בימים ההם: די מעשה איז געווען אז דע יונים מיט די הילף פין די מיתיונים האבן געוואלט אינטער ברענגען די ערליכע אידן אין זיי האבן ארום גענימען דע שטאט ירושלים אין זיי האבן אפגעהאקט די וואסער ליינס אריין אין שטאט כדי די ערליכע אידן זאלן נישט האבן קיין וואסער אזוי וועלן זיי זיך מיזן אינטער געבען פאר דע רשעים ביז דער אייבישטער האט געהאלפן אין זכות פין די צדיקת אין זיי זענען בייגעשטאנען דעם רשע מיט אפענע נסים אפי' סהאט קודם אויס געקיקט זייער נישט גיט.
בזמן הזה: די רשעים האבן זיך גענימן איבער די ביינער פין די ערליכע אידן פאר גארנישט אין נישט אין זיי האבן אפגעהאקט די וואסער ליינס אין אנדערע געברויכן פין זיי כדי זיי זאלן זיך אינטער געבען אין אידן קיקן ארויס אויף די חסדים פינעם אייבישטער אז סזאל זיך שוין ענדיגן ווי שנעלער אין לטובה.
נ. ב.
איך בעט די גיטע שרייבערס ווי למשל תתפתל זאלן עס גיט באשרייבן מיט אלעס ארום אין איך וועל אראפ נעמען מיינס
תוקן על ידי יוספ7 ב- 16/12/2009 21:24:17
נשלח ב-17/12/2009 02:23
אבי סענדרר איז מודה ווער די רבים זענען....
באטאם ליין איז חנוכה, עכ"פ לויטן פר"ח די ערשטע נאכט, א זמן פון פייערן נצחון. און דוכט זיך בנוגע צו בית יואל אהל אלטא עכ"פ לע"ע זענען די מנצחים....
נשלח ב-16/12/2009 23:03
די מעשה פון חנוכה האט שוין איינמאל א שיכות אהער:
מטמא געווען דעם היכל-שמינו עצרת א'ב'
געשטעלט א חזיר אויפן מזבח-...טאנצט אויפן באלעמער
דעם נצחון רבים ביד מעטים, רשעים ביד צדיקים
און נאכדערצו ווען מען זעהט די מתיוונים פון יענע זייט
בימים ההם בזמן הזה
נשלח ב-16/12/2009 22:47
אי"ה ווען די חשמונאים בזמנינו וועלן זוכה זיין צום "ואחר כך באו בניך לדביר ביתך" דעמאלטס זאל תתפתל ארויפלייגן דעם גאנצן מגילת אנטיויכוס מיטן כתבו לכם על קרן השור פונעם סקולערע קעי זשעי פאבליק סקול ס'וואלט געווען א שיינע ארטיקל...
פאר ווער ס'איז זיך טועה, ווער ס'זענען די היינטיגע יונים און ווער די חשמונאים, מיר זאגן אין על הניסיםמסרת גבורים ביד חלשיםורבים ביד מעטים.....!, און דעס איז שוין יא א מציאות וואס יעדער קען זען.. וואס דארף מען מער ווי אז זיי אליינס זענען דאס כסדר מעיד פאר די גאנצע וועלט אז זיי זענען די רוב און די אנדערע זענען די מועט..!
נשלח ב-16/12/2009 21:53
ווייסט איינער אפשר ווי מקען דאנלאדען די סדר הדלקת נר חנוכה?