בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג!! הרה"צ ר' דוד עקשטיין שיקט הזמנה צו די רע בנים פון בני יואל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2009 01:05 לינק ישיר 
ברעיקינג!! הרה"צ ר' דוד עקשטיין שיקט הזמנה צו די רע בנים פון בני יואל!

פארן טשאטער שארמאשער און הרב קאופמאן
ביטע ווער סווייסט מער פרטים זאל דא מודיע זיין פארן ציבור

רבותי האלט אייך געשפאנט!!

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/12/2009 02:39:26




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 20:39 לינק ישיר 

עס לוינט זיך צו הערן איצט אלטר משה אויף זיין האט ליין, ווי ער איז מסביר און מברר להלכה אז מען מעג שיקן הזמנות צו רבנים, אדרבה עס איז א מצוה, און ער רימט שטארק אויס די יאקע בי"ד המזמין.

ער זאגט נאר בכגון דא איז אזוי ווי היטלער שיקט אן הזמנה וואס דעמאלס דארף מען נישט שיקן...

מען דארף אפ כאפען א קליפ פון זיין דרשה.

ער זאגט דארט אז די בי"ד האט אים געזאגט אז זיי שיקן מער נישט קיין הזמנות ווייטער, ווייסט איינער צו דאס איז אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 03:47 לינק ישיר 

יענקעלע: גוט ווי שטענדיג.

איין קליינע נקודה נאר. דו מיינסט  טאקע אז די דריי לצים האבן זיך אפילו בכלל צוזאמגעזעצט? פארוואזשע עפעס. קיינמאל.
סך הכל האט ר' מאיר יודל גענומען די פען אין די האנט און אפגעשריבן א פאשקעוויל (אינטערסאנט ער האט נישט אריינגעווארפן עפעס וועגן די שחיטה מונחת אין אשת חיל אויף עברית...)  און עס אריינגעשיקט צו די וואלדמאן'ס צום דרוקן. די וואלדמאן משפחה האט געזעהן דערין א גרויס געווינס, זעענדיג קלאר ווי דער דוד ווערט דא א מסור שווארץ אויף ווייס (פארן חטא פון זיין א נתבע בערכאות...), זענען זיי ארויף צו ר' יואלישן צו ער וויל נישט חתמען אויף די פאסיגע דברי חכם, נו, אז יוסל הצדיק (בן מרים) בעט, שרייבט מען. דערנאך האט מען שוין גרינג קאנווינסט ר' משה בער נישט צו זיין א פורש מן הציבור... און, והנה און אט! הכרזת בית דין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 23:49 לינק ישיר 

יענקעלע גיט געזאגט ''ומצוה לפרסמו''



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2009 22:38 לינק ישיר 

נישט בחינם שרעען די ווערים און קרעטץ, אז סאטמאר וויל פארגעסען פונעם רבי'ן זי''ע,

עס קימט א שרייבער, און ער איז מערער אויף דעם ''פסק דין'' פון דעם ב''ד מבהק, ב''ד קט''ם,

די 3 דיינים מאכען נאך דעם רבי'ן זי''ע, ביי הכנות, תפילין לייגען, עסן די פיש, די נעניעים, אד''ג, אלזא וואו איז מעגליך אפי' מערער זיין אויף זייער פסק?

נאך מער זיי זענען מדקדק צו שעלטען כ''ק אדמו''ר שליט''א לכה''פ 70 מאל א טאג, מיט די ארגסטע קללות, אלזא וואו קען מען אפי טראכטען אנדערש פון די דאזיגע,???

דאס מיינט מיידליך שטערן שר''י, צו זאגען אז סאטמארר וויל פארגעסען פון די רבי זי''ע, ! אכן נודע הדבר!

לענין! א פסק קעגן א יחיד, איז נישט שייך ארויסצוגעבן, נאר אויב מען איז מקיים וואס שטייט און די הייליגע תורה ''לישמוע בן אחיכם,'' מען דארף אויס הערן די טענות פון ביידע צדדים, דערנאך קען מען ארויס געבן א פסק,

די דאזיגע, אזוי געריפענע ב''ד, האט נישט געוואלט הערן קיין טענות, נאר אויס שיסען זייער כעס, און אזוי האבן זיי טאקע געטאן, אין כאן לא תורה, לא באשעפער, לא רבי זיכרונהליברכה, גארניקס,

בלויז א מאסיווע כעס אויסברוך, וואס ברענגט ארויס א שמייכל ביי יעדען ערליכע יוד!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 22:31 לינק ישיר 

ר' יענקעלע, איך טענה שוין לאנג אז סאטמאר האט אונטערגעקויפט דעם שלחן ערוך...

אבער מיר וועלן זיך נישט שרעקן! די "חברי דבי דינא רבה" המחזיקים ומסייעים לידי הולכי ערכאות זענען אסאך אסאך העכער פונעם שלחן ערוך!

ערענסט גערעדט, האסטו זייער גוט ארויסגעברענגט די הלכה, אבער טראכט נישט קיין איין מינוט אז זיי אליינס האלטן אז זיי גייען ע"פ תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2009 22:12 לינק ישיר 

 

למען האמת: ס'זענען דא היבש תמימי לב וואס כאפן זיך נישט, און זאגן נאך מיט קעלבערישע
אויגן אז ס'איז
דא א פסק בית דין אז רבי דוד עקשטיין איז א מסור, און רעדן זיך אפ מיט א קרעכצעדיגע
שטומע 
אז היתכן רבי דוד האט געהאט א חוצפה צו רופן דעם בית דין צו דין תורה, וויל איך דא מיט מיינע פאר          
שורות אריין גיין אין די סוגיא פון "מיהו בית דין" וויאזוי און ווער מאכט א בית דין, און ווער האט א כח בית דין, 
און וויסן זאל מען, אז איך שרייב נאר פאר וועם עס וויל וויסן דעם אמת, און ס'איז דברים פשוטים מאוד,
איך פארשטיי אז די קללות נמרצות וועלן זיך אנהייבן, אבער איך בין דאך שוין געוואוינט דערצו, און דאס
וועט פון נישט פארמאדן פון אויסשרייען דעם אמת.     

וואס הייסט א בית דין?:, אויב ראובן האט א סכסוך מיט שמעון גייט ראובן צו א בית דין פון די שטאט
און שיקט פאר שמעון א הזמנה לדין תורה,
און אויף שמעון ליגט א פליכט צו ענטפערן די הזמנה לדין תורה,
ער קען ענטפערן אז ער איז גרייט צו מתדיין זיין מיט זיין
בעל דין און קומט צו דין תורה, ער שרייבט אינטער
שטרי בירורין, און דאן באקומט דער בית דין א כח "בית דין" צו
פסקענען זייער סכסוך און זייער פסק
איז מחייב ביידע צדדים, שמעון קען ענטפערן אז ער איז גרייט זיך מתדיין זיין
אבער נישט ביי דעם בית דין
נאר ביי א צווייטן בית דין, דאן האט דער ערשטער בית דין וואס האט געשיקט די הזמנה
מער נישט קיין שום
כח בית דין (ווי לאנג דער שמעון איז טאקע גרייט צו גיין צום צווייטן בית דין), נאך מער,
אויב קומט דער
ערשטער בית דין המזמין מיט סיי וואס א החלטה אדער א פסק אין דעם סכסוך זענען זיי שוין פסול
לדון
אין דעם סכסוך, און אפילו ווען מען שרייבט שוין אינטער שטרי בירורין און מען איז אויף זיך מקבל לציית
להחלטת
הבית דין, איז אויך דא א גאנצן סימן אין חושן משפט סימן כ''ה וואס עס איז די הלכה אויב דער
בית דין האט זיך
טועה געווען, אבער ווי געשריבן איז דאס אלעס נאר אויב ביידע בעלי דינים האבן מקבל
געווען דעם בית דין
זיך מתדיין זיין, אין סימן ג' סעיף ג' שרייבט דער מחבר, כשלא קיבלוהו עליהם הבעלי
דינים דינו אינו דין,
אפילו לא טעה, ווען א בית דין גיט ארויס א פסק דין כשלא קיבלוהו עליהם הבעלי דינים
איז אפילו זיי פסקענען
כהלכה איז דינם אינו דין, און ס'איז חספא בעלמא, גארנישט מיט גארנישט,

אבער ווי געשריבן, דאס איז אויב איז דער בית דין א כשר'ער בית דין וואס ביידע בעלי דינים האבן אויף זיך
מקבל געווען דן צו זיין זייער סכסוך, אויב אבער נעמען זיך צוזאם דריי מענטשן, זאלן זיי זיין די גרעסטע תלמידי חכמים, כגובה ארזים גובהן, און קומען ארויס מיט א פסק דין אקעגן איינעם וואס האט אויף זיך נישט מקבל
געווען צו
האבן א דיון ביי זיי, זענען די דריי פאלנע רשעים שופכי דם, מה דאך ווען צוויי בעלי דינים זענען
אויף זיך מקבל
א בית דין כשר בישראל נאר זיי פסקענען א פסק אן אויסהערן ביידע צדדים אדער אן א
גרינטלעכן בירור, זאגט דער שולחן ערוך חושן משפט
הלכות דיינים סימן י' סעיף א':  ... והגס לבו בהוראה,
וקופץ ופוסק הדין קודם שיחקרנו היטב, בינו לבין עצמו
עד שיהא לו ברור כשמש, הרי זה שוטה רשע וגס רוח,
כל שכן אויב ביסטו נישט קיין בית דין כשר בישראל
נאר דריי אינדיווידאלי מענטשן זענען זיי דריי מאל, א 
המלבין פני חברו ברבים שאין להם חלק לעולם הבא,
און מוציא שם רע וואס אויב וואלט געווען א בית דין
הגדול בימינו וואלט מען זיי דן געווען למכת מרדות,

די זאך איז זייער קלאר, די דריי רע בנים וואס פער פיהם מיט שפיכת דמים והלבנת פני חברו ברבים
מען האט זיי קיינמאל נישט אויפגענומען דן צו זיין דעם סכסוך, זיי האבן קיינמאל נישט געפרעגט דעם צד
השני אויס צוהערן זייער צד, און נאך געשריבן פאקטן וואס איז בניגוד להמציאות, זענען עתיד ליתן את הדין,
זיי זענען "יעדער באזונדער" א שוטה רשע וגס רוח, אין כאן לא בית דין ולא פסק דין אבל יש כאן שפיכת דמים
והלבנת פנים, און מיט יעדן פאשקעוויל וואס דרייט זיך אין די גאס זענען זיי עתיד ליתן את הדין ובמקום שיש
חילול השם אין חולקין כבוד לרב. און יא, רבי דוד האט זיי געשיקט א הזמנה לדין תורה זיי צו האלטן
פאראנטווארטליך אויף זייערע מעשים, לאמיר אלע זעהן, שיתגלה קלונם ברבים, זיי, די מחזיקים ומסייעים
לידי הולכי הערכאות, וועלן געוויס זיך נישט צו שטעלן צו קיין דין תורה, זיי לאכן דאך פונעם ואלה המשפטים
אשר תשים לפניהם, על כל פנים, זאל די וועלט זעהן. למי החותמת ולמי הפסולים, זאל יעדער זעהן,
אינטער וואס פאר א מאנטל די דאזיגע מהרסים והולכי לערכאות באהאלטן זיך, און ווער עס נעמט זיך
אן פאר זיי, און איך ווארט שוין קוים צו זעהן דעם כתב פיוס פונעם שארמאשער אויף רבי דוד עקשטיין
ווי ער וועט מסביר זיין אז אלעס וואס ער האט געשריבן איז נאר געווען וועגן לחץ, כדרכו בקודש,
פארפאלן, כשיורדין,
יורדין עד לעפר...

התגובה הזאת היתה לפני עיני רב ומורה הוראה נערץ בפי כל, ושיבחו וקילסו מאוד, וצוה עלי לפרסמו.         



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 21:54 לינק ישיר 

וואס איז א חילו' יאקא צו אורח המישור, נעמט דיך צו די מלאכה צו ווי די וועסט ממילא אנקומען, און פאנג אן מסביר צו זיין הסבר על גבי הסבר פאר וואס מען דארף זיך מוסר נפש זיין ממש ווי נישט צו דינען עבודה זרה, און מען טאר ח"ו נישט גיין צו א דין תורה.

נו פאנג שוין אן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 21:42 לינק ישיר 

דין תורה,

צו ענטפערן דעם נפל (ל"ע) האט קיין שיעור נישט, ער וועט אלס אויסטרעפן פרישע געבעקסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2009 21:29 לינק ישיר 

פאר די וואס האבן געפרעגט: איך האב ביז היינט נישט געוויסט אז עס עגזעסטירט א יאקע בי"ד! (איז מעגליך אז די בי"ד איז פאריגעוואך געבוירן געווארן?)

די יאקע בי"ד איז אורח מישור אדער מען רעדט דא פון 2 אנדערע זאכן?

האלט נישט קיין סוד, ווער איז דער רב וועם די באטיטלסט אלס א גרויסער תלמוד חכם וכו'?

איך פארשטיי אז האלטן און זאגן אנדערש ווי דיר מאכט די פורום קינדיש וכו' נאך א נס אז דער מנהל האלט נישט אזוי ווען יא וואלט דאס אויזגעזען בערך אזוי:

דיןתורה: יא
טאטלע: יא
וואלןסח: יא

עס וואלט נישט געוועון מיט וועם צו שמועסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 21:18 לינק ישיר 

נפל טייערע כ'וועל דא נאכמאל נעמען די מי, אין דיר ענטפרן טראץ וואס מ'זעהט קלאר איז דיין ציל איז צו פארעקלען די פארום, אבער ביז ווילאנג דער מנהל נעמט נישט די מי, דאס אויסצושפארען וועל איך די דאס מאל נאכמאל ענטפרן

קענדערלעך איר רעדט זייער נעריש!
דיין יארגאנג זעהט מען אויף דיינע תגובות

פארוואס רוף איך אייך קינדערלעך, און פארוואס הלאט איך אז איר רעדט נעריש?

ביז היינט האבן ענק זיך געשלאגן קעגן די זאלי'ס =
די זאלי רבנים (אגב זענען זיי אויסגערופענע תלמודי חכמים, סאטמאר רב האט זיי ממנה געווען און ער איז געווען א מבין) מן הסתם מיינסט די רבי ז''ל רבינו יואל ז''ל- אויב יא ביזטו א פשוט'ע שקרן, די רבי ז''ל האט נאר ממנה געווען 3 מענטשן צווישען זיי קרית יואלער דיין
זענען ביי ענק געווארן פורים רבנים מיט א פירום בי"ד.
ווען איינער פארשעמט די תורה מעג ער זיין א גדול הדור, לויט צד מהר''א האבען זיי פארשעמט די תורה אין זענען זיך מעלים עין אויף זייער גרויסע פארברעכנס קעגן די תוה''ק, אין ביי אסאך פעלער נעמען זיי גאר א טייל דערין,

די זאלי'ס זענען פלוצילונג געווארן מוסרים און מסרבים לדין
יא! וווען מ'איז מסרב אויף א הזמנה 3 מאל ווערט מען א מסרב, אין ווען מען מסרט יודן איינציזעצן ווערט מען א מסור (קרוין, 26 בחורים, סיין אין ראדני, יוסף בראך, ר' שמואל דוד מארקאוויטש, ר' יואל קויפמאן, ר' יוסל ווייס כו')

איר זענעט געלאפן אין קארט און אויסגערופן אין אלע גאסן אז איר האט א סוד'ס פולע היתר ערגעץ אין א פארשפארט לעדל. אפילו די נאמען פונם בי"ד המתיר איז אומבאקאנט (אפילו פאר אייך אליינס)...
וויענער רב האט עס באשטעטיגט נאך א אפמאך פין ביידע צדדים דורך ר' ישראל דוד הארפענעס אב''ד ומח''ס ישראל והזמנים

היינט שלאגט איר זיך מיט בני יואל =
די בני יואל רבנים (אגב איך קען זיי נישט, איך האב געהערט נאר פון שארמאשער רב וועלכער איז א אויסגערופענער תלמוד חכם און עובד השם)
אויב איז ער א ת''ח, דאן פארוואס איז ער מחפה אויף אזויפיל שגץ שטיק אין מסירה והליכה לערכעות פין בני יואל, אין פארוואס שרייבט ער מסור ווען א נתבע לערכעות אינפארסירט א פסק וואס דער תובע האט אליין געבערענגט אויף זיך?
 זענען ביי ענק געווארן פורים רבנים מיט א פירום בי"ד.
די זעלבע סיבה ווי אויבן

די בני יואל זענען פלוצילונג געווארן מוסרים און מסרבים לדין
גארנישט אזוי פליצינג ווי אויבן געשריבן

איר פאכעט און איר טוט אויסגערופן אין אלע גאסן אז איר האט א סוד'ס פולע הזמנה ערגעץ אין א פארשפארט לעדל. אפילו נאר די נאמען פונם בי"ד המזמין אין אומבאקאנט (אפילו פאר אייך אליינס)...
די נתבעים ווייסען זייער גיט ווער דער בי''ד המזמין איז, אין חוץ זיי דארף קיינער נישט וויסען,
ביי צד מהר''א שיקט מען נישט  קיין הזמנה כדי עס צו קענען פאבליצירן אויף היידפארק,
קינדערלעך די וועלט איז נישט נעריש... אין די וועלט מאכט איר יעצט א רושם אז אלע אייערע טענות קעגן די זאלי'ס זענען לופט... ווי לאנג וועט מען אייך גלייבן ווען איר שרייט "א וואלף א וואלף"?
אזווי וואלסט געוואלט, למעשה איז פארקערט

נעמט אן מיין עצה און ניצט נישט יעצט די זעלבע טאקטיקן וואס איר האט גענוצט ביי זי זאלי'ס...
זיי ניצען פשוט ''די הייליגע תוה''ק'' אין די הייליגע שו''ע''


תוקן על ידי דיןתורה ב- 21/12/2009 21:28:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2009 20:03 לינק ישיר 

נפל

דו טרעפסט דיך מיטן יאקער רב אדער דיין שוואגער....

 

עניוועי, איך האב געזען די הזמנה, און איך האב עס אין מיין רשות, ס'איז אונטערגעשריבן פון א מזכיר, פונקט ווי אלע אנדערע בתי דינים ווען זיי שיקן א הזמנה איז דערויף אונטערגעשריבן א מזכיר.

דער בי"ד הייסט אורח מישור, איך קען איינעם פון די דיינים דארט, א געוואלדיגער תלמיד חכם, ער קען גוט חושן משפט, און פירט אסאך דין תורות, און איך שטעל מיר אז זיינע שותפים זענען אויך נישט קיין רועי בקר.

איך גלייב אז דוד עקשטיין האט א סיבה פארוואס ער וויל נישט די הזמנה זאל גיין פאבליק, אבער די הזמנה איז דא, דער וואס האט מיר עס געגעבן האט געבעטן ס'זאל נישט גיין פאבליק.

יעצט דו ווילסט וויסן פונקטליך ווער די דריי דיינים זענען, מאך זיכער אז דער שארמאשער מיט די אנדערע זאלן גיין צו דין תורה, וועלן זיי דיר זאגן ווער דאס איז.

 

נ. ב. איך הייב שוין אן צו טראכטן אז איינער פון די דריי אונטערגעשריבענע אויף דוד עקשטיינ'ס מסור פסק באהאלט זיך אונטער דעם "נפל" ניק, און ער בעט זיך פשוט ער וויל וויסן מיט וועם ער גייט זיך טרעפן ביים דין תורה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 19:58 לינק ישיר 



טראק זאגט אז יאקע בי"ד האט געשיקט א הזמנה!

קיין פראבלעם, איך טרעף זיך יעדע שטיק צייט מיט יאקע רב בכבודו ובעצמו, איך וועל אים פרעגן דערוועגן.
[/quote]

די טרעפסט זיך מיט יאקע רב יעדע שטיק צייט אין די וויסט נישט צי ער האט א בית דין וואס פירט דין תורות ?????????  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2009 19:46 לינק ישיר 

איך האב דאס געשריבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 19:10 לינק ישיר 

זאג נאר נפל ווער האט געשריבען די תגובה פאריגע וואך די אדער דיין שוואגער? http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2733689&whichpage=1&forum_id=16386#R_12

תוקן על ידי Allgood1s ב- 21/12/2009 19:23:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 18:13 לינק ישיר 

ווייסט איינער אויב די דריי ריזיגע גדולי דור האבן שוין עפעס געענטפערט פאר'ן בי"ד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג!! הרה"צ ר' דוד עקשטיין שיקט הזמנה צו די רע בנים פון בני יואל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext