ביי א זיצונג פון די גרויסע אהרונים פירער מיט די הנהלת כולל שומרי החומות, איז ארויפגעברענגט געווארן אן אלטימאטום אויב ביז נאך חנוכה הערט מען נישט אויף צו אדווערטייזן אין "דער איד" גייט מען אראפנעמען אלע צדקה פושקעס פון אהרונים בתי מדרשים פון וומ"ס און ב"פ.
און הייסן דעם ציבור אויפהערן האלטן צדקה פושקעס בביתם.
דעלעגאציע פון שומרי החומות ביי ר' אהרן טייטלבוים, גייט ארויס מיט ליידיגע הענט.
נשלח ב-27/12/2009 20:13
סקאטמאלען כתב:
בקיצור, אהרן טייטלבוים איז א קליפה וואס איז שטארק שולט אין חודש טבת
נעבעך
ליידער
נשלח ב-27/12/2009 19:58
בקיצור, אהרן טייטלבוים איז א קליפה וואס איז שטארק שולט אין חודש טבת
נעבעך
נשלח ב-27/12/2009 19:53
סקאטמאלען כתב:
בקיצור אלע קללות פון אלע דורות פון קבלת התורה, מיינט נאר אהרן טייטלבוים. ובדומה לו
אזוי עקסטרעם אין משוגע צו זיין איבער א נארישעע חסידישע מחלוקה'לע
אוי ווי אונזער רבי מיט זיין נאמען סופרעמיסי איז גערעכט!
נשלח ב-27/12/2009 19:48
בקיצור אלע קללות פון אלע דורות פון קבלת התורה, מיינט נאר אהרן טייטלבוים.
אזוי עקסטרעם אין משוגע צו זיין איבער א נארישעע חסידישע מחלוקה'לע
אוי ווי אונזער סופרעמיסי איז גערעכט!
נשלח ב-27/12/2009 17:28
סוג כתב:
פרישע אינפארמאציע הייסע נייעס איצט אריינגעקומען
ביי א זיצונג פון די גרויסע אהרונים פירער מיט די הנהלת כולל שומרי החומות, איז ארויפגעברענגט געווארן אן אלטימאטום אויב ביז נאך חנוכה הערט מען נישט אויף צו אדווערטייזן אין "דער איד" גייט מען אראפנעמען אלע צדקה פושקעס פון אהרונים בתי מדרשים פון וומ"ס און ב"פ.
און הייסן דעם ציבור אויפהערן האלטן צדקה פושקעס בביתם.
ווייסט איר די סיבה פארוואס דווקא נאך חנוכה אין חודש טבת איז די דעדליין וואס דע כת מוסרים האבן ארויס געגבען אקעגען די הייליגע צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל שמרי החומות דא האט איר די סיבה אלעס האבן האבן די פריעדיגע צדיקים געזען דא האט איר א שטיקעל פין די וואך אין מבאר רבותינו
נשלח ב-22/12/2009 00:21
איך האב שוין געשריבן פריער ביים אשכול "אידן אי ארץ ישראל וכו"אז ווען מרן רבינו איז אין אר"י תשס"ה נאכן רעדן צענליגער דרשות און פערל ווערטער וכו (עיין שם)ווען דע זאליס זאל נעמען מהר"א און נאך קוקן אויף דעם זעלבן שטייגער וואלט שוין דער קאמפיוטער צו פלאץ געווארן פון אזוי פיל הערות לטוב ולרע ,,
נשלח ב-21/12/2009 23:36
בכלל איז דער משל מיטן נמשל א סתירה
ער הייבט אן מיט א מעשה פון רבי ר' וועלוועלע אז ער פלעגט רופן יעדן איד "צדיק" אבער ביזן זיך משדך זיין, דערנאך זאגט ער, די אלע פיינע כוללים און א"י גייען צו בחירות וכו' וכו' אבער פאוואליע וואס איז מיטן שידוך...............? קען מען יא ווערן א איידעם... ביי דע פיינע..... וואס גיען צו בחירות.....?
ער האט פארציילט אז און דער אלטער היים, איז נאר געווען איין פושקע, רמבעה"נ, דאס האט ער בלויז פארציילט צו ארויסברענגען די חשיבות פון רמבעה"נ
באזונדער האט ער שפעטער געזאגט אז דער סיגעטער פושקע זאל פארנעמען די ארט אלס דער פושקע וואס אנשי שלומינו זאל זיין משעובד, און אלע אנדערע פושקעס זעמיר נישט משעובד פונקט ווי פאר גאליציאנער איד איז דער חיבת ירושלים פושקע דער רמבעה"נ פושקע וואס זענען משעובד, אין די אנדערע נישט, טראץ וואס איך גלייב אז זיי שטיצן אלע.
איך בעט דיך נאכאמאל זיי אביסל מער נזהר אינעם ענין פון מדבר שקר תרחק.
נשלח ב-18/12/2009 18:53
סקאט איך וועל דיר אויפוועקן און זאגן גוט מארגן!
דער הויפט ווארט זאגער פון די אהרוינים אזאש דער רבי אליינס האט ארויסגעגעבן א הוראה אז די איינציגסטע פישקע וואס מען זאל שטיצן איז די כולל אין בני ברק!
נאך א זאך, יעצט רעדט זיך טאקע פון ארויסגעבן א הוראה אז מען זאל די פישקעס פון רבמעה"נ בכלל נישט האלטן אין שטוב! דאס איז די איצטיגע אלטימאטום וואס איך גלייב אז די הנהלה פונם כולל וועט סיי ווי אפווארפן צוליב דעם וואס ענקער רבי האט שוין סיי ווי אויסגערופן א בויקאט דערויף, ממילא בלייבט זיי איבער נאר די זאליס.
נשלח ב-18/12/2009 18:17
מסכים, דאס מיינט אזוי, די זאלויניס זענען די גרעסטע עקסטרעמיסטן, נאכדעם קומען די ארוניס, און קלענסטע עקסטרעמיסן זענען די בני יואל
איך קען מיך נישט העלפן אבער בע"כ קומט עס צו שמייכלען
נפל, גערעכט די קהלה האבן טאקע ערזעצט אין געוויסע בתי מדרשים די שומרי החומות פושקע מיט די סיגעטער פושקע, איך בין מודה אז ס'אביסל צו ווילד, (טראץ וואס איך גלויב אז סוכ"ס וועלן זיי מסתמא צוריקשטעלן די פושקעס), אבער צו זאגן אז דאס מיינט אן הוראה פאר אלע זייערע חסידים צו ארויסווארפן די פושקע פון די שטיבער און עס בויקאטארן איז א פראסטער שקר, אויב דו מערקסט איז דער גאנצער געפעך דא דוקא פריוואט צווישן די קהילה און די הנהלת שומרי החומות, ס'נישטא קיין איין איינציגער הרואה לרבים אין ערגעץ נישט און בלאט נישט און זייערע שולן און ערגעץ, אז מ'זאל בויקאטירן די צדקה,