בית פורומים כל העולם כולו

פרישע נט"ק נסיעה קיין גאזא !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2009 22:25 לינק ישיר 
פרישע נט"ק נסיעה קיין גאזא !

באקומען א ידיעה אז עטליכע יודן פון נט"ק אמעריקא, האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א "דריי וואכענדיגע רייזע", שפרייזענדיג איבער עטליכע מדינות, טערקיי, סוריא, אא"וו.

מער פרטים קען מען הערן אויפן האטליין 212-444-1117



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:50 לינק ישיר 

וואס טוט מען דען נישט פאר "הצלת ישראל" ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 20:34 לינק ישיר 

איך האלט אז נטורי קרתא מעג טון וואס ער וויל אבער ליגענט זאל ער נישט זאגען

צב"ש
1 ער פארטרעט אפאר הונדערט טויזענט אידען
2 ער איז א ראביי
3 ער האט שטיצע פון רוב גדולים
וכדומה

ווען ער זאגט נישט די ליגענט וואלטען אים די גוים אונגקיקט ווי באמת קאמיש ער איש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 20:12 לינק ישיר 

'לאגיש' טייערער, ביטע שטעל קלאר די פאלגענדע פאקטן:

1. וואס איז דער יסודות'דיגער חילוק פון "נטרונא" צו "נטורי קרתא"

* ביידע האבן "וועבזייטליך. (וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט נישט געהאט). 

* ביידע גייען אויף די ראדיא מיט צייטונגען צו יעדע געלגנהייט (וואס רביה"ק זי"ע האט אזוי געפאדערט).

* ביידע האלטן אז די מדינה דארף שון בטל ווערן און מען דארף וואוינען אונטערן "גלות".

* ביידע האלטן אז מען דארף מפייס זיין די גוים וואס די ציונים האבן אין זיי מורד געווען.

* ביידע האבן הסכמת הרבנים (נט"ק האט הגאוה"צ מאנטיווידעא זצ"ל, קאשוי זצ"ל, וכו')

* ביידע רעדן מיט ביטול אין דרך ארץ צום דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע.

* ביידע זענען (ליידער נאר) א מספר מיעוט פון געציילטע עסקנים.


בדרך אגב - איך זעה דוא האסט נישט פארשטאנען מיין בקשה, עס פאדערט זיך א וועלטס ארגאנזאציע, וואס פארטרעט אלע פראקציעס פונעם יהדות החרדית, נישט נאר א מינאריטעט פון אפאר יונגעלייט אין וומסב"ג און אי מאנסי.



2.  בנוגע די היסטאריע פון רביה"ק זי"ע איבער דעם געשריי פון "מכם ובכם".

* האט זיך דארט געהאנדלט פון גיין מפייס זיין די אוה"ע אראפצונעמען דעם שנאת ישראל ?

* וואס איז געווען די עיקר טענה פון רביה"ק זי"ע קעגן די "מכם ובכם" ניקעס ?

* זענען זיי געווען נט"ק (תלמידים פון רבי עמרם זצ"ל) אדער סאנדס סטריט בחורים ?

* וואס וואלט רביה"ק זי"ע געהאלטן בנוגע טראגן א קראנץ בלומען פאר איראנער פרעזידענט ?

* איז רבי מיכא' בער'ס באציאונגען מיט היטלער וחבריו ימ"ש, געווען איינשטימונג מיט רביה"ק זי"ע ?


3. תורה אטאריטעט.

*  ווער וואלט געווען דער פאסיגער תורה'אטאריטעט בנוגע באהאנדלן דעם יעצטיגן פאליטשיען מצב ?

* וויאזוי דארפן עסקנים באהאנדלן א ענין וואס רבנים אינטערסירט דאס נישט (שב ואל תעשה - קום ועשה) ?



4. דר. דעהאן זצ"ל הי"ד - אד"ג.

* איז דר' דעהאן'ס פארהאנדלונגען מיט די אראבער געווען איינשטימיג מיט דעת קדשו פון רביה"ק זי"ע ?

* ווען די ציונים האנדלן מיט די אראבער (לדומגא רבין) איז דאס אויסגעהאלטן (למחצה עכ"פ) ?

* מעג מען האנדלן מיט די שווארצע און קראונהייטס, אדער מיט רוצחים איז נישטא קיין פארהאנדלונגען ?

* וויאזוי קען מען אדאפטירן די מתנות פון יעקב אבינו צו עשיו, צום היינטיגן מצב ?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 15:27 לינק ישיר 

ווארימער כתב:
עס וואלט שוין געווען די העכסטע צייט צו גרינדן אן ארגאנזאציע בראשות רבנים, און בעלי בתים חשובים וועלכע פארשטייען תהלוכות העולם, זאלן מייצג זיין דעם כלל ישראל פאר די וועלט פרעסע, און אויך פאר אראבישע פירער בנוגע דעם פאליטיק אין מיטל מזרח, ווי קענען מיר פארטרויען די הפקרות'דיגע ציוניסטישע ממשלה צו זיין אונזער ווארט זאגער.

די נטורי קרתא טוט מען פארדאמען טאג און נאכט, דאן בלייבט אטאמאטיש איבער דעס גאנצע אפוטרופוסות פאר הפקר יונגען, צו די פיעל רייע ארגאניזאציעס, הצלה, חברים, שומרים, ביקור חולים, מתעסקים, וכו', וכו', מעג שוין געשאפן ווערן א נייע ארגאנאזאציע "מצילים", צו פארשוינען דעם כלל פון דעם מיטל מזרח בלוט באד.


http://www.jewsagainstzionism.com/

עס איז שוין דא יארן לאנג א חשובער ארגאניזאציע וואס הייסט נטרונא בראשות פון היימישע רבנים תלמידים פון רבינו הק' בעל דברי יואל אנגעפירט דורך חשובע סאטמארע בעלי בתים אן קיין שום פאליטישע אינטערעסן אינאיינוועגס אויך אונטערצוברענגען דעם כח ההנהגה וואס רבינו הק' בעל דבר"י האט אוועקגעשטעלט אזוי ווי ווי בני יואל מיט מחריבי קרתא מיט די בעקניקע'ס טוען ליידער אן

די חשובע ארגאניזאציע ווערט אנגעפירט דורך בעלי בתים פון ביידע סאטמארע פראקציעס און אזוי ווערט דאס געשטיצט און באגלייט דורך רבנים און בעלי השקפה פון ביידע צדדים

ברוך השם אז ביזדערווייל ווערט עס טאקע געפירט אויף די ריכטיגע רעלסן אן קיין פאליטיק = וואס צוליב דעם האבן זיי שוין אסאך געליטן און זיי ליידן זיך צוזאם אסאך פון געוויסע אזויגערופענע עסקניםלעך און היצקעפ וואס גלייכן נישט דעם אומפארטאייאישן וועג נאר זיי האבן חשבונות צו בויען און אינטערצוברענגען ואכמ"ל וד"ל

http://www.jewsagainstzionism.com/

נטורי קרתא טוען מיר נישט פארדאמען עס איז שוין לאנג פארדאמט געווארן דורך רבותינו הקדושים ולאורם ניסע ונלך

דעם דעת קדשו פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל וויסן מיר אלע איבער די הפקר יונגען ווי ווארימער וחבריו וואס יעדע שטיק צייט קומען זיי אריין דא מיט פרישע ניקס צו פארקויפן זייערע דיעות כוזבות און טוען זיך אן א פאלשן לבוש פון קנאות צו פרובירן צופארדרייען דעם קאפ פונעם היימישן ציבור ב"ה דער עולם זענען ב"ה פיינע מבינים און לאזן זיך נישט פארפירן פון זייערע מיסיאנערישע שטיק 

דא ברענג איך אראפ א ציטאט פון די דברות קודש וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט געזאגט ביים פתיחה שנת תשכ"ז אקייגן די הפקר יונגען וואס ווערט שוין דא ברייט ארום געשמועסט אינעם שכינותדיג'ן אשכול איבער די מגיפה פון די פארשידענע כיתות למיניהם


http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2734093&forum_id=16386

לאמיר מעתק זיין די לשונות אות באות פונעם טעיפ  און דערנאך לערנען פשט,

 

שטייט עז כנמר אזוי הייבט זיך אן דער אורח חיים, עז כנמר מ'דארף צו זיין א עזות פנים, הוי עז כנמר, צום סוף זאגט די משנה עז פנים לגהנם, אז מ'איז א עז פנים גייט מען אין גהנם אריין, נאר וואס דען דארף מען וויסן ווי יא און ווי נישט, א אידישע מדה איז ביישנים, סוף שטייט ולא הביישן למד, אמאל איז פארהאנדען אז ס'טויג נישט, אלע מדות, רחמנים, חלילה אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט, ואלה המשפטים, דער רמב"ן זאגט אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט דאס איז דער חורבן עולם, און ל"ע אלע השמדיות און אלע זאכן דארט ווערן אויסגעהאלטן פון גומלי חסדים, פון אידישע גמילת חסדים, מ'דארף וויסן ווי יא און ווי נישט אזוי איז אלסדינג,

 

(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)

 

וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,

 

ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אפשר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,

 

זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,

 

איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,

 

פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,

 

ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו',

עד כאן לשונו הק'

 

א פחד נורא בכלל ווען מ'הערט דאס נאר אויף א כלי שני – א טעיפ, כ"ש די וואס האבן זוכה געוועהן דאס צו הערן מפה קדשו מפורש יוצא, די ציטער וואס האט אנגעכאפט די צוהערער איז נישט משיג צו זיין, ס'איז מסתמא די שווערסטע און שארפסטע לשונות וואס רביה"ק האט געזאגט ברבים,

 

די דערמאנטע דרשה איז באמת געוועהן א שווערע פרשה וואס איז כמעט נישט מעגליך צו פארשטיין, און ס'איז געוועהן א שטארקע תמוה און א צריך ביאור ביי רוב מנין ובנין פון סאטמארע חסידים, דא שטייט דער רבי דער רבן של ישראל שוין ביי די שנות הגבורות (א בן שמונים) די גאנצע וועלט ציטערט פאר זיינס א ווארט (שנת תשכ"ז) און ווייל אפאר נערנים מאכן א אייגענע פראטעסט איז דער רבי אזוי ברוגז?,
גענומען פון דאנעט http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2734093&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:11 לינק ישיר 

די קבוצה האבן גאר א פארגעשריטענע וועבזייטל www.NKUSA.org זענען גארנישט אזוי בטלנ'יש ווי מען מיינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:09 לינק ישיר 

ער איז פעלדמאן אן איידים פון גערטנער ציגעלע מילך אין קר"י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 19:07 לינק ישיר 

ווארימער ווער איז דער וואס רעד דארט מיט די אראבישע מידיא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 07:19 לינק ישיר 

עס וואלט שוין געווען די העכסטע צייט צו גרינדן אן ארגאנזאציע בראשות רבנים, און בעלי בתים חשובים וועלכע פארשטייען תהלוכות העולם, זאלן מייצג זיין דעם כלל ישראל פאר די וועלט פרעסע, און אויך פאר אראבישע פירער בנוגע דעם פאליטיק אין מיטל מזרח, ווי קענען מיר פארטרויען די הפקרות'דיגע ציוניסטישע ממשלה צו זיין אונזער ווארט זאגער.

די נטורי קרתא טוט מען פארדאמען טאג און נאכט, דאן בלייבט אטאמאטיש איבער דעס גאנצע אפוטרופוסות פאר הפקר יונגען, צו די פיעל רייע ארגאניזאציעס, הצלה, חברים, שומרים, ביקור חולים, מתעסקים, וכו', וכו', מעג שוין געשאפן ווערן א נייע ארגאנאזאציע "מצילים", צו פארשוינען דעם כלל פון דעם מיטל מזרח בלוט באד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 04:19 לינק ישיר 

מען האט זיי צוגעשפארט זייער קרעטשמע אין קרית יוא' וועלן זיי פרובירען צו עפענען א קרעטשמע אין איראן...

מן הסתם וועלן זיי מיט שלעפן די ספרי תורות...

און אוודאי אויך די הייליגע סוער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 02:35 לינק ישיר 

פארט בן ציון שווארץ אויכט ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/12/2009 00:02 לינק ישיר 

זיי פלעגן אלע ניצען די סעפטיק אינעם רעביצין'ס הויז
אין זענען פין די פירער ביי די צערעמאניעס

אין ר''א לייטנער האט אפי' געשריבן א בריוו זיי צו שטיצען


תוקן על ידי rebyankel ב- 16/12/2009 23:53:06




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2009 00:02 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 23:58 לינק ישיר 

קיינער פון די באטייליגטע באלאנגט נישט צו קיין שום סאטמאר'ע פראקציע, די אלע זענען זעלבסשטענדיגע מענטשען, וואס לפי דעתם זענען זיי ממשיך די מסורה פון הרה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זי"ע, וואס האט מיטגעארבייט מיט פראפעסער דיהאן זצ"ל הי"ד, צו מאכן באציאונגען מיט די אראבער אראפצונעמען דעם חיה"ש און שנאת ישראל.

זיי טענה'ן דאס זיי זענען גארנישט ארגער פון סיי וועלכע צדקה ארגאניזאציעס וואס טוען פאר יודנס וועגן.

דרך אגב, דער ציוניסטישער רב הראשי מצגר, האט זיך געטראפן מיט אראבער די וואך, אראפצונעמען די כעס וואס די מתנחלים האבן גורם געווען מיטן אונטערצינדן א איסלאמישער מאסק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 22:44 לינק ישיר 

ווער פון די אלע אראבער איז הרב חאצקעל גאלד?

אגב דער ווייס באטשי קימט יעדעס יאר תשעה באב צו די פראטעסטעט וואס סעפטיק זיצער ארגענעזירען קעגן כ''ק רבינו שליט''א, ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 22:35 לינק ישיר 
א פיקטשער פון די פאריגע טריפ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פרישע נט"ק נסיעה קיין גאזא !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext