| נשלח ב-15/12/2009 23:53 |
|
| |
וואס איז די מעשה מיט הכנסת ספר תורה אין ק"י?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 04:18 |
|
| |
מענדל טייערע לאז זיי ווייטער רעדן, עס איז זיס צו זעהן ווי אלע זאלי'ס נעמען זיך ציזאם אין שפרינגען אויף מיט די מעכטיגע עבירה וואס מ'האט יעצט אנדעקט דורך די חומת הדת וועבזייטל אין זיי זענען אויף דערמיט.....
אויב דאס וועט מאכען ר' דוד פאר א מסור זאל עס זיין אזוי..
נעבעך
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 03:53 |
|
| |
איך וויל נישט אריינגיין אין די פרטים צוליב כבוד המשפחות (...) [פרעגט נישט איבער ביטע] אבער איין זאך וויל איך יא פארשטיין: איז עפעס א עוולה אריינצוגעבן א האלב נייע ספר? אדער איז א פראבלעם צו צאמשטעלן יריעות? שטייט עס ערגעץ? אדער פארשטייסטו אזוי מסברא? מה כל הרעש? (איינער וועט שוין מיינען אז ס'דא א רעש... כמיין.. מה כל 'המדובר')
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 02:11 |
|
| |
באקומען אין אישי, פון פיפאש: ער בעט אז אזוי ווי ער האט נישט קיין רשות כציבה זאל איך עס דא ארויפלייגן
כבין געווען דעמאלטס אין קעמפ סאיז געווען א מעכטיגער מצב די בחורים האבן זיך אויס געשטעלט לענגאויס די גאנצע ראוד ביז
די פייער גאראדזש יצחק מארקאוויטש איז געקומען צופארן אין א שווארצען RV א מאביל מיט די גאנצע משפחה מען האט
אויפגעשטעלט א ריזיגער טענט קעגן איבער די קעמפ אויף די גראז בקיצור סאיז געווען מעכטיג
אין כגעדענק קלאר אז מען האט געשמועסט אז פון פרשת ראה אין ווייטער איז צוגעלייגט אין סאיז נאכנישט פארטיג
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 20:31 |
|
| |
איך בין געווען אין קעמפ ביי די מעשה, איך האב די ספר תורה נישט געזעהן פון אינעוויניג, אבער יעדער אין קעמפ האט דעמאלטס געשמועסט אז דאס איז די מעשה, יעצט וויל איך פארשטיין, ענק טענעהן אז די מעשה איז קיינמאל נישט פארגעקומען, טאמער ווערט עטס געוואויר אז עס איז יא פארגעקומען זענט עטס מודה אז עס איז א עולה? אדער סאיז בכלל נישט קיין פראבלעם, ווייל טאמער איז עס נישט קיין פראבלעם לשיטתכם, וויל איך מיך נישט אנשטרענגן צו ברענגען עווידענטס,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 20:24 |
|
| |
כ'האב נישט געהאלטען אז די בני זאלי'ס זענען אין אזא בעד שעיפ אז זיי זאלען זיך דארפען נעמען צו אזעלכע קינדערישע געבקעסן. כ'מיין מ'דארף אנפילען פארמעגליך פעיפעל אקאונט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 08:56 |
|
| |
נאכן שרייען וואך איין אין וואך אויס אז ער איז ערגער רב קוק, פרעה, היטלער, סנחריב, אחאב, המן, טיטוס, נבוכדנצר, ירעבם, המן, כלעמנצקי, דער צאר, בן גריון. האט עטץ נישט געטאראפן מער ווי דעס געבעקסל, דאס ווייז טאקע די קדושה פין הרב הגאון הקודש מסאטמאר שליט"א
נישט דא אויף אים קיין שום מעשה, נאר וואס טענבוים האט געטראפן א מעשה פין כלמור'שט 10 יאר צוריק
א בחינה פין ומלאך רע בע"כ יענה אמן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 03:00 |
|
| |
דעם שבת נאכן ליינען די ארטיקל אינעם חומת הדת, האב איך נישט געקענט גלייבן וואס דארט שטייט, אז מען האט גענומען א האלבע ספר תורה אין צוזאמגענייט מיט א אנדערע האלבע, בלויז פאר פראפעגאנדע, און דערנאך עס צוריק צונומען. איך האב מיר נישט געפוילט, און אנגעהויבן נאכצוגיין די זאך, און איך האב געטראפן יונגערמאן (דעמאלט געווען נאך א בחור) וואס איז דעמאלט געווען אין קעמפ, האב איך אים געפרעגט, וואס עס איז געווען די מעשה, זאגט ער מיר, אז ער ווייסט נישט, אזויפיל ווייסט ער אז בערך אין שנת צווישן תשס"ב – תשס"ה ער געדענקט נישט גענוי, נאר איינע פון די יארן וואס ער איז געווען אין קעמפ, איז געווען א גרויסע הכנסת ספר תורה אין קעמפ בעת ווען דער (דעמאלטיגער קרית יואלער רב, היינט,) כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א איז געקומען באזוכען איז געווען א גרויסע הכנסת ספר תורה, און לידיעתו איז נישט געווען נאך א הכנסת ספר תורה, און דער דעמאלטיגער נדבן איז געווען ר' יצחק מארקאוויטש, אבער ער ווייסט נישט צו עס איז געווען פארטיג צו נישט, אבער דאס ווייסט ער יא אז די ספר תורה האט מען נישט געניצט ווייטער אין קעמפ נאר יצחק מארקאוויטש האט עס צוריק אהיים גענומען מיט זיך נאכן מעמד. האבענדיג האלבע אינפארמעישן האב איך געפרעגט איינע פון די לאנג יארנדיגע מלמדים, וואס איז אויך געווען אין קעמפ, ווען איך האב אים געפרעגט די שאלה, האט ער זיך צושמייכלט און נישט געוואלט רעדן דערפון. זאגענדיג דערמאן נישט קיין אלטע אנגעווייטאגטע ענינים. אבער ענדליך האב איך געטראפן א צווייטע מלמד, וואס האט מיר עס יא באשטעטיגט אז יא, די מעשה איז געווען אז ר' יצחק מארקאוויטש האט געלאזט שרייבן א ספר תורה פארן קעמפ, און דער פלאן איז געווען אז די הכנסה וועט זיין אינאיינעם מיט די יערליכע באזוך פונעם (רב) רבי, און מען האט דאס אדווערטייזט און אנגעגרייט די קינדער, אז עס גייט זיין א מעכטיגע מצב, און אלע קינדער וואס זענען נישט געווען אין קעמפ וועלן קומען צופארן מיט ווייסע העמעדער, אבער ר' יצחק האט געהאט פארגעסן זיכער צו מאכן מיטן סופר אז עס וועט טאקע זיין פארטיג, און ווען עס איז געקומען למעשה און די ספר תורה איז נאך נישט געווען פארטיג, האט מען דאס גענומען און צוזאמגענייט מיט יריעות פון אן אנדערע סופר, און געמאכט די פראפעגאנדע, און דערנאך עס צוריק אהיים געטראגן ענדיגן שרייבן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 16/12/2009 16:01:10
 |
|
|
|
|
|