| נשלח ב-13/12/2009 20:37 |
|
| |
א אפענער בריעוו צו הרה''צ רבי יחזקאל גאלד שליט''א
א''כ ידידי מאז ומקדם הרה''צ רבי יחזקאל גאלד שליט''א,
מיט א שווער הארץ און מיט א שווער געמוהט זעץ איך מיך אראפ שרייבן צו מיין
אלטן ידיד נעורים רבי יחזקאל גאלד שליט''א, איך האב געהערט די דברי בלע
וואס דו האסט ארויס געשריגן מיט ווייטאג פארגאנגענעם זונטיג פרשת וישב אין
קרית יואל, האסטו אמאל איבער געהערט דיינע אייגענע דיבורים? טייערער ר'
יחזקאל, איך בעט דיך זעץ דיך אראפ אזוי בינך לבין עצמך און הער איבער דיינע
דברי חוצפה וואס איז געזאגט געווארן נאר מיט שנאה, יא, איך ווייס, און די ווייסט
אז מען האט דיך פערזענדליך מיאוס באעוולט, מען האט מיאוס מבזה געווען איינעם
פון דיין משפחה בשעת ער האט געטוהן א מעשה נערות, יא איך האב פלענטי מיט
געוויינט מיט דיר באותו שעה, אבער דאס פארענטפערט נישט די שקרים וכזבים
וואס דו פארשפרייסט, גדולה השנאה שמקלקלת השורה, אז אזא אדם גדול
ותלמוד חכם ווי דו ביסט, זאל זיך מתיר זיין זיך צו באטייליגן אין אזא בזיון הספרי תורה
דאס האב איך פשוט נישט געגלייבט.
דו האסט שיינע מעשיות פון הייליגן בעל דברי יואל, א שיין ווארט פון רבי מיכאל בער,
לאמיך דיך פרעגן, האט רבי מיכאל בער דאס געזאגט אויף רבי אהרן? אפשר האט ער
געמיינט די חסידים פון רבינו יואל זי''ע?, און אויב א רבי פירט אין זאגט שלש סעודות תורות
איז ער הרב קוק ימ''ש?, נו, דער דברי יואל האט דאך אויך געזאגט שלש סעודות תורות?
איז טאקע יעדער ווער עס זאגט שלש סעודות תורות געגליכן צו הרב קוק שר''י?,
דו שעמסט דיך נישט רבי יחזקאל? די שטעלסט דיך צוזאם מיט די גרועים שבמחנינו?
אנשטאט זיך צו פרייען אז ענדליך האט מען צו געשפארט דעם מושב ליצים, אנשטאט צו
זינגען דעם זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, אז ענדליך נאך אזוי פיל יאר וואס דארט
אין דעם הייליגן דירה פון אבינו רועינו זי''ע האט מען דאס פארווערט אין א פרעס זאל, פון
דאנערשטיג נאכט ביז צום זמן הדלקת הנרות פון שבת האט מען דארט געפרעסן טשאלענט,
שבת האט מען דארט צוזאם געזויפט אלע טרפה'נע משקאות אז הצלה האט כסדר געדארפט
פון דארט ארויס טראגן שיכורים, אוי לעינינו שכך רואות, א פלאץ ווי דיין אייגענער שווער רבי משה טארים
פלעגט צו זאגן אז מען טאר נישט אריין טרעטן ווייל עס איז א מושב לצים, דאס באוויינסטו אז מען
האט אפגעשפארט?, דער טאג וואס מען האט דאס אפגעשפארט איז א יום טוב פאר כלל ישראל!,
און א זכות לנשמות רבינו יואל בן חנני' יום טוב זי''ע והרבנית אלטא פיגט בת אביגדור ע''ה,
אן דאס באוויינסטו???.
רבי יחזקאל! רבי יחזקאל!, וואס האט דיך ענדליך געמאכט חלש'ן? האסטו דען געחלשט ווען דער
מסור דמתא האט נאכגעשריגן רבינו בעל ברך משה זי''ע "כומעני"?, האסטו דען געחלשט ווען
די זעלבע מרימי יד בתורת משה וואס האבן אצינד ארויס געטראגן די ספרי תורות מיט אזא ביטער ליצנות
האבן יארן צוריק אריין געווארפן טייגלעך אין אויבן מיט א פרעכע ליצנות אין גישריגן כן יאבדו משה סיגוטער,
עפ''ל, האסטו דעמאלטס אויך געחלשט?, האסטו געחלשט ווען מען האט שופך דם געווען פארן ברך משה?
האסטו געחלשט ווען מען האט גערופן א רב בישראל אין ערכאות וואס האט אויפגעשוידערט די וועלט
מסוף העולם עד סופו, און אפילו דער בית הגדול שבירושלים האט דאס שארף פארדאמט, האסטו דעמאלטס
געחלשט?, וואס האט דיך פלוצליגע יעצט געמאכט חלש'ן?, ווען די בני יואל האבן בשנת תשס''ד געשיקט
א קארט סובפינע פאר קהל יטב לב פון קרית יואל דעמאלטס איז דיר בכלל נישט אנגעקומען צו חלש'ן,
נאר יעצט ווען דער שופט וואס זיי האבן אליין גענומען האט געפסקעט אקעגן זיי, בור כרה ויחפריהו,
יעצט האסטו דיך דערמאנט פון די ווערטער פון חפץ חיים און מחליט געווען צו חלש'ן...
יחזקאל, דו שרייסט נעבעך מנהמת ליבך, פלייש, נבילה וטריפה! מרשעים יצא רשע!, זייער פלייש איז נישט
כשר! פארוואס?, ווייל איך יחזקאל גאלד איז ברוגז אויף רבי אהרן ווייל מען האט זיין זוהן ארויס געווארפן פין
די ישיבה בחרפות ובבושות, נו, איך פארשטיי, אז "דו" ביזט גרייט צו עסין מפוקפקדיגע פלייש, וואס האט נאר א
הכשר ממליחה ואילך, און פלייש וואס מען זאלצט מיט זאלץ וואס רבינו זי''ע איז געווען שטרענג דערקעגן,
אבער אזויווי גדולה השנאה שמקלקלת השורה, וויל איך דאס עסין!, אבער וואס ווילסטו פון די טויזענטער
אידן וואס זייערע קינדער האט מען נישט ארויס געווארפן פון די ישיבה?, זייערע קינדער האבן נישט אינטער
געצינדן דעם אפיס פון די ישיבה, טארן זיי אויך נישט עסין פון די מהודר'דיגע פלייש?, אלע רבנים ודיינים
זענען מלאים בשבח הבית השחיטה המהודרת, קומט א ראצפאת, און שרייט נבילה וטריפה!!!, שעם דיך
אין דיין פנים, בו בזמן וואס כל גדולי ישאל שבדורינו זענען משבח ומעריץ כ''ק אדמו''ר שליט''א, אנגעהויבן פון זקן
הרבנים רבי שמואל הלוי וואזנער שליט''א, ואתו דער ראב''ד רבי משה שטערנבוך שליט''א, וכל חברי הבית דין
צדק שעל ידי העדה החרדית בירושלים, ווי אויך רבי אליקים שלעזינגער שליט''א, הרב דוננער שליט'א,
רבי חיים לייב כ''ץ שליט''א, רבי בנציון שטראסער שליט''א, רבי יחזקאל ראטה שליט''א, הרב רבי ישראל
צבי ברודא שליט''א, קאסובער רבי שליט''א, וכו' וכו', אלע זענען כסדר מהלל און משבח און רוב פון זיי (די היזיגע)
זענען גאר מהדר צו עסין נאר פון די שחוטה המהודרת וואס רבינו שליט''א האט אהער געשטעלט,
קומט דער הדיוט קופץ בראש, און שרייט אז דאס איז גאר נבילה וטריפה, יחזקאל, יחזקאל, אזוי האבן
געשריגן אלע פריריגע מינים וכופרים, אלע אפיקורסים האבן געפרעסן כל דבר אסור און גאר באשריגן און
בארעדט די מאכלים הכשרים.
ובני קורח לא מתו, וואס מיינסטו? אז קורח איז נישט געווען אזוי גרויס ווי יחזקאל גאלד?, דתן ואבירם
זענען נישט געווען אזוי גרויס ווי דער שארמאשער און דער טשאדער?, און בן פלת איז נישט געווען אזוי
גרויס ווי מיילעך שטערן?, און די חמישים ומאתים נשיאי עדה ואנשי שם זענען נישט געווען אזוי גרויס
ווי די קרעציגע בני יואל?, און דעסטוועגן ווען פערו פיהם אקעגן משה רבינו האבן זיי געהאט א ביטערן סוף,
יחזקאל, מיט עפענען דיין פיסק אקעגן דעם איתפשטותי דמשה בכל דרא ודרא, זענט איר טאקע די בני קורח
אשר לא מתו, און איר האט דעם דין פון מינים ואפיקורסים, ולכן אתה וכל עדתך הנועדים על השם!!!
ואהרן מה הוא כי תלינו עליו?, אונזער רבי צוקראצט זיך נישט קיין סאך פון אייערע קרימעצן, ער האט
געהאט א גיטן וועג ווייזער, ער האט זיך געלערנט ביי זיין פעטער וויאזוי א מנהיג ישראל דארף אויס צוזעהן,
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, ער וועט וייטער אויפטוהן להרם
קרן התורה וישראל, ער וועט ווייטער פארשפרייטן דעם דבר השם, און כלל ישראל וואס האט א גוטע נאז
(כדברי רבינו בעל דברי יואל זי''ע) פארשטייט זייער גיט ווער עס איז דא להרבות כבוד שמים און ווער עס
איז דא נאר צו צוברעכן פאר אייגענע אינטערעסן.
רבי יחזקאל טייערער, אזוי ווי איך האב אייך שוין דא, וויל איך נאר איבער שמועסן א קליינעם פרט אין דעם
סכסוך, און אולי ואולי קען נאך ארויס קומען א קידוש השם פון דעם גאנצע עלבון התורה וואס איר האט גורם
געווען מיט ארויס שלעפן ספרי תורות לשווקים ולחובות מיט א זלזול שאין כמוהו. רבי יחזקאל! לאמיר צוזאמען,
לערנען א פסוק חומש: ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם: לפניהם ולא לפני עכו''ם, לאמיר אריבער שפרינגען
צו שולחן ערוך חושן משפט סימן כ''ו סעיף א', אסור לדון בפני דייני עובדי כוככבים ובערכאות שלהם,.....
וכל הבא לידון בפניהם הרי זה רשע, וכאילו חירף וגידף והרים יד בתורת משה רבינו ע''ה, הגה: ויש ביד בית דין
לנדותו ולהחרימו, רבי יחזקאל, אז איר זענט שוין יא אריינגעפאלן מיט די הולכי לערכאות של עכו''ם בלי רשות בית דין
בעט איך דיך, יש קונה עולמו בשעה, און איך בין בטוח אז דער קידוש השם וואס ס'וועט ארויס קומען פון דעם וועט
פארצייען אויף דעם חילול השם וואס דו האסט גורם געווען, שטעל דיך צוזאם מיט דיינע שותפים לדבר עבירה און
קומטס ארויס מיט א וויי געשריי אויף דעם חילול השם וואס די הולכי לערכאות האבן גורם געווען, און פארלאנג פון
זיי אז זיי זאלן זיך זאפארט צו שטעלן צו א בית דין כשר בישראל דן צו זיין אויף די נכסי הקהלה, ויקוב הדין את ההר,
דאס איז דאך קלאר ווי דער טאג אז די מרימי יד בתורת משה האבן געשיקט פאר קהל יטב לב א תביעה בערכאות
שלא ברשות בית דין, און דיינע חברים לרשעה האבן טויזענטער תירוצים מתירוצים שונים, קודם כל האט קהל גערופן,
איי ס'שטייט דאך אז בני יואל זענען די תובעים, זאגט זלמן לייב וואלדמאן אז דאס איז איינס מיט א קלאגע וואס קהל
יטב לב (וויליאמסבורג) האט געשיקט 12 יאר בעפאר ברשות הרה''ג רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט''א,
און ווען יעדער האט געלאכט פון דעם נארישן פשעטיל, איז רבי יואליש מארגנשטערן אויף געקומען מיט א פרישן
פשעטיל, אז זיי זענען גבר אלים און מען דארף מיט זיי נישט גיין צו דין תורה, איי דער מחבר אין שולחן ערוך האלט
אנדערשט ווי דער שארמאשער צדיק, אין שולחן ערוך חושן משפט סימן כ''ו סעיף ב' שטייט: היתה יד עובדי כוכבים
תקיפה ובעל דינו אלים, ואינו יכול להציל ממנו בדייני ישראל, יתבענו לדייני ישראל תחילה, ואם לא רצה לבא, יטול
רשות מבית דין ומציל בדייני עובדי כוככבים, נו זעהן מיר, טייערער רבי יחזקאל, אז אפילו מיט א גבר אלים דארף מען קודם
שיקן א הזמנה לדין, אין דאס איז דא קיינמאל נישט געווען, יא מאיר יודל קען שרייען ווי א קאקאש אז קהל וויל נישט
גיין צו דין תורה, דאס אלעס איז נאר אויב דו האסט עהם געשיקט א הזמנה לבית דין און ער קומט נישט, ביז דאן, אויב
גייסטו לערכאות העכו''ם ביסטו א מרים יד בתורת משה, ונקרא רשע, אין רבי יחזקאל, וויאזוי האסטו געזאגט ביי דיין דרשה?
המתחבר לרשע איז אויך א רשע! אמת? רבי יחזקאל?, נו, האסט א גיטן געלעגענהייט, טוה תשיבת המשקל,
שריי אויס קבל עולם ומלואו, אז גיין אין ערכאות איז א עוון פלילי, א חילול השם, און אז די בני יואל זאלן שוין תיכף ומיד
זיך צו שטעלן צו א בית דין בזבל''א, והכל על מקומו יבא בשלום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 20:53 |
|
| |
צי ר' יחזקאל גאלד קען איך קיין טענות נישט האבן זינט בני יואל האט אים ארויס געווארפן פאר איבער א יאר צוריק פין די השגחה פאר די בני יואל בוטשער ווייל ער האט נישט געטויגט דערצי אין זיי האבן אויף גענימען הרה"ג ר' יעקב יודא פאללאק איז די השגחה א סאך בעסער
ר' יחזקאל וויינט אויף זיין אייגענער חורבן ער איז אויס געשפילט אפילו ביי די בני יואל.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 21:02 |
|
| |
נו, איז דאך די קשיא נאך גרעסער, וואס האט ער זיך צו געשטעלט צו די בני יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 21:35 |
|
| |
יאנקעלע די ביסט א גרויסער נער!
איך האב אויך געהערט פון די שלש סעודות תורה פון ר' יחזקאל איך בין געווען זיכער אז די ארוינים לאכן זיך אויס איך האב געגלייבט אז די ארוינים לאכן אין די פויסטן, יעצט איבערצייגסטו מיר אז זיינע ווערטער האבן יא וויי געטון.
נ.ב. ווען א הייד פארק שרייבער שטעלט זיך אויף מיט די גרעסטע מאס חוצפה קעגן א גאון און פוסק מאכט דאס נאך נישט דעם גאון אלס א מחוצף, ער האט רעכט און די נישט.
נ.ב. איך קען נישט דעם ר' יחזקאל און איך ווייס נישט וויפיל גאון ער איז, אבער פון די שרייבעריי דא שטעלט זיך ארויס אז ער איז א גאון פון וועם ענק ציטערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 21:36 |
|
| |
נפל, ער איז נישט פעצופאל דיין שוואגער?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 21:48 |
|
| |
איך האב נישט קיין שוואגער'ס נישט אין מאנסי און נישט אין מאנטריאל
נ.ב. די ביסט אויך פון דיע וואס ענטפערן דורך פארדרייען די שמועס?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 21:53 |
|
| |
אז מרעדט שוין פון דעם ר' יחזקאל גאלד'ן וויל דא אויסשמועסן צוויי נקודות
1) נישט יעדער געדענקט ווען מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק מיט משה פריעדמאנ'ס טעראר
האט מען געצאפט דאס בלוט פונעם גאון עולם הרה"ג הצדיק איש תם וישר ר' שמעלקא טויבענפעלד זצוקללה"ה זי"ע
וואס ער איז דאן געווען רב אינעם סאטמארן קהלה אין מאנסי וואס אגב איז ער נאך געווען דער מייסד דערפון פריער האט עס געהייסן קהל חרדים - שפעטער האט מען געטוישט דעם נאמען אויף סאטמאר (די פונקטליכע פרטי הדברים לאז איך פאר א צווייטן אויסצושמועסן כהאב נישט יעצט קיין כח זיך אריין צולאזן אין דעם פארוויטיגטן קאפיטל היסטאריע)
הכלל מען האט עם אזוי יורד געווען לחייו ביז ער האט זיך אפגעזאגט פונעם רבנות פון די קהלה און זיך געעפנט א קליין שטיבל אין מאנסי (בערך אזוי ווי הרה"ג ר' יחזקאל ראטה האט געטון אין ב"פ נאכן ווערן אונטערדרוקט פון משה פרידמאן דער משתב"ק נוצנדיג דעם הייליגן רבין דעם ברך משה פאר א שטעקן צו זיין טעראר דורך אויסנוצנדיג זיינע שוואכקייטן און דורך דעם האט דער רשע משה פרידמאן גערודפט אלע יודן וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט צו זיין טעראר מאשין און דעמאלטס האט זיך ר' יחזקאל ראטה שליט"א אפגעזאגט פון זיין דיינות שטעלע = נישט אויסהאלטנדיג די קארופציע וואס דער משה פרידמאן האט דאן איינגעשטעלט = ביי די פרשה פון די בעדפארד דירות ואכמ"ל = אגב תורה מחזרת אחר אכסניא שלה און סאיז טאקע שפעטער מיט אפאר יאהר צוריק צוריקגעקומען צו הגאון ר' יחזקאל ראטה'ס איידעם הרה"ג ר' משה פר"מ שליט"א בעמח"ס שו"ת הוסיף משה. עכ"פ אזוי ווי ר' יחזקאל ראטה האט גאטון אין ב"פ האט ר' שמעלקא זצ"ל געטון אין מאנסי)
בכל אופן דעמאלטס ווען הרה"ג ר' שמעלקא האט זיך אפגעזאגט פונעם רבנות אין מאנסי און זיין פלאץ איז געבליבן ליידיג האט זיך דאן קיינער נישט געוואגט איבערצונעמען דאס פלאץ פונעם גאון וקדוש ר' שמעלקא ביז סאיז געקומען אונזער אויבנדערמאנטער גאון דער גאלדענער קוק דער ר' יחזקאל גאלד נאך זייענדיג דאן א יונגערמאן א ראצער און פייגערנדיג נאך כבוד האט ער דאן נאך געשווענצט פארן ברך משה וואס איז דאן געווען אונטער די נעגל פונעם בלוטיגן גבאי משה פרידמאן און דערפאר האט מען עם געגעבן די שיינעיודשאפט אין מאנסי
ווי כאילו דער ראצער האט געברויכט צו ריפלעיסן זיין פארגייער הגאו ר' שמעלקע טויבענפעלד זצ"ל
און מה עשה הקב"ה ? לא ארכו לו הימים פאר דעם כבוד גייציגער יונגערמאן און מיט עטליכע יאר דערויף האט ער פארלוירן זיין פאסטן בשן ועין אויך צוליב כבוד און אני ואפסי
2) נישט לאנג צוריק האט זיך אפגעשפילט א מעשה אין מאנסי וואס יעדער ווייסט די וויינגארטן פרשה איך לאז מיך נישט דא אריין אינעם עצם נושא וועלעכער צד סאיז גערעכט = אבער דאס איז עכ"פ זיכער און אויף דעם איז יעדער איינשטימיג אז איינזעצן א יוד לכל ימי חייוו דורך אן עדות פון א מומרת א אפגעפארענע יודישע טאכטער וואס ע"פ תורה האט זי קיין נאמנות = נאכאמאל היות די נושא איז געווען א האקעלע וויל איך נישט אליין נעמען קיין שטעלונג =
און סאיז דאן ארויס געקומען א בריף פון אלע רבני מאנסי און נאך אסאך רבנים פון איבער די וועלט אז מטאר נישט דעם יוד איינזעצן און דאר דער שמרה נפשי כי חסיד אניני'ק דער ר' יחזקאל גאלד האט געקעמפט מיט ציין און נעגל איינצוזעצן דעם יוד וואס ווער סווייסט זיצט ער נעבעך מיט די ארגסטע פארברעכערס אינאיינעם מיט דזשאן גאטי דער פירער פון די מאפיא
עכ"פ איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען א בילד פארן עולם וואספארא מין בריה דאס איז דער ר' יחזקאל גאלד
ער א מענטש אנגעפרעסן מיט שנאה און כבוד פול מיט בלינדע האס צו רבינו שליט"א וואס לכאורה איז ער מסתמא שולדיג אויפן פארלירן זיין רבנות אין מאנסי און דערפאר האלט ער דרשות וכו' וכו' - צוזאמען מיט אלע האס און שנאה אנגעפרעסענע מענטשן וואס האבן זיך יארן לאנג איינגערעדט אז זיי וועלן און זיי דארפן פירן די וועלט אנגעפאנגען
מיטן צייטונג שרייבער ר' מנשה פילאף (וואס ער איז געווען אזויווי ר' יחזקאל גאלד אין די יונגע יארן א גרויסער לעקער פארן ברך משה ער פלעגט זיין א שטיקל שרייבער פאר עם אזוי האפנדיג צו ווערן דער שיינער יוד אינעם קליימער בית מדרש אבער דער ברך משה איז געווען א גוטער מבין אויף עם און פארשטאנען אז ער קען פונקט גוט גענוג זיין צוזיין א צייטונג שרייבער און נישט פסקענען שאלות און פירן כלל ישראל און ער האט דעם פאסטן נישט באקומען . ווי נאר ער האט רעאליזירט דעם מצב אז ער באקומט נישט די שיינעיודשאפט אין קליימער האט ער בוגד געווען אלע זיינע אגענדעס פון ביז דעמאלטס צו בויען דעם ברך משה און ער איז אנטלאפן פון כולל אדער בעסער געזאגט געווארפן געווארן דורך א קהלס מיטינג ווייל ער האט אנגעפאנגען אנצודרייען רוח פון הירוס אינערהאלב די כולל יונגעלייט און דאס קינד איז אנטלאפן קיין שאפראן דערביטערטערהייט צוזעענדיג ווי זיין ברודער ר' זלמן לייב פיליף האט באקומען דעם שול אויף קיעפ סטריט און ער איז געבליבן אן אויסגעשפילטער לוזער מחוץ למחנה א פאלנער צייטונג שרייבער
און זייט דעמאלטס איז ערגעווארן אנגעווייטאגט אויפן ברך משה און ווי ספארשטייט זיך אליינס צו זיין עלצטן זין רבינו שליט"א וואס ער איז מן הסתמא אויך שולדיג און זיין דורכגעפאלענעם לעבנס פלאן און דעריבער האט ער געגעבן זיין דערביטערטער דרשה ביים מעמד הוצאת הליצים אינאיינעם מיט ר' יחזקאל גאלד מיידלעך שטערן מיטן שארמאשער
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/12/2009 06:31:42
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 22:01 |
|
| |
די מיינס טאקע אז מיטן שרייבן כעסקעל גאלד און שילדקרויט פארמינערסטו פון זייער כבוד בכי הוא זה? אדרבה דעם איינציגסטען וועם די דערנידערסט ביסטו אליינס מיט די חינוך וואס די האסט באקומען.
ווען אינגעלייטלעך זענען מזלזל בכבוד תלמידי חכמים איז דאס מעיד אז די חינוך וואס זיי האבן באקומען טויג נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 22:05 |
|
| |
ווי קען איך מיך אויסלאכן ווען מיין ידיד נעורים וואס איך האב געלערנט בחברותא כמה זמנים כולם שוין לטובה, האט זיך אזוי דערנידערט, זיך מתחבר צו זיין מיט רשעים, נאר פאר אייגענע שנאה, יא, מיר טיט דאס וויי, איך קען לאכן פין שארמאשער, איך קען לאכן פון ר' מאיר יודל, איך קען לאכן פון מיילך שטערן, ישעי' יאנקל שטויבער, אבער פון רבי יחזקאל גאלד קען איך נישט לאכן, עס קומט מיר ענדערשט צו וויינען.
און, ס'איז להיפוך, ווען איך יאנקעלע שרייב דא אויף היידפארק איז דאס נישט קיין חילול השם, קיינער ווייסט נישט ווער איך בין, ס'איז נאר ניכרין דברי אמת, און איך מיין נאר לשם שמים, ווילסטו אנעמען מיינע ווערטער איז גיט, און אז נישט, מעגסטו שרייבן אז יאנקעלע איז א נער, נו, ווער מאכט זיך צוטוהן פון א נער?, אבער מיט רבי יחזקאל גאלד שליט''א איז די מעשה פונקט פארקערט, ער האט זיך אויפגעשטעלט בגלוי און פער פיו בדברי שחץ, ער האט זיך מתחצף געווען א קעגן א רבן של ישראל, ער האט זיך מתחצף געווען אקעגן א מרא דאתרא, ובמקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, ער קען זיין כגודל כארזים גבהו, און טאקע ווייל ער איז אזא תלמוד חכם, קען איך דאס נישט פארשווייגן.
ער איז טאקע א גאון, אבער ער קומט נישט צו לקרסולי רגליו צו רבינו הקדוש והטהור שליט''א, נישט אין תורה, און אוודאי נישט אין הנהגה, דער רבי זכותו יגן עלינו האט אסאך גרעסערע פון יחזקאל גאלד ארויס געטראסקעט פאר אסאך א קלענערן חטא, אדרבה, א שוואכן יונגערמאן אדער א שוואכן בחור אין די ישיבה האט דער רבי נישט געלאזט ארויס ווארפן פון די ישיבה, אבער ווען א בחור איז געווען א מחוצף, האט ער ארויס געווארפן און מבזה געווען אן קיין רחמנות, ער האט געקענט זיין דער בעסטער בחור פון די ישיבה, טאמער גלייבסטו נישט, פרעג דיין טאטן אדער גאר דיין זיידן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 22:32 |
|
| |
יאנקעלע אין די תורה טרעפט מען אויך א מציאות פון 2 קינדער וואס זענען געוואקסן צוזאמען... יעקב און עשו... חז"ל זאגן אונז הוא פורש לחיי העולם הבא והוא פורש וכו' רח"ל
יחזקאל גאלד און יענקעלע האבן צוזאמען געציינדעלט... (איך גלייב דיר סיי ווי נישט קיין איין ווארט, אבער זאל זיין) ר' יחזקאל גאלד וואקסט אויס א גאון און פוסק און יאנקלע וואקסט אויס א הייד פארק שרייבער... זיי מיר מוחל, אין די וועלט נעמט מען נישט אן דברי בלע פון א פראסטער הייד פארק שרייבער קעגן א תלמוד חכם און פוסק... ולא זו בלבד, די אלס הייד פארק שרייבער קען נישט קובע זיין ווער עס מעג רעדן אויף וועם... איך ווייס נישט ווער עס איז א גרעסערע צדיק צווישן דיין רבי און ר' יחזקאל אבער די ביסט נישט דער וואס קען דאס קובע זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 22:41 |
|
| |
העי די דאמי א מניט ציריק שרייבסטו אז די קענסט נישט דעם ר יחזקאל אין די וויסט נישט וויפיל גאון ער איז
פליצלינג ווייסטו אז ער וואקסט א גאון
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2009 22:55 |
|
| |
נייפעלע, דארפסט נישט גיין אפאר טויזענט יאר ביז די אבות הקדושים, דער הייליגער ברך משה זי''ע האט אויך געהאט אפאר זוהן, וואס איינער איז היינט צוטאג דער רבן של ישראל, ווי הרב וואזנער שליט''א איז מעיד און רופט עם אן דער כתר תורה פון היינטיגן דור, און רבי משה שטערנבוך שליט''א זאגט אז ער איז דער גרעסטער מרביץ תורה בדורינו, און דער צווייטער איז נעבעך אויסגעוואקסן צו זיין א מרים יד בתורת משה און א הולך לבג''ץ בלי שום בושה וכלימה,
וואס איז מיטן מאמר חז''ל "קבל את האמת ממי שאמרו" הא?, ווענטסט נישט אפ מיינע דברי שלום ואמת וואס איך האב געברענגט, נאר שרייבסט שטותים והבלים מיטן ציל מיך צו דערנידערן, הער מיך גיט צו, חיי העולם הבא ווערט נישט פארטיילט דורך א נייפעלע, אויבן איז א עולם האמת, דארט טשעקט מען נישט דעם ברייטן ביבער היט אדער דעם פארקנייטשטן שטערן, דארט קיקט מען אויף מעשים טובים, און דאס אז איך פרוביר צוריק צוברענגען מיין ידיד נעורים לתשובה, איז שוין א געוואלדיגער זכות לעולם הבא.
מען דארף נישט זיין קיין גרויסער פראפעסאר צו פארשטיין ווער עס איז א צדיק נשגב און ווער עס איז מעדת קורח, מען דארף זיך נאר צו הערן צו די גדולי ישראל, און דארט ווערט מען קלאר געוואר למי החותמת ולמי הפסולים, ווער עס ארבייט לשם שמים און ווער עס איז נאר דא צו צוברעכן אלעס וואס כבוד קדושת רבינו הקוה''ט זי''ע האט אויפגעשטעלט בזיעת אפו, סתם צו שרייען רשע, קוק, אכזר, מאכיל נבילות וטריפות, אשת חיל, טריפה'נער ווילידזש, סאשא, עברית, חוזק מאכן פון תקנות, חוזק מאכן פון מהודר'דיגע אריזאנא ווייץ, חוזק מאכן פון בית השחיטה המהודרת, חוזק מאכן פון שחיטה מונחת, חוזק מאכן פון שטיין זאלץ, חוזק מאכן פון אויפשטיין פארטאגס און לערנען, חוזק מאכן פון איסור פאר בחורים צו גיין אויף חתונות, וכו' האט מגלה געווען ענקער טריפה'נעם פרצוף, יא אפילו דער אפגעריסענער יענקעלע, וואס איז א גרויסער נער האט אויך באמערקט די פאלשקייט פון המה בנוכליהם, דער רבי אהרן האט נאך אין זיין לעבן גארנישט גיטס געטוהן, אמת?, דו צענדליגע בני יואל וואס ער האט חתונה געמאכט איז גארנישט!, די צענדליגע חולים וואס זענען נהנה בעת צרתם פון הרבנית הצדיקת איז אויך מצד הס''ם, אמת?, ענקער בלאף איז אזוי קלאר אז יעדער וואס האט א מוח בקדקדו זעהט דאס, און נאכאמאל במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2009 00:09 |
|
| |
| נפל כתב: |  | די מיינס טאקע אז מיטן שרייבן כעסקעל גאלד און שילדקרויט פארמינערסטו פון זייער כבוד בכי הוא זה? אדרבה דעם איינציגסטען וועם די דערנידערסט ביסטו אליינס מיט די חינוך וואס די האסט באקומען.
ווען אינגעלייטלעך זענען מזלזל בכבוד תלמידי חכמים איז דאס מעיד אז די חינוך וואס זיי האבן באקומען טויג נישט. |
|
1) כעסקל גאלד איז גארנישט שלעכט א כף מיט א חי"ת זענען זיך מתחלף
2) שילדקרויט איז די עכטע נאמען פונעם שארמאשער גאון אזוי האט זיין טאטע געהייסן
הער מיך צו די וואוינסט אין טאהש און דו מיינסט אז די פירסט די וועלט מיט דיין אפגעריסענעם היידפארק ניק
3) דאס וואס די שרייבסט וועגן יונגעלייטלעך זענען מזלזל אין תלמידי חכמים אט אט דאס שריי איך דאך דא אקעגן די יונגעלייטלעך גאלד מ. סילוף וחביריו זענען מזלזל תלמידי חכמים
איך דערנידער מיך נישט גארנישט בסך הכל האב איך געשריבן אביסל היסטאריע מיט טרוקענע פאקטן
הער מיך צו איך בין דאך נישט שולדיג אז די וואוינסט אין טאהש קודש און די ווייסט נישט בחייכון אחוץ עסן געפילטע פיש און זיך ווייקן אין מקוה נפל. ביטע שלעפ מיך נישט אראפ איך זאל מיך דארפן ארומטענהן מיט דיר לדעתי איז נישט דיין פלאץ אינעם דאזיגן פארום שפאציר אריבער אינעם קינדערגארטן פארום דארט וועסטו האבן אסאך קאמפאני און זיך שפירן מער היימישער
|
|
|
|
|