| נשלח ב-17/12/2009 17:46 |
|
| |
"די וואך" אויסגאבע נומער 1
אין די קומעדיגע שעות וועט אין אלע אידישע געגענטער אין ניו יארק אין ניו דזשערסי אנגעהויבן פארשטפרייט צו ווערן, דער נייער אויגפארכאפענדען וועכענטליכע מאגעזין "די וואך", דער מאגעזין באשטייט פון בילדער פון געשענישן אין אלע רבישע הויפן און נאך, אין פארמאגט א זעלטן שיינעם אויסשטעל מיט הערליכע גרעפיקס. אזאנס ווי דער נייער אויסגאבע איז נאך ביז היינט נישט געוועהן, ווען דער גאנצע אויסגאבע פון דעקל צו דעקל איז אינגאנצען אויפן שטייגער פון אונזערע אמעריקאנער אידן, אנגעהויבן ביי די בילדער, ווי עס וועלן געדעקט ווערן אונזערע היימישע רבנים בעיקר פון אמעריקא, די הערליכע גרעפיקס וואס זענען אויף א ריינעם איידעלן חסידישן סטיל, די קעפלעך זענען אין אידיש, די לעצטע פאר עמודים פונעם גליון זענען אזעלכע בילדער וואס וועלן קאסטן א שמייכל פאר די ליינער, אין בכלל וועלן קינדער אין פרויען קענען הנאה דערפון, אין וועלן זיך גארנישט נישט דארפן פלאגן צו פארשטיין ווארים די טעקסט איז דאך אין אידיש. דער פרייז דערפון איז צוויי דאללער, עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז "די וואך" שטייט אצינד ביים ערשטן אויסגאבע, וואס הגם ס'איז א הערליך געלונגען שטיקל, איז דאס געמאכט געווארן אין א יאגעניש, אין ס'איז דאס בלויז א טייל וואס איר וועט זעהן אין די קומעדיגע וואכן, ווען עס וועלן אנהייבן ערשיינען דערין פארשידענע אינטרעסאנטע פראיעקטן, אין די ברייטע אויסוואהל פון בילדער וועט זיך כסדר מערן, אין אויך די גרעפיקס וועלכע איז שוין די וואך א כלילת יופי, וועט זיך אינעם צוקומפט נאך מער פארשענערן, אין אויך אינטרעסאנע ארטיקעלן וועלן אנהייבן ערשיינען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 11:49 |
|
| |
| נפל כתב: |  | נ.ב. די בילד פון גער'ער רבי איז פון 2 יאר צוריק, איך האף אז זיי וועלן האבן שכל נישט צו לייגן אלטע בילדער.
|
|
נפל אפשר קענסטי אויפ ווייזען אז די בילד פון סקווירא רבי אויפן דעקל פון נייע וואך איז פון 2 יאר צירוק? איך בין זיכער אז דיין "סקווירא שוואגער קען דיך שיקען אויף אישי בילדער אזוי ווי דעם פון 2 יאר צירוק אבער מאך זעכער עס זאל זיין פונקטלעך די זעלבער! זאלסט נישט האבען די זעלבער FLOP האסט געהאט ביי גער....
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2009 15:06 |
|
| |
| משהמענטש כתב: |  | נו נפל, אפשר דאך ברענגסטו די בילדער פון גור צוויי יאר צוריק, ווייז אויף פאר יעדן, אז דאס זענען די זעלבע בילדער. |
|
איך האב דיר געבעטן זאלסט ברענגען בילדער פון צוויי יאר צוריק וואס זענען די זעלבע בילדער, נישט בילדער פון צוויי יאר צוריק וואס זענען געכאפט געווארן פון אן אנדערע ריכטונג, אין אנדערע צייטן בכלל. אין אצינד ווען די האסט אויפגעוויזן לעין כל, איז די האסט די בילדער פון דעם גור'ע הדלקת הנרות פון היי יאר וועלכע זענען געווען אין דער וואך, ביז היינט נאך נישט געזעהן, אפשר איז די צייט זיך צו אנשולדיגן, און זאגן אנשולדיגט כ'האב געמאכט א טעות די בילדער פון צוויי יאר צוריק זענען אנדערע, איך כ'האב בלויז געזוכט אראפצורייסן "'די וואך", און כ'האב נישט געטראפן מיט וואס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2009 04:07 |
|
| |
נפל, מעכטיג. ברענגסט א פיקטשער פון גערער רבי און סמיינט גראד אז ער האט עס גענומען פון דיר.
קוק אויפן זייגער, ביי דיינע פיקטשערס איז איינמאל 5:05 און איינמאל 5:20, ביי די וואך איז עס 5:25, סאו דו האסט דא נישט די פיקטשער וואס ער האט אריינגעלייגט.
מ'קען אויך זען אויף די בעקגראונד אז ס'איז אינגאנצן אנדערש. ביי דיר איז די טיר צוגעמאכט, דארט איז די טיר אפן. ביי די וואך פיקטשער זעט מען אויך עפעס פריש צוגעבויט אויף די לינקע זייט פון די טיר. אויך די מענטשן וואס זיצן גאנץ נאנט זענען אנדערע, אויך ביי די וואך פיקטשער קוקט אויס אז ס'איז נישטא די פלעסטיק וואס מ'זעט אויף דיינע פיקטשערס הארט נעבן גערער רבי'ן.
אויך די פיקטשערס פון די מענטשן איז ווייט נישט די זעלבע.
נישט ווייל ס'אינטערסירט מיך אסאך צי ס'איז יא אדער נישט פון יעצט. איך גלייך פיקטשערס פון יעדן און אלעמאל, אבער כ'האב ליב צו זען ווי א טאהשער טרייט אריינצורעדן קודם אין סאטמאר, נאכדעם אין גער, אפילו ער הייבט נישט אן צו וויסן וואס טוט זיך מיט זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2009 00:55 |
|
| |
ענדליך נאך א וואך האט ער עפעס דערווישט, וואס זעהט מען דא?
קודם ווייז אויף אז די בילדער זענען פין 2 יאר ציריק דערנאך ווייז אויף אז עס זענען די זעלבע בילדער ווי דאס וואס די וואך האט אריינגעלייגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 10:17 |
|
| |
נו נפל, אפשר דאך ברענגסטו די בילדער פון גור צוויי יאר צוריק, ווייז אויף פאר יעדן, אז דאס זענען די זעלבע בילדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 10:15 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 10:13 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 02:00 |
|
| |
נפלוואס טוט זיך מיט די גור'ע בילדער, שוין דורך 3 מעת לעת פון ווען די האסט אונז צוגעזאגט צו ברענגען די בילדער פון גור פון צוויי יאר צוריק. איך ווארט דעראויף בכליון עניים. לאז מיר נישט אזוי לאנג ווארטן, ס'איז נישט שיין פון דיר. יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 01:55 |
|
| |
קווינס באם פארוואס לאזט דיין רבי נישט לייגען קיין פיקטשער'ס נאר אין כל העולם כולו?
לפי ידעתי איז כל העולם דער מערסטער ציוניסטיש, דארט וועסטו יעדע וואך זעהן בילדער פין אלע רב הראשי'ס אין ראשי הכופרים כו'
עס קלינגט גאנץ קאמיש ''רז''ל איז קעגן כאפען בילדער'' כאפט נאר בליק ביי איינס פין זיינע אירועים, אלעס איז פאר די פיקטשער.... ספעציעל הויכע פארענטשעס, אין אויסשטעל, לויט די התיעצות פין ערפארענע פאטאגראפיסטן..
האסט אפשר געטראפען איין אנגלא ציוניסטישע אדער העברעישע וועבסייט ווי ס'נישט דא די בילדער פין כ''א כסליו ביי די זאלי'ס וועם פאפסטו???? ס'קאסט מיר א שמייכעל.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 19:00 |
|
| |
משה, אלעס ביסטו גרייט ארויפצולייגן חוץ די פעידש פון גור?
ביטע לייג ארויף די פעידש פון גער...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 12:09 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 03:40 |
|
| |
עס איז זייער שיין איך האב עס איבערגעקוקט שבת. עס איז נישט אזוי ריין פון פאליטיק ווייל עס איז קלאר ארוניש געשטימט פשוט אלטס ער מאכט מער געלט אזוי... די ארונים קויפען עס מער ווען הגה"ק איז אויפן פראנט דעקיל. אבער די זאליס גייט זיי נישט אן צי הגז"ל איז אויפן דעקיל צי נישט מען קויפט עס סיי ווי נישט ווייל דער רבי לאזט דאך נישט כאפען קיין בילדער... וועגען דעם איז נישט דא קיין בילדער פון רבין אין "דער איד". איך האף די נייער אויס גאבע וועט האבען הצלחה אין זיך נישט אויס לאזען ווי "העולם" אין "כלל ישראל" צוויי אמאליגע אויס גאבעס וואס האבען זיך פארשפארט.... נאך דערצי אין אזא עקאנאמי... הערשי טענוט דאך אז אפילו די שווערע עקאנאמי דארף דאס אנגיין ווייל די רביס קענען נישט אנגיין אנדעם.. כי הם חיינו. אזוי ווי די רביס דאווענען ראש השנה "אבינו מלכינו כתבינו בספר כל העולם כולו"....
תוקן על ידי SatmarBum ב- 20/12/2009 03:41:51
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 01:59 |
|
| |
נפל מיר ווארטן נאך פאר די בילדער פון גור פון צוויי יאר צוריק, איינער שיקט דיר דאך דאס אין אישי, איז ביטע לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן. יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 20:30 |
|
| |
הערשי גאנץ שיין פאר א אנפאנג
מיינע קינדער האבען הנאה ווייל די קעפלעך זענען אידיש אבער מען דארף מער מסביר זיין ווער די רבי'ס זענען
לדעתי גרויסע רבי'ס זאל ער לייגען פון די גאנצע וועלט אבער קליינע רבקעלעך נאר לאקאלע וועם דער עולם קען
הצלחה מרובה!!!
|
|
|
|
|