|
|
| נשלח ב-15/12/2009 18:27 |
|
| |
אימזינסטע סעלפאן פאר low income דורך lifeline
יעדע נידריגע פארדינער אין ניו יארק איז בארעכטיגט צו געניסען פינעם LIFE LINE פראגראם, וואס העלפט מיט טעלעפאן סערוויס.
איינס פין די וועגן וויאזוי מ'קען געניסען פין דעם פראגראם איז דורך אפלייגען פאר א סעלפאן ווי זיי וועלן צאלען די קאסטען דערפון,
ביי דעם קאמפעני קענט איר אפלייגען פאר א סעלפאן גענצליך בחינם, אין באקומט 200 מיניט חודש'ליך (אינטערנעט אין טעקס אין געבלאקט, אבער איר קענט עס צילייגען פאר $) אין לייפלין וועט באצאלען דערפאר. http://assurancewireless.com/Public/Welcome.aspx
ביי דעם קאמפעני קענט איר אפלייען פאר א סעלפאן גענצליך בחינם, אין באקומט 70 מיניט חודש'ליך אבער דא האט איר יא טעקסט מעסעזש, אין זיי רעכענט אראפ א דריטעל מיניט פאר יעדע טעקס מעסעזש אין אויב בלייבט איבער מיניטן פין איין חודש לייגען זיי עס אריבער אויף די נעקסטע חודש, אין לייפליין וועט באצאלען דערפאר.
https://www.safelinkwireless.com/EnrollmentPublic/home.aspx
אדער קענט איר באקומען א ביליגער רעיט פאר אייער היים טעלעפאן, ווען איר אפלייעט אז אייער טעלעפאן זאל גיין דורך לייפליין, ביי אסאך טעלעפאן קאמפעניס, אין צווישען אנדערע די היימישע קאמפעני 'עקסענזש טעלעקאם' וועלכע דער עולם איז זייער ציפרידען
http://www.lifelinenewyork.com/
ביי די אלע א''ד איז זייער גרינט צו אפלייען.
יעדע משפחה איז נאר בארעכטיגט איין מאל צו געניסען פינעם לייפליין פראגאראם (ד''ה איר קענט נישט עפענען מער ווי איין טעלעפאן אדער סעלפאן וואס לייפליין זאל צאלען, אפי' עס איז ביי באזינדערע קאמפעניס)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/1/2011 06:57 |
|
| |
מ'זאל זיין געווארענט ווייל די assurance טעלעפאוןס זענען שוין אפען צו די אינטערנעט, אין....
ע''כ זאל מען נאר ניצן די טרעקפאון וואס אגב האבען זיי יעצט א אפשען מ'זאל אויך קענען האבען 250 מיניטן חודש'ליך נאר ס'ראללט נישט אריבער די מיניטן פין איין חודש צום צווייטען אזווי ביי די 70 מינוט פלאן אין זיי רעכנן א גאנצע מינוט פער טעקסט מעסעזש אנשטאט א דריטל מינוט ווי ביי די 70 מ' פלאן, ס'איז א בחינה פון איכא דרכא אחרינא, און פאר די וואס האבען שוין די assurance קענען אויך גרינג טוישן בחינם
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 00:06 |
|
| |
| נפל כתב: |  | איך וואוין נישט אין טאהש. מען דארף זיין גאר א קליינע קאפ צו טראכטן אז "נאר אין טאהש" וואוינען טאהשע חסידים...
איך רעדט נישט פון מאכן א סעל פאון און א לענד ליין, מיין שאלה איז פשוט:
איך באקום פון פוד-סטעמפס יעדע חודש $30 מער וויפיל איך וואלט געדארפט באקומען דאס איז אלס א קרעדיט צו מיין לענד-ליין (בלי שום קשר צו לייפ-ליין), יעצט איז אזוי... אויב וועל איך איינגעבן מיין לענד-ליין צו לייפ-ליין... וועל איך פארלירן די $30 פון פוד סטעמפס? |
|
די לענד ליין קרעדיט האט לכאורה גארנישט מיט לייפליין אגב, איך האב שוין א לאנגע צייט די סעלפאן פין 70 מיניט א חודש אין ס'איז זייער פיין
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2009 21:36 |
|
| |
איך וואוין נישט אין טאהש. מען דארף זיין גאר א קליינע קאפ צו טראכטן אז "נאר אין טאהש" וואוינען טאהשע חסידים...
איך רעדט נישט פון מאכן א סעל פאון און א לענד ליין, מיין שאלה איז פשוט:
איך באקום פון פוד-סטעמפס יעדע חודש $30 מער וויפיל איך וואלט געדארפט באקומען דאס איז אלס א קרעדיט צו מיין לענד-ליין (בלי שום קשר צו לייפ-ליין), יעצט איז אזוי... אויב וועל איך איינגעבן מיין לענד-ליין צו לייפ-ליין... וועל איך פארלירן די $30 פון פוד סטעמפס?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2009 21:24 |
|
| |
נפל, יא. דו וועסט פארלירן דיין קרעדיט אויפן לענדליין פאון. מ'קען נאר האבן איינס פון די צוויי.
(ר' יענקל האט נישט געמיינט צו פליקן - לכאורה - נאר לויט ווי ס'האט אויסגעזעהן פון דיר - ביז היינט - וואוינסטו אין טאהש)
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2009 20:48 |
|
| |
יענקל מיין שאלה איז נישט געווען געריכטעט צו דיר, וויסענדיג אז איך וועל נישט באקומען א תשובה צום ענין נאר איידער עפעס א פערזענליכע פליק וכדו'
מיין שאלה איז געריכטעט צו די וואס קענען ענטפערן די קשיא.
נ.ב. איך וואין אין ניו יארק
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2009 19:29 |
|
| |
נפל מעק אויס דיין תגובה ווייל צו וואינען אין טאהש אין האבען פ''ס אין נ''י איז...... חד גדיא
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2009 19:12 |
|
| |
איך באקום יעדע חודש עקסטער $30 אויף מיין פוד-סטעמפס אלס א קרעדיט פאר די טעל. ביל.
ווייס איינער אויב איך וועל פארלירן די $30 לכבוד דעם וואס איך גיי ארויף אויף לייף ליין? אויב יא, לוינט זיך נישט.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|