קאכעדיגע לאווע פון די נאז לעכער, דאס טרייבט אים צו משוגעת, דאס ברענגט אים שילשיל, און פארשווערט אים דאס אטעם,

 

מען זעצט זיך צוזאם, כדת מה לעשות? אז די ''די הייליגע חינוך'' פון שעלטען, און פרעדיגען כנגד כל הקודש, ווערט צו בלאזען וואו א זייפען בלאז,

 

מען קימט אויף מיט אן המצאה, מען שטעלט אויף דעם מיילך שטערן שר''י, און ער הייבט אן פרעדיגען, און מעיד זיין, אונטער שביעות וחרמות, אזער קען די שרייבער, זיי זענען כופרים גמורים! פארוואס? יא! ווייל זיי שרייבען וועגען:

 

 די מהודרדיגע קרית יואל פלייש,

מהדרדיגע מצות,

מען דארף ענדיגען א חתונה פרי, ווייל מען דארף אויף שטיין פארטאגס לערנען,

יעדער מיז לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג,

מען טאר נישט האלטען און שטוב קיין כלי משחית, וואו ווידיאו, טעלערווישען, אונטערנעט אד''ג

מען טאר נישט אריין קימען און די בתי מדרשים, נישט צניעותדיג:

 

עס וועט ענק גארנישט העלפען, ענקער קינדער וועלן ווייטער זען די צייטונגען, צו ענק ווילען יא, אדער נישט, און זיי וועלן זיך איבערצייגען און די פאלשקייט פון ענקער טרייפענעם חינוך, די פאסקיצווע איז, אז אלעס איז אונטערען לבוש פונעם רבין זיכרונהלברכה,

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2009 00:27 לינק ישיר 

די זאלי'ס האבען יעצט פריש אנגעהויבען א מערכה - אין וואנט אריין
קעגן די בולעטין אוין זשוראנל אין קרית יואל
דער עולם זאל זעהן צו שטיצען דווקא די צייטונגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2009 18:45 לינק ישיר 

טאטלע כתב:
קענען די זאליס טאקע גארנישט האבן גראד , ר וואלף שניצער איז נישט פין די פלענינג בארד
 

איז דאס טאקע אזוי?
 
ווער קען האבן די לעדער העט פין די פלענינג בארד אין מאנרא מסתמה איז דא דארט אלע נעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 18:40 לינק ישיר 

קענען די זאליס טאקע גארנישט האבן גראד , ר וואלף שניצער איז נישט פין די פלענינג בארד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2009 18:27 לינק ישיר 

מיר קיקט אויס ווי דער REBYANKEL האט א אגענדע לטובת צד מהרז"ל קיקט נאך זיינע געשרייבעכטץ וועט איר אלע זעען ווי למשל יעדעס מאל ווען דע חברה ווערן ווילד אין זייער פארום אקעגן איינעם ברעגט ער גראד אריבער דא דע נאמען כדי יענעם נאך מער צי באשמיצן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 23:48 לינק ישיר 
קויפט ביי שניצער שיך סטאר

נאך א בויקאט פינעם זאלי פארום

דער וואלף שניצער פין שניצער שיך סטאר איז אויך פין די פלעניג בארד****געדעקט פאר איר שטיצט איינעם וואס יענער טיט פאר אייך !!!!





תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2009 00:08:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2009 20:46 לינק ישיר 

אז מרעדט שוין פון העלט מארט איז כדי צוצילייגן צווי נקודות

1) אז דאס איז כהיום די איינציגסטע גראסערי אין קרית יואל וואס פארקויפט נאך עמנטליך די בלאט, נאכדעם וואס גרענד פוד (ר' אליעזר ווייס) האט עס פארשטעקט ביי די ביה"כ

2) קרית יואל פארמאסי גיט א % פאר די מוסדות רבינו יואל אין קרית יואל, אין העלט מארט נישט




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/12/2009 18:40 לינק ישיר 
העלט מארט אין קרית יואל

(קרעדיט ווער_איז, פינעם זאלי פארום)

אז מרעדט שוין פין קרית יואלע גראסעריס איז כדי ארויסציברענגען אז העלט מארט גראסרי אין פארמסי געהערט פאר מאיר הירש פרייוועט אין פאר אלעזר גרובער אין דע גנבים וועד הקריה איז אויך א שותף אין דע גראסערי געדעק מאיר האט ארויס געווארפן אינזערע עסקנים ווי א הינט ווען מאיז געגנגען רעדן צי עם אין אלעזר גרובער איז פין די פארשאלטענע ווילדש אין ער האט זיך אויף געטיען אז מהאט שוין געדינגען די גרעסטע לויער'ס (ווייסט איינער וועמענס געלט מגעט דא אויס אינזערע טעקסעס) צי קענען אויסציען די צייט פין עפענען דעם בית המדרש ווי לענגער 

יעצט פאר איר מאכט אייערע ארדערס געדעקט וועם איר שטיצט!!!!!!!! 

עכ''ל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שטיצען דווקא אנ''ש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext