בית פורומים כל העולם כולו

די אמונה טפילה און ע"ז שקר, רבי ז"ל חלק ה'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/12/2009 00:39 לינק ישיר 
די אמונה טפילה און ע"ז שקר, רבי ז"ל חלק ה'

אמונה טפילה חלק ה'

 

נישט לייכט האבן מיר גענומען דעם פעדער אין די האנט צו שרייבן צו ווידמען נאך צייט און כח פאר נאך א מאמר צו אונזער סעריע מאמרים, אונטערן קעפל "אמונה טפילה חלק ה'", אונזער אישי קעסטל איז פיל געווארן אין די לעצטע תקופה מיט בקשות און תחנונים אז מיר מוזן זיך נעמען שרייבן א פרישן מאמר לאור המצב, און ארויס ברענגען פארשידענע פונקטן וואס דער צד אויף וועלכן פורם מיר שרייבן האלט און לייגט פאר.

 

טייערע ליינער, שרייבער, און ידידים, נישט צוליב אייער דרוק שרייבן מיר דא א מאמר, און נישט צוליב די בולט'יגע שקרים און עקסטרעמע היפאקריטום פון די יעצטיגע לוחמים און כלומר'שטע בעולה'טע ארויס געווארפענע אידן נעמען מיר דעם פעדער, על אף וואס זייער פאלשע צעקות האט דעגרייכט צום קלימאקס פון שקר, ווען אזא זאך איז נאך נישט געוועהן אין די גלאבאלע היסטאריע אז צד א' זאל רופן צד ב' אין גוי'שן געריכט און קיין היתר און נאכן פארלירן זאל דער צד א' דער אנקלעגער אין געריכט שרייען אויף צד ב' רשע, שייגעץ, מיט כל מיני קללות שבעולם, פאר די איינע חטא פון ערשיינען אין געריכט נאכן ווערן אנגעקלאגט פון יענעם און ארויס גיין א געווינער, וואס זאל צד ב' טון אז ער האט געווינען, פארדעם איז ער א שייגעץ?.....

 

אבער ווי געזאגט מיר גייען נישט רעדן פון די אלע שריטן, מיר ווילן זיך נישט מטפל זיין מיט סתם נידריגע קריגערייען, און זיין א המשך פון די סתם פלוידערייען אויף די אינטערנעט בלאגס, מיר האבן דאס קיינמאל נישט געטון ביז איצט, מיר האבן נישט געטשעפעט און פארשעמט פריוואטע אידן (אחוץ די געציילטע וואס זענען מסלף אפן דעם הייליגן רבי'ן רביה"ק זי"ע), מיר האבן בלויז איין ציל אז דער הייליגער נאמען פון רביה"ק זאל נתקדש ווערן בכל העולם כולו מיטן ריכטיגן תכלית און בליק, און דער נייער דור זאל בלייבן מקושר צו די שיטה הק', און צו די הייליגע יסודות וואס רביה"ק האט געחזרט מיט אונז, און אז יעדע סאטמארע חסיד זאל זיין דבוק צו די הייליגע ספרים פון רבי'ן און פון דארטן זאל זיין דער קוואל פון אונזער אידישקייט, עפ"י אמת ועפ"י יושר מ'זאל קענען דעם ויואל משה אמת ותורתו אמת מיט א אמת'דיגקייט, און נישט ווערן פארשלעפט פון די מסלפים און מכחישים וואס דרייען ארום מיטן רבינ'ס ווערטער כחומר ביד היוצר לפי זייער אייגענע נגיעות און מאמענטאלע פאליטיק.

 

אין די לעצטע תקופה איז אבער געשעהן פארשידענע זאכן וואס האט געמאכט אויפשוידערן יעדן אידיש הארץ, עס זענען געזאגט געווארן דרשות און געמאכט פארשידענע צערעמאניעס וואס ברענגען ארויס לצנות פון כל הקודש לנו, מ'נעמט די הייליגסטע ענינים וואס מיר זענען מחנך אונזערע קינדער און מ'מאכט אלעס ללעג ולקלס, אלעס מיטן ציל אויפצוהעצן אינגעלייט און בחורים כאילו מ'פירט יעצט א מלחמת קודש ווי דער חת"ס ותלמידיו, ווייל אזוי ארום וועט מען אפשר דעגרייכן אביסל עטענשאן און דער דארשטעריגע תאות הנצחון וועט זיך בארואיגן.

 

יעדעס קינד פון אונזערע קרייזן ווערט נתחנך מיטן ענין פון א "טיילונג", מ'פארציילט דאס מדור דור, ווי די תלמידי חת"ס האבן מיט מסי"נ זיך אפגעטיילט פון אנדערע טיילן אין כלל ישראל, נאך תעניתים סיגופים און מיט וועלט'ס השתדלות איז דאס געלונגען, ווי אויך א לענגערע ערציילונג מיט פרטים וויאזוי זיי האבן געשתדלט ביים קייזער פראנץ יאזעף וכו' וכו', און דאס לערנט מען מיט די קינדער מדור דור צו וויסן אז צומאל האט מען דאס געדארפט טון זיך אפטיילן פון משכילים און רעפארם וכו' צוליב זייערע שינוים אין יסודות הדת, און טאקע סוף פסוק איז געוועהן אז די ווייטע אויגן פון די גאונים וצדיקים רבותינו הק' האבן געזעהן אז זיי זענען ארויס לתרבות רעה, דאס זענען פון די יסודות אין אונזער חינוך.

 

דאס ווארט "טיילונג" "רעפארמער" איז היינט א גאנגבארע טיטל ווען איינער קריגט זיך מיטן צווייטן איבער א געלט סיכסוך, צו איבער א בעלות פון א רבנישע פאסטן, אדער אפי' איבער א נכסי קרקעות, געט מען זיך א צו אראפ דעם היט און מ'דמיונ'ט אז מ'איז אין אוהעל אדער אין פרעשבורג און מ'איז מכריז א "טיילונג"...., איז דאס נישט חוזק געמאכט פון אונזער צדיקים?,

ווייל דו האסט פארלוירן א גוי'שן געריכט וואס דו האסט אליין אריין געטראגן איז דער הייליגע חת"ס שולדיג?!!!

צו וואס דארף מען אויס רופן א טיילונג, ווייל דער זעלבע ריכטער צו וועמען זיי זענען געגאנגען בעטן יושר, האט זיי געוויזן יושר?, און דער ריכטער אליין האט זיי ארויס געשטעלט פון זייער לאך?

 

מ'באטיטלט א עדה אידן "רעפארם" וואס קלערט איר, איר מיינט אז זייערע קינדער קויפן דאס?,

ווען זייער'ס א קינד פאלט אריין אין א ביהמ"ד וואס ווערט אנגערופן ביי זיי רעפארם און זעהט אידן יראים ושלימים, נארמאלע ערליכע אפגעהיטענע אידן, וואס טראכט דאס קינד, מיין טאטע זאגט דאך אז זיי זענען רעפארם, האבן טאקע די רעפארם אידן אזוי אויסגעקוקט?, אלא מאי איז דער גאנצע רעפארם אינדערהיים אויך נאר געוועהן עפעס אזא מחלוקה'לע וואס מ'האט זיך צוטיילט צוויי רבנים אין צוויי קהילות און ס'איז געוועהן א מחלוקה'לע איבער א הויז..., און אזוי ווערט די גאנצע מסורות אבות א חוזק און א געלעכטער אין די אויגן פונעם נייעם דור, און מ'הייבט אן צו לייקענען און אפרעגן די גאנצע זאך,

 

א ווינדער מ'זעהט אין זייער מחנה אזא שטארקע בעיטה און אָפּקער פון יסודות החינוך, ווי קינדער פון די שענסטע שטובער גלייבן נישט די עלטערן מיט גארנישט כידוע ואכמ"ל, נאר צוליב דעם ווייל די עלטערן האבן זיי פארקויפט שקרים במשך די אלע יארן און צוליב א פאליטיק גלייכט ער צו און איז מדמה זיין יעצטיגן שונא צום כת ש"ץ, אדער הרב קוק, און ווען דאס קינד עפנט זיך די אויגן און זעהט אז אלעס איז נארישע נגיעות, הייבט ער אן מפקפק זיין אינעם גאנצן שורש אז אלעס איז איין שטיק שקר ר"ל מהאי דעתא.

 

מיר זעהן אז די רבנים ודרשנים האבן געשפירט פאר וויכטיג אפצושלאגן אין זייערע רעדעס די פאקט אז מיר רופן זיי אן עובדי ע"ז מיט אונזער אמונה טפילה ארטיקלען, הויעך געשעצטע דרשנים! און זייערע נאכשלעפער איר האט דאך קלאר געוויזן לעיני כל העולם אז איר מאכט חוזק פון גאט אליין, מיט דעם אז איר שרייט אויס אין די גאסן ד' ד' בי"ג מדות של רחמים און מ'בלאזט שופר, מ'זאגט סליחות, מ'שרייט, מ'וויינט, מ'נעמט דעם הייליגסטן סליחה פון יאר וואס אידן וויינען זיך אויס יו"כ ביי נעילה און מ'ניצט דאס פאר א אייגן געמאכטע חוזק צערעמאניע, פארוואס?, ווייל איר זענט אליין אריין אין געריכט און פארלוירן?!!!,

דאס מיינט ביי אונז חוזק געמאכט פון די י"ג מדות של רחמים, און יא, איר דינט ע"ז און איר גלייבט נישט בי"ג מדות של רחמים....., ווייל איינער וואס גלייבט בי"ג מדות של רחמים ניצט נישט אזא זאך פאר פאליטישע ניגעות'דיגע צרכים,

איז דאס נישט ע"ז און אמונה טפילה?

 

ס'איז דא א באקאנט ווארט פון הייליגן חת"ס ווען אידן אין מדבר נאך קבלת התורה ווען משה עלה למרום פערציג טעג מקבל זיין די איבריגע חלקי התורה, ביים פערציגסטן טאג האבן זיי געזיכט משה רבינו און דערנאך האבן די ערב רב געמאכט דעם עגל מיט די טענה כי זה האיש משה אשר הוצאנו ממצרים לא ידענו מה הי' לו, וואס איז טאקע געוועהן דער גורם צו מאכן עגל?, לכאורה אז משה רבינו איז נישטא זאל מען נעמען סיי וועם בדומה לו, צו אהרן, צו כלב, ווי קומט מען אן ביז א עגל ר"ל?

נאר די חברה (די פאלשע קנאים) האבן גע'טענה'ט אונז דארף מיר א משה רבינו "אשר הוצאנו ממצרים" אונז דארף מיר א רבי ז"ל, אונז קען מיר זיך נישט מכניע זיין פאר אהרן הכהן, ער איז נישט קיין משה איש האלקים ער איז נישט דער רבי ז"ל, וואס איז געשעהן דער סוף?, זיי האבן געמאכט א קעלבל אן עגל של זהב....

 

פונקט אזוי איז געשעהן אין די לעצטע תקופה, די בעלי גאווה וואס האבן זיך נישט געקענט מכניע זיין צו א נייע הנהגה ווייל זיי דארפן א רבי ז"ל די יעצטיגע הנהגה איז זיי נישט גוט געוועהן, ווי זענען זיי אנגעקומען?, צו דינען ע"ז, צו א עגל, זיי דינען נעבאך יעדן עץ ואבן וואס זיי טרעפן אן, און דינען אפי' אזעלכע וואס זענען נתפס אינעם עכטן ע"ז הציונות כידוע וד"ל, און דער ביטערע סוף איז אז זיי מאכן חוזק פון די י"ג מדות של רחמים, און די אייגענע קינדער שפייען זיי אין פנים נעבאך....

 

אפגערעדט צו נעמען דאס הייליגסטע וואס מיר פארמאגן, די תורה הק' הנתונה בסיני און מ'מאכט א צירקוס דערפון, עס קומט אויף די מחשבה די באקאנטע ווערטער פון רביה"ק זי"ע (געדריקט אין דבר"י מועדים לשמח"ת) הכל תלו במזל אפי' ס"ת שבהיכל, לכאורה איז דער בר מזל דער ס"ת וואס איז אינדרויסן נישט די ס"ת וואס איז שבהיכל אינעווייניג?, נאר צומאל ווען מ'נעמט ארויס די ס"ת און מ'רעדט דברים בטלים איז גאר א מזל פארן ס"ת וואס איז געבליבן אינעווייניג אין ארון קודש און מאכט נישט מיט די בושה וואס די אנדערע ארויסגענומען ספרי תורה האבן,

וויי נעבעך פאר די ס"ת וואס האבן מיט געמאכט אזא בושה פון א גאסן צירקוס מיט ווילדע אויסברויכן פון געשרייעכטס פוי!,

 

ווי ריכטיג און ווי הייליג זענען די ווערטער פון חז"ל אין אדם עומד על דעת רבו עד ארבעים שנה, מיט בערך 40 יאר צוריק בשנת תשכ"ז איז באקאנט אז רביה"ק האט געזאגט די שארפע דברי פתיחה אין די ישיבה, און גאר שארפע דיבורים זענען געוועהן געצילט קעגן די וואס מאכן אייגענע אקציעס אז זיי מאכן אלעס חרוב, און עטליכע גאר גאר שארפע ווערטער האט דער רבי געלאזט פאלן קעגן זיי,

 

לאמיר מעתק זיין די לשונות אות באות פונעם טעיפ (מיר האבן דעם טעיפ אין באזיץ) און דערנאך לערנען פשט,

 

שטייט עז כנמר אזוי הייבט זיך אן דער אורח חיים, עז כנמר מ'דארף צו זיין א עזות פנים, הוי עז כנמר, צום סוף זאגט די משנה עז פנים לגהנם, אז מ'איז א עז פנים גייט מען אין גהנם אריין, נאר וואס דען דארף מען וויסן ווי יא און ווי נישט, א אידישע מדה איז ביישנים, סוף שטייט ולא הביישן למד, אמאל איז פארהאנדען אז ס'טויג נישט, אלע מדות, רחמנים, חלילה אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט, ואלה המשפטים, דער רמב"ן זאגט אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט דאס איז דער חורבן עולם, און ל"ע אלע השמדיות און אלע זאכן דארט ווערן אויסגעהאלטן פון גומלי חסדים, פון אידישע גמילת חסדים, מ'דארף וויסן ווי יא און ווי נישט אזוי איז אלסדינג,

 

(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)

 

וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,

 

ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אפשר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,

 

זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,

 

איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,

 

פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,

 

ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו',

עד כאן לשונו הק'

 

א פחד נורא בכלל ווען מ'הערט דאס נאר אויף א כלי שני – א טעיפ, כ"ש די וואס האבן זוכה געוועהן דאס צו הערן מפה קדשו מפורש יוצא, די ציטער וואס האט אנגעכאפט די צוהערער איז נישט משיג צו זיין, ס'איז מסתמא די שווערסטע און שארפסטע לשונות וואס רביה"ק האט געזאגט ברבים,

 

די דערמאנטע דרשה איז באמת געוועהן א שווערע פרשה וואס איז כמעט נישט מעגליך צו פארשטיין, און ס'איז געוועהן א שטארקע תמוה און א צריך ביאור ביי רוב מנין ובנין פון סאטמארע חסידים, דא שטייט דער רבי דער רבן של ישראל שוין ביי די שנות הגבורות (א בן שמונים) די גאנצע וועלט ציטערט פאר זיינס א ווארט (שנת תשכ"ז) און ווייל אפאר נערנים מאכן א אייגענע פראטעסט איז דער רבי אזוי ברוגז?, ס'איז שווער צו זאגן אבער די מציאות איז אזוי געוועהן אז א גרויסע טייל ציבור האט באשולדיגט די שטוב מענטשן אז זיי האבן געברענגט די אינפארמאציע צום רבי'ן אויף אזא אופן אז דער רבי האט געהאט א שטארקע קפידה פון דעם...,

 

ס'איז בכלל שווער צו נעמען אזא דרשה און אפלערנען, אבער די מציאות איז אז יעדעס ווארט פון רביה"ק איז א נצחי, ווער נאך ווי דער רבי אליין האט אזוי פארשטאנען זיין ציבור און זיין דור, און פאראויס געזעהן דער מצב אין אמעריקא, דער רבי האט גוט געוויסט און דער חכם הרזים מיט זיין טיפע הייליגע בליק האט די היינטיגע מצב פאראויס געזעהן, אז יעדער נארישע עקסטרעמיסט וועט זיך שפירן באקוועם אנצוהענגען זיין שנאת עצמי און שנאה צו די מענטשהייט אינעם שיטה הק' פונעם הייליגן רבי'ן, כאילו דאס איז געוועהן דער רבי אליין, און דערפאר איז דער קצף געוועהן אזוי גרויס, ווייל אט די משחיתים וואס לייגן אן יעדע ווילדע שריט אינעם רבי'ן זיי פארדארבן די שיטה הק', און זיי זענען דירעקטע גורמים אז די נייע דור זאל האבן אזא שנאה צו די שיטה הק', טאקע מיט זייער עקסטערעמע מהלכים,

 

לאמיר נעמען עטליכע שורות פון די דרשה, נישט חלילה אז מיר זאגן פשט אינעם רבינ'ס ווערטער, אבער וויפיל אונזער קליינע שכל פארשטייט זעהן מיר קלאר אז דער רבי האט געמיינט די שפעטערע תקופה, און אויך די היינטיגע מצבים,

 

"כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים"

פון וואס רעדט דא דער רבי?, ער זאגט איין זאך אבער ער איז מכסה אסאך אסאך, נישט נאר צוויי טפחים, דאס איז קלאר אז דער רבי באהאלט דא א רמז אויף שפעטער ווי א צוואה לדורות, ער קען דאס נאר נישט זאגן, ער איז מכסה מער ווי צוויי טפחים.

 

זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,

 

דא דארף מען אפי' מפרש זיין?, א פחד נורא, די זעלבע סט"א וואס מאכט מינות און אפיקורסות אויף די וועלט, מאכט פרומע קנאות, איז זענט משיג וואס דא טוט זיך?, ס'טייטש אז די זעלבע יצה"ר וואס ס'טרייבט די ציונים מיט זייערע פלענער אריין צו כאפן היימישע מוסדות מיטן זייערע לימודים און אריין צו כאפן תמימות'דיגע תימן'ע קינדער צו שמד וכדומה, דער זעלבע יצה"ר הייסט פאר אפאר סאטמארע אידן צו מאכן א איבריגע פראטעסט אין די גאסן פון מאנהעטן אין א זמן וואס פעלט נישט אויס,

 

נאך מער, לא די אז דער פאלשע קנאי ווערט געטריבן פונעם זעלבן יצה"ר וואס טרייבט דעם ציוני, נאר ער איז גאר מחריב די וועלט, כלשון רביה"ק "אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט", יא פשוט און גראד די פאלשע קנאים מאכן חרוב די וועלט, ווייל דאס ביסל קנאות האלט דאך אן די וועלט כדברי רביה"ק, און זיי מיט זייערע פאלשע עקסטרעמע מהלכים מאכן חרוב דאס ביסל קנאות אויך, אז קיינער וויל זיך מער נישט אומקערן מיט אביסל אמת'ע קנאות, ווייל די גאס וועט אים אנקוקן ווי דער עקסטרעמיסט, איז דאס א חורבן עולם,

 

מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,

 

פאר וועמען האט מען נישט קיין דרך ארץ?, צו קלערט איר אז די דעמאטסדיגע מענטשן פון וועמען דער רבי האט גערעדט האבן נישט געהאט קיין דרך ארץ פארן רבי'ן זעלבסט?, ניין, דער רבי רעדט פון האבן דרך ארץ פאר א הנהגה, כלשון רביה"ק "מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס", יא, די מענטשן די פאלשע קנאים מיינען אז זיי זענען די גרעסטע חכמים און טוען אלעס אויף די אייגענע האנט, מ'האט דאס קלאר געזעהן אין די לעצטערע יארן ווען קיינער האט זיי נישט געקענט איינטיילן וואס צו טון, און וואס זענען זיי? זאגט דער רבי "שלוחים פון סטרא אחרא", טאקע די מענטשן וואס דאס ווארט סטרא אחרא איז ביי זיי ווי א פשוט'ע גוט מארגן, און יעדע מינוט שמירט מען ארויף דעם סטרא אחרא אויף א צווייטן בעל פלוגתא, אט די מענטשן זאגט דער רבי זענען גאר "שלוחים פון סטרא אחרא".... די זענען דאס ארגסטע!!! יא!!! אמת אמת, דאס ארגסטע!.

 

זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב,

 

מ'דארף נישט מער ראי' פון דעם אז דער רבי איז זיך נוקם אין די מענטשן, ער האט זיי אחר הסתלקותו אוועק געריקט פון טיש, זיי האבן נישט געהאט קיין כח אין די הנהגה כי הוא זה נישט , און אפי' לעצטנס ווען די ווירטשאפט האט זיך א שאקל געטאהן און זיי האבן זיך געהויבן דעם קאפ טרעפנדיג א פתח אריין צו קומען מיט א החזרת עטרה ליושנה, האט זיי דער הייליגע רבי א ווארף געטאהן ארויס פון מיין דירה, כלשון רביה"ק "זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש".

 

אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,

 

וואס זענען די חורבנות?, דאס אז מ'פארקרומט די יסודות הדת, און מ'מאכט פון אלע הייליגע לשונות א חוזק, טאקע די פאר מיעוטים האבן אנגעזייט טיפע חורבנות אין הונדערטער קינדער וואס ווערן נתחנך און זענען בועט אין די גאנצע זאך מכח דעם שקר וואס מ'האט זיי איינגעפלאנט די אלע יארן, זיי זענען אחראי דערויף,

 

צו קען מען פארקויפן פאר קינדער אז יעדער איד וואס איז נישט איינשטימיג מיט סאטמאר איז א גוי, אז דאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?,

צו קען מען מאכן א פראטעסט יעדע 15 מינוט, און אפי' צומאל מוחה זיין קעגן יחידים, צו א גדול פון אנדערע קרייזן, איז דאס געוועהן דער רבי ז"ל?

צו קען מען פארקויפן פארן נייעם דור אז מאכן חוזק פון א ס"ת אין די גאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?!!

צו קען מען פארקויפן פאר די קינדער אז אפחוזק'ן פון י"ג מדות של רחמים איז געוועהן דער רבי ז"ל?!

צו קען מען זאגן פאר קינדער אז יעדע בר פלוגתא האט דער רבי חותם געוועהן פאר כת ש"ץ אדער רב קוק?!

צו קען מען מחנך זיין קינדער אז וועט מ'האט א סיכסוך מיט איינעם איז מען מכריז דעם טיילונג פון אונגארן?!

 

לעצטנס איז נתפרסם געווארן א דרשה פונעם ברך משה ז"ל בנוגע בני יואל, זאגט ער בתוך הדברים א מעשה פון איינער פון די תלמידי בעש"ט אז א בעל עבירה איז געקומען בעטן א תיקון, ווען יענער האט אויסגערעכט דעם גאנצן פעקל, האט אים דער צדיק געפרעגט איך וויל וויסן איין זאך "וואס האט דיר דער אייבישטער שלעכט'ס געטון אז דו האסט אנגעמאכט אזעלכע חטאים"?

דער ברך משה פירט אויס און פרעגט מיט א ווייטאג, וואס האט זיי דער פעטער געטון אז זיי צאלן אים צוריק אזעלכע זאכן צו וועלן צוברעכן אלעס?

 

מיר פרעגן די זעלבע, וואס האט ענק דער הייליגער רבי ז"ל געטון אז עטץ זענטס מבזה דעם רבי'ן מסוף העולם ועד סופו?!!!!!

 

מיר ווילן ווייטער בלייבן אמת'ע חסידים ותלמידים פון רביה"ק, און מיר וועלן זיך האלטן צו זיינע הייליגע יסודות וואס דער רבי האט געזאגט און געשריבן, און זיך נישט לאזן פון די פאלשע פאן טרעגער, אונז האמיר דעם רבינ'ס ספרים, און דאס איז אונזער קוואל פון ווי מיר וועלן שעפן ביז משיח'ס טאג בקרוב, ווי דער רבי טייטשט (דבר"י תורות ליום שמח"ת) אמת ואמונה, מ'דארף זיך האלטן צו אמונת צדיקים מיט די צדיקי אמת, עיי"ש, אונז וועל מיר זיך האלטן צו די צדיקי אמת אבער מיט א אמת...., נישט מיט קיין שקר, ויואל משה אמת ותורתו אמת.

 

 




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/12/2009 20:28:46




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2009 20:36 לינק ישיר 

טייערע נפל, באמת האב איך דיר נישט געוואלט ענטפרן, ווייל מ'זעהט קלאר אז דיין ציל איז צו פארעקלען דעם פארום, אבער אזווי דער מנהל נעמט נישט די מי מאזיהו סיבה שהוא דיך אויסצושפארען, וועל איך נעמען די מי, טראץ וואס איך שרייב זעלטן דא.

אריין אין קארט זענט איר די וואס האבן דאס געטון נאך בשנות הנו"ן
דארט איז געווען די רעדע פין א אנדערע קעיס, אין איז געטוהן געווארען דורך קהל פין וומ''ס, אין נאכדעם וואס קהל האט געשיקט א בריוו ווי מ'בעט אז די בני יואל זאגלגען קומען צו די''ת,
משא''כ דא, איז א פרישע קעיס אן קיין שום הזמנה פין פריער, נאר פשוט הליכה לערכעות.

טיילונג האבן בני יואל אויסגערופן לאור די פאבליק סקול ענקער'ס אויף וואס די בני יואל רבנים האבן גע'פסקן'נט אז דאס איז עבודה זרה ממש.
שקר
די טיילונג איז געווארען בשנת תשל''ט ווען רוב סאטמאר האט זיך פאראייניגט אינער'ן ברך משה ז''ל, אין די וואס האבען אים פיינט געהאט וועגן באקאנטע סיבות האבען זיך אפגעטיילט אין כסדר געזיכט אינטערציהאקען זיין קהילה אין אויסטרעפן פרישע בולבולים אין סקאנדאלען, ווי איינס פין זיי איז געווען פרשות סקול דיסטריקט.
ווי די בני יואל האבען זיך שטארק ציגעכאפט דערצו אין אים פארגאסען בלוט עד כמה שידם מגעת ר''ל
 און לאור וואס ענק באטיטלען מיט די ערגסטע סארט טיטלען יעדע ערליכע רב וואס איז מוחה קעגן ענק.

דער וואס בא'טיטול עקעלדיג אין מיעס אין ענקער צייטונג דער איד.... קוק ''עני וואך'' וועסטו זעהן.
פונקט אזוי ווי די פארשטייסט אז ווען א בני יואל'ער קינד שפאצירט אריין ביי ענק אין ביהמ"ד און זעט ערליכע אידן וכו' לאכט ער פון זיין אייגן טאטען אזוי אויך איז נישט שווערט צו פארשטיין דאס פארקערטע ווען דיין זין שפאצירט אריין אין ראדני אדער צו בני יואל.
ביי מהר''א פרעגלט מען נישט אין די קינדער זאכען וואס זענען נישט אמת קעגן די בני יואל אין מהרז''ל, משא''כ ביי מהרז''ל (קוק ביי די בלאט אין איד פאר א דוגמא, וויאזוי דער איד באטיטולט צד מהר''א....)
 אזוי אויך איז דיין באשולדיגונג קעגן ענקערע בעלי פלוגתא אז קינדער פארן אפ פונקט אזא באשולדיגונגט קעגן אייך אליינס, אפגעגליטשטע קינדער איז פארהאן איבעראל.

אה''נ, אבער ער טענה'ט אז דארט איז דא מער ליידער
דאס באגלייטן ספרי תורה מיט מזמורי תהילים איז א שיינע אקט, א כבוד פארן ספר תורה, די בזיון וואלט געווען אסאך מער ווען מען ווארפט אריין די ספרי תורה טראנק פון א קאר.
דאס איז אלעס ווען די ציל איז לש''ש קען מען זיך דינגען דערויף, אבער ווי יעדער איז שוין איבערצייגט איז דאס געווען בלויז א צערעמאניע, ווען הולכים בערכעות האבען שטארק דערלייגט, אין זיי האבען פראבירט צו באשמיצן צד מהר''א.
אין פארדעם האט מען געניצט ספרי תורה, לכאורה דארפען אלע באטליגטע מפייס זיין די ספרי תורה.
דאס אויסשרייען אין די גאסן "רבונו של עולם מיר וויינען פאר דיין כבוד אונז טוט וויי אז א איד וואס איז א אפיציעלער יום זה מכובד איז גרייט צו מסרן פאר די פאליציי קעגן אידן וואס דאווענען אין א מקום וואס "לעגאל" איז דאס א דירה! גארנישט אנדערש ווי די אנטעסימיטן אין מאנסי.
ווען איר וויינט פאר הקב''ה'ס כבוד וואלט איר נישט מחלל געווען שמו יתברך אין גערופן צו די''ת אנטשטוט צו גיין אין קארט ר''ל,
לגבי די נקמה פון וואס די רעדסט ביסטו ככלב שב אל קיאו... ווער האט נישט קיין דריסת הרגל אין "רוב" בתי מדרשים פון סאטמאר רב ז"ל? זיי אדער ענק?
אין רוב סאטמערע בתי מדרשים אוועלטליך האט מהרז''ל נישט קיין דריסת הרגל חוץ אין וומ''ס ווייל דארט קומט ער נישט צו די''ת אין ער איז מחזק בגזילה.

דיין אויספיר איז זיס אבער נישט צו דער זאך, לאמיר גיין יעדע באזינדער
קלאר צו די זאך אין צום פוינט.

צו קען מען פארקויפן פאר קינדער אז יעדער איד וואס איז נישט איינשטימיג מיט סאטמאר איז א גוי, אז דאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?,
ניין, דעריבער פיר ביטע אויס...

עס פירט זיך אויס פין זיך אליין'ס יעדעס ווארט איז איבריג

צו קען מען מאכן א פראטעסט יעדע 15 מינוט, און אפי' צומאל מוחה זיין קעגן יחידים, צו א גדול פון אנדערע קרייזן, איז דאס געוועהן דער רבי ז"ל?

ניין, דעריבער, פיר ביטע אויס

עס פירט זיך אויס פין זיך אליין'ס יעדעס ווארט איז איבריגצו קען מען פארקויפן פארן נייעם דור אז מאכן חוזק פון א ס"ת אין די גאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?!!

ניין, דעריבער, פיר ביטע אויס

עס פירט זיך אויס פין זיך אליין'ס יעדעס ווארט איז איבריגצו קען מען פארקויפן פאר די קינדער אז אפחוזק'ן פון י"ג מדות של רחמים איז געוועהן דער רבי ז"ל?!

ניין, דעריבער פיר ביטע אויס

עס פירט זיך אויס פין זיך אליין'ס יעדעס ווארט איז איבריג

צו קען מען זאגן פאר קינדער אז יעדע בר פלוגתא האט דער רבי חותם געוועהן פאר כת ש"ץ אדער רב קוק?!

ניין, דעריבער פיר ביטע אויס...

עס פירט זיך אויס פין זיך אליין'ס יעדעס ווארט איז איבריג

אבער קודם קוק זיך אין שפיגל און קוק וואס איר מאכט פון יעדער רב וואס איז נישט איינשטימיג מיט אייך

כ'האב דיך שוין גענטפרט אויף דעם,

צו קען מען מחנך זיין קינדער אז וועט מ'האט א סיכסוך מיט איינעם איז מען מכריז דעם טיילונג פון אונגארן?!

ניין, דעריבער פיר ביטע אויס
עס פירט זיך אויס פין זיך אליין'ס יעדעס ווארט איז איבריג

אויב די מיינסט צו זאגן אז די בני יואל טוען די אלע זאכן, ביסטו א פראסטער ליגנער...
מן הסתם דרייסטו זיך נישט צווישען די חסידי מהרז''ל אין די בני יואל אין די ליינסט נישט דער איד אין חומת הדת וכו - אדער ביזטו א פשוטע שקרן....
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 21:10 לינק ישיר 

א רייכער ארטיקל, שיין אראפגעלייגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2009 22:44 לינק ישיר 

נפל

דו האסט דעם ענין אזוי גוט ארויס, דער פראבלעם איז נאר אז דו דרייסט דיך אין טאהש אדער ביי דיין שוואגער אין וויזניץ און נישט

ביי אונז ווערט נישט יעדער בר פלוגתא הרב קוק, אינגאנצן נישט קיין דמיון, רז"ל איז נישט אזא ת"ח ווי אים און אוודאי נישט אזא רשע ווי אים.

ביי אונז לערנט מען נישט אויס אז די זאליס אדער בני יואל זענען ציונים

מיט אונזערע קינדער לערנט מען אט די פתיחה פון רבין ז"ל, אז אט די אידן האבן שוין דעמאלט געמאכט טראבל, און מיר ווייזן אז פאר זיי איז שוין די רבי ז"ל נישט גוט געווען.

מיט אונזערע קינדער לערנט מען אז מען דארף פאלגן א הנהגה, און נישט ווען דער אייגענער רבי זאגט עפעס (מתיבתא ברך משה) רייסט מען אים ארונטער

ווען מיר זאגן פאר אונזערע קינדער אז רז"ל איז נישט קיין תלמיד חכם (מילד גערעדט9 האבן זיך נישט ווי זיך איבערצוצייגן אז ער איז יא

אבער ווען די בני יואל זאגן אז רבינו שליט"א איז א ציוני, און דאן הערט מען א דרשה קעגן ציונים, מען זאגט אז דאס איז נעלאגן, אדער רעפארמער, און מען זעט די באלעמער אינמיטן ביהמ"ד, נישט קיין ארגל וכו' וכו'

ווערט דאס קינד צומישט

 

אז מיר שרייבן אז די בני יואל האט א פנים ווי די מתנחלים האבן מיר אויך פיינע דעקונג

די מתנחלים האבן געמאכט אזא צערעמניע ווען מען האט זיי פארטריבן פון זייער פלאץ נאך איבער 30 יאר וואס זיי האבן ערארבעט מיט גזילה, והוא הדין בבני יואל

די מתנחלים זענען אויך שומרי תומ"צ נאר האבן עקסטרעמיסטישע מיינונגען, והוא הדין בבני יואל

די מתנחלים טוען אפ אלע פסולת שבעולם אונטערן פאן פון תורה והוא הדין בני יואל

 

נאר אינטערעסאנט צו באמערקן וואס איך האב געהערט פון א מרביץ תורה יענע וואך

די בני יואל זענען אלץ פארנומען מיט עטליכע שלש סעודות תורה'ס וואס די רבי ז"ל האט געמיינט דעם רבין שליט"א, און דא רעדט מען ווען די רבי איז נישט געווען מער ווי 17 18 יאר

נו, וואלט איר נישט געפארן ביז איטאליע צו קענען א מענטש וואס דער רשכבה"ג האט מייחד געווען פאר אים אליין עטליכע שלש סעודה תורה'ס ווען ער איז נאך געווען 17 18 יאר

 

האטס מיר א פרייליכן שבת און א פרייליכן חנוכה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 19:26 לינק ישיר 

איך האב געזען ווי די באווארענסט זיך מיט שרייבען אז די גייסט נישט ענטפערן, דעריבער ווארט איך נישט אויף קיין תשובה.

איין שאלה וויל איך יא זייער שטארק זאלסט מיר ענטפערן:

וואס האט דיין גאנצע געמויזאכטס מיט סאטמאר רב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 19:21 לינק ישיר 

אריין אין קארט זענט איר די וואס האבן דאס געטון נאך בשנות הנו"ן
טיילונג האבן בני יואל אויסגערופן לאור די פאבליק סקול ענקער'ס אויף וואס די בני יואל רבנים האבן גע'פסקן'נט אז דאס איז עבודה זרה ממש. און לאור וואס ענק באטיטלען מיט די ערגסטע סארט טיטלען יעדע ערליכע רב וואס איז מוחה קעגן ענק.
פונקט אזוי ווי די פארשטייסט אז ווען א בני יואל'ער קינד שפאצירט אריין ביי ענק אין ביהמ"ד און זעט ערליכע אידן וכו' לאכט ער פון זיין אייגן טאטען אזוי אויך איז נישט שווערט צו פארשטיין דאס פארקערטע ווען דיין זין שפאצירט אריין אין ראדני אדער צו בני יואל. אזוי אויך איז דיין באשולדיגונג קעגן ענקערע בעלי פלוגתא אז קינדער פארן אפ פונקט אזא באשולדיגונגט קעגן אייך אליינס, אפגעגליטשטע קינדער איז פארהאן איבעראל.
דאס באגלייטן ספרי תורה מיט מזמורי תהילים איז א שיינע אקט, א כבוד פארן ספר תורה, די בזיון וואלט געווען אסאך מער ווען מען ווארפט אריין די ספרי תורה טראנק פון א קאר.
דאס אויסשרייען אין די גאסן "רבונו של עולם מיר וויינען פאר דיין כבוד אונז טוט וויי אז א איד וואס איז א אפיציעלער יום זה מכובד איז גרייט צו מסרן פאר די פאליציי קעגן אידן וואס דאווענען אין א מקום וואס "לעגאל" איז דאס א דירה! גארנישט אנדערש ווי די אנטעסימיטן אין מאנסי.
דיין אהערברענגען דעם חתם סופר איז היפאקריטיש, אדרבה אידן וואס האלטן זיך מיט די תורה זענען געווענדליך ערליכער ווי אידן וואס דינען א בשר ודם וד"ל.
די ווערטער פון סאטמאר רב וואס די ברענגסט איז בכלל נישט נוגע אהער, דארט האט ער גערעדט צו זיינע חסידים און נישט צו קלויזענבורגע, פון דיין זייט איז דאס א שטארקע קליין קעפיגקייט צו ניצן די ווערטער כאילו סאטמאר רב האט געזאגט אז מען דארף זיך מכניע זיין פאר דיין רבי.
דאס ליצנות ווערט נאך גרעסער ווען די "לערנסט אריין פשט" אז מגלה טפח ומכסה טפחיים מיינט טאקע נישט מער און נישט ווייניגער דיין רבי.
די ביסט ממשיך אויף דיין מהלך און די גייסט עד כדאי כך צו מסלף זיין די ווערטער פון סאטמאר רב, די ניצט זיינע ווערטער ווי ער וויינט אז מען האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם און אלעס כלאמפיש לשם שמים, און די ווארפסט דאס אויף בני יואל... אדרבה אין דעם ענין זענט איר פילפאכיג מער געשלאגן! ווער איז זיך מתחצף השכם והערב קעגן די רבנים וואס ער אליינס (סאטמאר רב ז"ל בכבודו ובעצמו) האט ממנה געווען ווי הרה"ג ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן וכדו'
לגבי די נקמה פון וואס די רעדסט ביסטו ככלב שב אל קיאו... ווער האט נישט קיין דריסת הרגל אין "רוב" בתי מדרשים פון סאטמאר רב ז"ל? זיי אדער ענק?

דיין אויספיר איז זיס אבער נישט צו דער זאך, לאמיר גיין יעדע באזינדער

צו קען מען פארקויפן פאר קינדער אז יעדער איד וואס איז נישט איינשטימיג מיט סאטמאר איז א גוי, אז דאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?,
ניין, דעריבער פיר ביטע אויס...

צו קען מען מאכן א פראטעסט יעדע 15 מינוט, און אפי' צומאל מוחה זיין קעגן יחידים, צו א גדול פון אנדערע קרייזן, איז דאס געוועהן דער רבי ז"ל?

ניין, דעריבער, פיר ביטע אויס
צו קען מען פארקויפן פארן נייעם דור אז מאכן חוזק פון א ס"ת אין די גאס איז געוועהן דער רבי ז"ל?!!

ניין, דעריבער, פיר ביטע אויס
צו קען מען פארקויפן פאר די קינדער אז אפחוזק'ן פון י"ג מדות של רחמים איז געוועהן דער רבי ז"ל?!

ניין, דעריבער פיר ביטע אויס
צו קען מען זאגן פאר קינדער אז יעדע בר פלוגתא האט דער רבי חותם געוועהן פאר כת ש"ץ אדער רב קוק?!

ניין, דעריבער פיר ביטע אויס... אבער קודם קוק זיך אין שפיגל און קוק וואס איר מאכט פון יעדער רב וואס איז נישט איינשטימיג מיט אייך
צו קען מען מחנך זיין קינדער אז וועט מ'האט א סיכסוך מיט איינעם איז מען מכריז דעם טיילונג פון אונגארן?!

ניין, דעריבער פיר ביטע אויס

אויב די מיינסט צו זאגן אז די בני יואל טוען די אלע זאכן, ביסטו א פראסטער ליגנער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 18:53 לינק ישיר 

אוי, עס ציפט עס ציפט...

געוואלדיגע און ריכטיגע ווערטער. דאס איז ריכטיג משנתו של רבינו.
יישר כח גדול פאר אייער טירחא.

------

ביטע פארעכטן:
1) די גאנצע טעקסט ליגט צוויי מאל. 2) די אותיות מאכן שווער דאס ליינען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/12/2009 17:44 לינק ישיר 

סופרעמעסי. עס קומט אייך א מעדאל!

אזוי גוט אראפגעשריבן, אזוי אייידל און מיט אזא פונקטליכקייט. און בעיקר א בקשה להבא, האלט אן, מ'דארף חזרן מיט אונזער וועלט ווער די דאזיגע מענטשן זענען.

זיי ענען דייקא נישט די פאן טרעגער פון רבין ז"ל נאר פונקט פארקערט, די האבן אייביג חרוב געמאכט און שטיייען וויטער דא דערפאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 15:31 לינק ישיר 

צו וואס איז עס מערערע מאל איבערגעלייגט די זעלבע טעקסט??
כמיין דריי מאל נאכאנאנד אויב נישט מער
אפשר איז עס א טעות!

אבער עס איז געוואלדיגע דיבורים צו צוקושן יעדעס ווארט אפשר איז עס טאקע כדאי איבערצוליינען עטליכע מאל נאכאנאנד!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/12/2009 00:52 לינק ישיר 

צו קישן יעדע ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די אמונה טפילה און ע"ז שקר, רבי ז"ל חלק ה'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext