מען זעהט פון יעדעס ווארט וואס ער שרייבט דארט, אז ער איז ביטער אנגעזעצט, ער איז צובלוטיגט. אמאל בימים ההם, האט יעדער געציטערט פון דער איד, א ווארט וואס דער איד האט געשריבען איז געווען קודש קדשים, דער איד האט געקענט האקן אויף יעדעם, און קיינער האט גארנישט געקענט טאן.
אבער היינט איז א נייער וועלט, דער איד איז נישט ווערט מער ווי זעקל גארביטש, הייד פארק איז שוין היינט מער באגלייבט ווי דער איד, און איינער וואס ווערט היינט באשמיצט אין דער איד, איז עס פיל ווייניגער ווערט ווי ער שטייט ווען אויף הייד פארק.
היינט איז דער איד געקומען צו א מצב ווי ער שלאגט זיך מיט הייד פארק, נאר אנטשאט עס זאל זיין אפען אינטערנעט, שרייבט עס ער אויפן פאפיר.
|
|