צוויי קשיא'לעך וואס איך האב, און איך בעט די מישקולעץ'ער חסידים זאלן מיר ענטפערן אויב זיי ווייסן
1. דער מנהג נישט צו לייגן א פרוכת אויפן ארון קודש האט זיך נאך אנגעהויבן אין מישקולעץ אינדערהיים? אדער ערשט ביים הרה"ק בעל דברי אליעזר ממישקולעץ, אדער ערשט ביי כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א?
2. שוין יארן וואס איך זעה בילדער פון דעם רבי'ן שליט"א, און אלעמאל האט דער דעם זעלבן בעקיטשע. איז דאס א קפידא אין מישקו-לץ צו האבן נאר איין בעקיטשע (אויב יא, האב איך די זעלבע קשיא ווי ביים נומער 1) אדער איז עס עפעס א ירושה בעקיטשע פון דעם אדמו"ר הזקן ממישקו-לץ, אדער סתם אזוי איז נישט בייגעפאלן פאר'ן רבי'ן אז מען דארף פון צייט צו צייט טוישן בעקיטשעס?
|
|