בית פורומים כל העולם כולו

שארפע דרשה קעגן אנשי דלא מעלי מרבינו בעל ברך משה זי"ע,

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2009 20:44 לינק ישיר 
שארפע דרשה קעגן אנשי דלא מעלי מרבינו בעל ברך משה זי"ע,

א דרשה פון בעל ברך  משה פון שנת תשנ"ה בערך, איז יעצט אפירגעקומען, וואו ער רעדט גאר שארף קעגן די מוסרים קליקע, די אנשי דלא מעלי.

ער דערציילט ואוס זיי האבן געטאן צו הרה"ח המפורסם ר' לייביש לעפקאוויטש ראה"ק ומנהל מוסדות סאטמאר. ווי אויך זייערע רשעות'ן און חילולי שבת וואס תסמר שערות אנוש.

ער שילדערט ווי זיי האבן אים אמאל אנגעפראסקעט, בחיי רבינו הק' בעל דברי יואל זי"ע.

דער טעיפ איז דא, און איך האף עס צו באקומען און ארויפלייגן אז יעדער זאל הערן, ווער די באנדיטן זענען געווען עד היום הזה.


ס'איז נאר א נחת ווי דער נועם המדות'ניק, בועט באביו (נישט רבו, ער האט קיינמאל נישט געלערנט) לעקט זיך צו די מוסרים ומהרסים ומחללי שבת. ולא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב.


פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2009 18:30 לינק ישיר 

איך האב דעם שבת גערעדט צו א חבר מיינער וואס ער האט מיטגעהאלטן יענע צייטן, זאגט ער מיר אז די דרשה איז פון כ"ו אב תשנ"ב, און ער זאגט מיר אז רוב דרשה איז שוין געדרוקט אין אבני שהם דרשות לכ"ו אב.

איך האב נישט דא ביי מיר קיין אבני שהם, ווער עס האט ווערט געבעטן עס אריינצוסקענען דא, אדער אפשר אויב כ'וועל עס שאפן וועל איך בל"נ פרובירן אפצוטייפן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 18:06 לינק ישיר 

איך האב מיר ערשט יעצט גענומען די צייט אויסצוהערן דעם דרשה פון רבי'ן זי"ע, וואס זאל איך אייך זאגן? איך קען אייך בלויז זאגן אז עס באדערט מיר אז איך האב עס נישט געהערט אביסל פריער.

דער רבי זי"ע רעדט דא פון עטליכע זאכן:
- איבער קרית יואל - א כלילת יופי,
- די מסירה וואס די מרימי יד בתורת משה האבן אריינגעגעבן קעגן די הנהלת הקרי',
- איבער די ניסי ניסים אז פון אלע זייערע מסירות איז גארנישט געבליבן,
- איבער די רשעים וואס האבן זיך באזעצט ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און צוזאמגעפייניגט אנשי שלומינו,
- איבער די טייכן טרערן וואס רביה"ק האט פארגאסן איבער די רדיפות נוראות וואס די רשעים האבן צוזאמגעפייניגט להבחל"ח דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א,
- איבער דעם איסור אויף די ת"ת פון די עזות פנים'ער,
- און נאך.

פאר ווער עס האט דאס נאכנישט אויסגעהערט: ס'לוינט זיך אלע געלטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 21:09 לינק ישיר 

אין א לענגערן שמועס מיט א קרית יואל'ער עזות פנים, אויף מיין פראגע וויאזוי ער קען מחזיק זיין אזא איינער וואס חבר'ט זיך מיט זיינע טאטנס בלוט זויגער, האט דער עזות פנים געענטפערט אז דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס  ער שטיצט אים! וויבאלד עס שטייט אין שו"ע (ער איז נאך א ת"ח אויך) אז אויב דער טאטע איז געווען א רשע איז א מצוה אים מבייש צו זיין!

א ריכטיגער ביישפיל פון וועם מ'רעדט דא. ס'נישט דא קיין לשונות צו דעסקרייבן אזאלעכע פארשוינען.

ער זאגט אבער אז ער גייט לכתחילה זיך נישט קובע מקום זיין אין סאסמאן, צוליב דעם וואס זיי האבן נישט ארייגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו ראטעווען דעם מושב לצים, און זיי האבן געווארט אויף דעם מינוט אז ס'זאל זיך פארשפארן, והא ראי' אז זיי האבן גלייך אויפגעהאנגן א צעטל מיט די סדרי התפלה פון סאסמאן אין אלע לעכעלעך פון די עזות פנים'ער, דארט ווי מ'האט צוזאמגעשאלטן רביה"ק זי"ע רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2009 22:28 לינק ישיר 

מקען עס אראפלאדענען פון דאנעט

http://www.gigasize.com/get.php?d=7kmygv4gjrf





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 21:30 לינק ישיר 

rebyankel כתב:
באדל וועט דער סויער דעקל מסביר  זיין אז רביה''ק האט זיך געשעמט מיט די דרשות קעגן ציונים אויך

רביה"ק דרשות זענען געדריקט און טויזענטער אידן לערנען דאס, און שטאלצירן בשיטתו הבהירה,
די דרשות זענען נאר געדריקט צו טשעפען דעם ברך משה, אדרבה פארוואס דריקט איר נישט אפ די דרשה אין בלאט? פארוואס איז עס בשעתו נישט געווען געדריקט אין איד וכדו', נאר דער פנים חדשות הידועה לשמצה האט זיך ציגעכאפט צי די דרשות ווי הייסע לאקשן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2009 21:14 לינק ישיר 

א"כ אפשר פועלסטו ביי מהר"א ער זאל נאכאמאל האלטן א דרשה און איבער'חזר'ן די דבר"ק אז יעקל ברוך איז א וכו'  פשוט להחזיר עטרה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2009 20:57 לינק ישיר 

טשאמפיאן כתב:

מען איז מחויב מוחה זיין אויף בזיון ת"ח כ"ש א נפטר

יעדער ווייסט אז דער ברך משה זצ"ל האט זיך געשעמט מיט די דרשות

דאס איז רעכט מתכבד עצמו בקלון רבו



זאג די ביזט ביי קלארע געדאנקען?

וועלעכע דרשה האט זיך דער ברך משה געשעהמט? מיט די דאזיגע דרשה? פארוואס וויייל ער זאגט א יענקל תרך איז א לאפעץ, א מן הארץ? א גנב? א באגאבונט? 

די האלסט אנדערש? די קאנסט אים?

אדער ווייל ער האט געזאגט אז די שקצים האבן אים באקלאפט? און אנגעפראסקעט ר' לייבוש?

ח''ו צו זאגען אז דער ברך משה האט זיך געשעהמט מיט די דאזיגע דרשה, יעדעס ווארט איז אמת, און הייליג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 20:29 לינק ישיר 

באדל וועט דער סויער דעקל מסביר  זיין אז רביה''ק האט זיך געשעמט מיט די דרשות קעגן ציונים אויך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2009 20:22 לינק ישיר 

מען איז מחויב מוחה זיין אויף בזיון ת"ח כ"ש א נפטר

יעדער ווייסט אז דער ברך משה זצ"ל האט זיך געשעמט מיט די דרשות

דאס איז רעכט מתכבד עצמו בקלון רבו




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/12/2009 07:23 לינק ישיר 

עס האט שוין ווידער געריטשט דעם לימיט, אפשר נאכאמאל, פליז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 20:00 לינק ישיר 

די פייל איז נאכאמאל ארויפגעלייגט אויף יו סענד איט.

http://www.yousendit.com/download/MVNjc2ZGUnJTSURIRGc9PQ





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2009 19:26 לינק ישיר 

איך האב געהערט די טעיפ, אין כ'קען נישט פארשטיין וויפיל שנאה אין רשעות א זוהן קען האבען קעגן א אייגענע טאטען, וואס האט אים קיינמאל קיין שלעכטס נישט געטוהן, (אין דער זוהן האט נאך בחיוו אסאך רשעות געטוהן אין עס אנגעלייגט אויף זיין הייליגען טאטע'ן), ער קען נאך יעצט טאנצען מיט מענטשן וועלכע האבען אזוויפיל געטרינקען זיין הייליג בלוט

הרב ז' ל' ט'  מעגסט דיך שעמן, אפי'  עשו הרשע האט כאטש כיבוד אב געהאט,
האסט געהאט אזא הייליגען טאטען
 אין די קענסט חנפנ'ן מענטשן וועלכע האבען אים מקצר ימים געווען, אין רעדן נאך היינט ברבים אזוויפיל דברי דופי קעגן אים...
וויאזוי האט דיין האנט נישט געטרייסעלט בשעת עס האט אנגערירט די ידים ידי עשו פינעם מסור ומלשין וואס האט אזוויפיל געארבעט אינטערצו ברענגן דיין טאטען ז''ל אין זיך אזוי ווארים געדריקט מיט אים כמ''פ ברבים,
 וויאזוי האסטו דיך נישט געשעמט מספיד צו זיין איינעם וואס האט אזוי שווער געארבעט חרוב מאכען דיין טאטען, ווען אויף זיין ארון איז אויסגעשפרייט די נאמען פין די קהילה וואס איז געגרינדעט געווארען קעגן דיין טאטען ז''ל אין איז ג'אסר'ט געווארען דורך די גדולי הדור בימים ההם.
די שעמסט זיך נישט אז דיין נאמען לויפט אלס נשיא פין א ישיבה וואס די האסט געניצט דיין טאטען'ס נאמען עס צו עפענען כדי צו קענען שטויסען דיין ברודער, אין ווען די האסט געוואלט כשר'ן דיין חזיר פיסל אין עס רופן 'ברך משה' האבען די תלמידים/עלטערן/שטיצער געזאגט מיר לאזען דיך איבער, אין די האסט אימפארשעמטערהייט געזאגט בלייטס מיט מיר אין כ'לייג נישט מיין טאטען'ס נאמען.
ביי דיר אין {ג'גנבט'ע} ביהמ''ד ווען מ'עפנט א סידור וואס דיינע מענטשן האבען געלאזט דרוקען ווען אויף איין זייט שטייט א 'לזכרון בהיכל ד' מיט די נאמען פין דיין הייליגע טאטע, איז עס אנגעפירקעלט אין כמעט אלע סידורים,
אדער ווען מ'קומט אריין ביי שער 'אלטא פיגא' אויף וומ''ס סט' אין דארט שטייט צווישען אנדערע ... לרבותינו הקדושים איז עס אזוי מיעס אינגעפירקעלט...
ווען די וואלסט געווען בעה''ב אויף די ביה''ח וואלסטו שוין געמאכט א וואנט צווישען רבי'ן ז''ל אין דיין הייליגען טאטען אלעס צו געפעלן פאר די כת.
עס איז דא אסאך צו רעדן וועגן דעם ועוד חזון.
שעם דיך!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2009 17:34 לינק ישיר 

ווער עס הערט דעם טעפ, ווערט נבהל ונשתומם, דער ברך משה זי''ע איז געווען שארפער קעגען די בני המן, וואו אלע היידפארק שרייבער אונאיינעם,

 

איך געדענק ווען מיר האבן נישט פארשטאנען די הייליגע ווערטער פונעם ברך משה זי''ע, ווען ער האט אנגערופען די בני המן ''ווערים און קרעטץ'',

 

היינט שטעלט זיך ארויס, וואו אזוי ר' יונה זאגט, אז דער הייליגער ברך משה האט גאר פארשעהמט די ווערים און די קרעטץ מסוף העולם ועד סופו מיטן צו גלייכען די דאזיגע ''לאבעצעס'' צו די ווערים און קרעטץ, ל''ע 

 די הגדרה, און דעם טיטל אויף די דאזיגע עבריינים, לאבצעס, לייצים, קאמיקער, משוגעים, פארביסענע, משחתים, חמסנים, איז נאך נישט באשאפען געווארען,
 
אפשר בימי הברך משה זי''ע  האט עס נאך געהאלטען ביי ווערים און קרעטץ,

 

די הייליגע רבי דער ברך משה זי''ע זאגט ביי די דאזיגע דרשה 2 אונטערסאנטע אויסדריקען,

 

 1 ער זאגט, אז עס האט אים געבלוטיגט ביים הארטץ, צו צוזען וואו עס דרייען זיך ביים פעטער און שטוב אזעלכע לאבעצאס, אונדערצייט וואס אונדערהיים  האבן זיך געדרייעט ביים פעטער נאר ערליכע יודען וואו הרב ר' לייבעלע פאשקעס הי''ד מיט ר' יעקב הערש טארנער, (פריעדמאן) הי''ד,

 

 2 עס באדערט אים אז ''עמי הארצים'' האבן זיך געדרייט ארום רבינו הקוה''ט זי''ע

 

לאמיר זיך מתבונן זיין און נימער איינס,

 

אונדערהיים האט זיך געדרייט ביים רבי'ן זי''ע אזא יוד וואו ר' לייבעלע פאשקעס, וואס איז געווען א ת''ח עצום, און א צדיק תמים ונשגב, כאטש ער איז געווען פון פאך אויס א רואה חשבון, און מען האט געזען אויף די ביכער אויף וואס ער האט געארבייט, וואו עס איז אונגאנצען פול מיט שפייעכס, ווייל ר' לייבעלע איז אויף געווען ביי די נעכט און געלערנט תורה בקדושה ובטהרה, איז ער איינגעשלאפען אויף די ביכער און מיטן די ארבייט, דאס איז געווען ר' לייבעלע,

 

ר' יעקב הערש , די זעלבע זאך, א ת''ח עצום א יר''ש מרבים, א חכם ונבון,

 

די דאזיגע יודן האבן זיך געדרייט אונדערהיים ביים רבי'ן זי''ע,

 

נישט אזעלכע, וואס האבן אפגעכאפט קאסעטעס, פון פארשידענע מאמענטען און שטוב פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ואכמ''ל, און עס דער נאך איבערגעהערט, און זיך געקוילרט פאר גלעכטער! ( איר קענט דאס איבערפרעגן דוד ירמי ברייער דער בעל הקאסעט)

 

נישט א זעלעכע וואס ווען רבינו הקדוש זי''ע איז נישט געווען געזונט, און ער האט זיך נישט קענט באוועגען אן קיין הילף, און ווען ער האט געברויכט ארויס גיין, און פונקט האבן די לאבעצעס געהאלטען און מיטן פרעסען, האבן זיי זיך אנגעריפען מיט ביטול ''זאל דער אלטער א ביסעל ווארטען'', ( עיין ערך יעקל תרח, יעקב יוסף ווייס - יעקב הערש ברייער )

 

נישט א זעלעכע וואס האבן געפראסקעט ביים קרעפל פשעטעל, מכות רצח כדרכם, און רבינו הקוה''ט האט דאס נישט געקענט צוקיקען, האט ער א פרעג געטאן דעם שלעגער ''זאג די ווייסט אפשר וואס א  פרוסבול מיינט''?,

רבינו הקוה''ט האט דאן געזאגט דאס פשעטיל אויף די סיגיא פון פרוסבול, און דער שלעגער האט דאך אוודאי נישט געוויסט, פון וואו זאל ער וויסען וואס פרוסבול מיינט?, ער ווייסט נאר פון געדישעכס, מיט קנאבעל בארשט, מיט זידיגע לעבערלעך, קאקאש קעק, מיט פארפעל, מער אונטערסירט אים נישט, 

האט אים די רבי זי''ע אנגעשריגען ''דאן פארוואס טיילסטו פעטש''?  (עיין ערך יענקל תרח)

נישט א זעלכע וואס האבן אנגעפראסקעט ר' יונה עסטרייכער און מיטן די הקפות, על לא עוול בכפו,  אדער ווייל ער האט אים נישט ''מהנה'' געווען, ווער ער איז זיך געווען געזעגענען פאר די הייליגע טעג,  (עיין ערך זלמן לייב וואלדמאן)

 

נישט אזעלכע וואס האבן אנגעפראסקעט ר' לייבוש'ען (עיין ערך בל המושיען של ישראל- יענקל תרח – ברוך מרדכי א. יעקב הערש ברייער)

 

נישט א זעלכע וואס האבן ארויסגעצווינגען געלט פון נגידים, וואס האבן זיך געוואלט געזעגענען ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, ( עיין ערך בעל הבגץ, בעל המושיען, בעל עשרת אלפים, וכו' וכו'

 

און מיר דארפן זיך נאך ספארעווען מיט  די דאזיגע ווערים'דיגע קרעציגע עמי הארצים, לאבעצאס, עד היום הזה!!!

 

2 עמי הארצים,

 

 ווען דער ברך משה זי''ע וואלט ווען געחלומ'ט, און וויסטען חלום, אז אויב האט מען גבאים עמי הארצים קענען זיי נאך איין טאג אויף נעמען א ''רבי'' א  שרעקווערדיגער מן הארץ, און אום אנטאן ווייסע זאגען אונדערוואכען, מיט ווייסע שלאף קלייד, מיט געפעטיטע מכנסיים, מיט בענדלך אויף די אונטערוועש,  מיט א זילבענע שטעקען, און דער האנד, מיט רבנישע  ברילען, מיט גרויסע שוך, און ויהי לרבי, וואס וואלט ער דאן געזאגט???

 

 

 

 

 

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 15/12/2009 17:40:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 04:47 לינק ישיר 

פארוואס לייגט מען עס נישט ארויף אויף יו טוב ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2009 04:18 לינק ישיר 

עס איז זיס צו זעהן ווי די בני קרח רוצחים שרייען איצט: האטס רחמנות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שארפע דרשה קעגן אנשי דלא מעלי מרבינו בעל ברך משה זי"ע,
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext