די דאזיגע מערכה האבן די זאליבאנצעס אנגעהויבען, צילוב זייער קונדערליך,
איינמאל ווען עס איז געווען א שמחה און שטוב פון מרן הברך משה זי''ע און קרית יואל, איז דער בית מדרש געווען באצירט לכבוד השמחה, מיט לעמפליך, און טאוולען, כנהוג,
שפאצירט דירוך א בני יואל, מיט זיין זון, און דער זון פרעגט דעם טאטען וואס זענען די דאזיגע לעמפליך?
לאזט דער טאטע אראפ א הילכיגען פראסק, און באזידעלט נעבאך דאס אומשילדיג קינד, פאר וואס קיק'סטו וואו מען טארנישט?
לענינינו, דער בני יואל – זאלי טאטע פרעדיגט אריין און די קינדער, א שנאה און א האס צו סאטמאר, ער טיט אלעס אויף דער וועלט, אריין צופרעגלען און זיינע יונגע קונדער, א היטלעריסטישע שנאה, צו סאטמאר, בפרט קעגן כ''ק רבינו שליט''א, אז ער איז א שייגץ, כופר, ציוניסט, משמד, עמלק, נאצי, אד''ג,
מיטאמאל באקימט ער נעבאך אויף די פאסט, א צייטונג, וואס שטייט אומשילדיגע נייעס, וואו למשל:
רבינו שליט''א האט געהאלטען א דרשה, און די ישיבה,כולל,בית מדרש, ת''ת אד''ג
עס איז דא צו באקימען די מהודרדיגע קרית יואל פלייש,
עס איז דא צו באקימען, מהדרדיגע מצות,
מען דארף ענדיגען א חתונה פרי, ווייל מען דארף אויף שטיין פארטאגס לערנען,
יעדער מיז לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג,
מען טאר נישט האלטען און שטוב קיין כלי משחית, וואו ווידיאו, טעלערווישען, אונטערנעט אד''ג
מען טאר נישט אריין קימען און די בתי מדרשים, נישט צניעותדיג
אזוי ווייטער און ווייטער,
דער קינד לייגט א האנד אויף דעם דאזיגען צייטונג, און זיכט נעבאך מיט ליכט וואס דער טאטע האט אים געלערנט, ער זיכט נעבאך די ציוניזעם, נאציזעם, עמלקיזעם, משמדות, כפירה,
און צו זיין גרויס ווינדער, זעט ער נאר דאס פארקערטע, וואס טראכט נעבאך דאס קינד?
ער טראכט אז זיין טאטע איז אדער א שוידיכליכע טיפוש, אדער א שקרן וואס אין כדוגמתו,!
וואס איז דער פועל יוצא? ער איז בועט באביו ורבו, און ער לאכט אפ פון אלעם, עס אונטערעסירט מער נישט גארנישט,
דאס דערהייבט נישט דער זאלי – בני יואל, דאס הייבט נאר זיין טעמפער צו ציפערען וואס מען קען ניטאמאל ציילען, דאס מאכט אים רייסען טעפיכער מיט די ציין, דאס מאכט אים שפריצען קאכעדיגע לאווע פון די נאז לעכער, דאס טרייבט אים צו משוגעת, דאס ברענגט אים שילשיל, און פארשווערט אים דאס אטעם,
מען זעצט זיך צוזאם, כדת מה לעשות? אז די ''די הייליגע חינוך'' פון שעלטען, און פרעדיגען כנגד כל הקודש, ווערט צו בלאזען וואו א זייפען בלאז,
מען קימט אויף מיט אן המצאה, מען שטעלט אויף דעם מיילך שטערן שר''י, און ער הייבט אן פרעדיגען, און מעיד זיין, אונטער שביעות וחרמות, אזער קען די שרייבער, זיי זענען כופרים גמורים! פארוואס? יא! ווייל זיי שרייבען וועגען:
די מהודרדיגע קרית יואל פלייש,
מהדרדיגע מצות,
מען דארף ענדיגען א חתונה פרי, ווייל מען דארף אויף שטיין פארטאגס לערנען,
יעדער מיז לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג,
מען טאר נישט האלטען און שטוב קיין כלי משחית, וואו ווידיאו, טעלערווישען, אונטערנעט אד''ג
מען טאר נישט אריין קימען און די בתי מדרשים, נישט צניעותדיג:
עס וועט ענק גארנישט העלפען, ענקער קינדער וועלן ווייטער זען די צייטונגען, צו ענק ווילען יא, אדער נישט, און זיי וועלן זיך איבערצייגען און די פאלשקייט פון ענקער טרייפענעם חינוך, די פאסקיצווע איז, אז אלעס איז אונטערען לבוש פונעם רבין זיכרונהלברכה,