|
|
| נשלח ב-20/12/2009 17:18 |
|
| |
קרית יואל'ע אידן זייט געווארנט פין דעם פאסט שווינדל!!!
אזוי ווי די מערכה אקעגען די טריפענע צייטונגען אין קרית יואל וואס קימט אן אימגעבעטן האלט ב"ה אויףא גיטן וועג האט איינער פין די טריפהנע צייטונגען אויסגעטראפן א וועג אויסציפאפען די ערליכע אידן וואס ווילן נישט באקימען די שמוץ בלעטער אויף פאסט זייי זאגן מוחל טובות האט ער ארום געשיקט דע וואך א קארטל וואס ער שטעלט אן א פנים ווי ער געט א אויסוואל וואס יא צי באקימען אין וואס נישט זאלט איר וויסען די ערליכע תושבי קרית יואל סאיז נישט מער ווי א שפיצל יא צי קענען ווייטער שיקען יעדע וואך פאר איין דע שמוץ בלעטער ווען איר שיקט צירוק דע קארטל נישט קיין חילוק וואס איר שרייבט אויף דעם אפי' איר שרייבט אז ער זאל מער נישט שיקען ניצט ער דע קארטל פאר די פאסט אפיס יא צי קענען שיקען אלע זיינע גארביש פאר אייך געדעקט שפילט נישט אריין אין זייערע הענט פין די מכשיל את הרבים אין זייט נישט קיין מסייע לידי עוברי עבירה
אין שיקט נישט צירוק דע קארטל בכלל קלעבט ארויף די REFUSED סטיקער אויף די צייטונג אליין אין ווארפט עס צירוק אריין אין פאסט קעסטעל!!!!
געט עס איבער פאר אייערע גיטע פריינט אין זייט אין דעם כלל פין המזכה את הרבים
תוקן על ידי ווער_איז ב- 20/12/2009 17:59:02
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 17:47 |
|
| |
פון וואספארא טרייפענע צייטונגען רעט מען דא? טרייפע טרייפע? נוצרישע? תמונות תועבות? אדער פרא ר' אהרן צייטונגען, מ'קען דא נישט וויסן מיט ענק.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 20:06 |
|
| |
סקאט, אויב ענק רופן "דער איד" א טריפה'נע צייטונג, איז זייער פארשטענדליך אז די זאליס רופן ענקערע צייטונגען טריפה...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 20:33 |
|
| |
די בעסטע זאך איז נאר ארויף סטיקערן אויף די קארטלעך, אדער דאס ארויפשרייבן מיט גרויסע ווערטער און צוריקשיקן מיט די פאסט און אויך אינטערשרייבן אין די בתי מדרשים אויף דעם פארלאנג דאס נישט מער צו באקומען

|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 22:02 |
|
| |
אדער באניצט דעם סטיקער אדער שרייבט ארויפ מיט גרויסע ווערטער די זעלבע און ווארפט עס אריין אין פאסט קעסטעל

תוקן על ידי 123news ב- 20/12/2009 22:05:38
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 22:18 |
|
| |
| נפל כתב: |  | סקאט, אויב ענק רופן "דער איד" א טריפה'נע צייטונג, איז זייער פארשטענדליך אז די זאליס רופן ענקערע צייטונגען טריפה... |
|
מסכים,
אבער פארשטיי אז תמונות תועבת מאגאזינען זענען דאך לכו"ע טרייף, נו פון ווי זאל איינער וויסן פון וואס מ'רעדט דא,
ענטפער גראד, "ס'טרייף ווייל ס'פרא אהרן",
מענטשן ווייסן דאך נישט פון וואס מ'רעדט,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 23:12 |
|
| |
אין זייערע אויגן איז דאס טריפה נישט נאר ווייל עס איז פרא ר' אהרן נאר אויך ווייל זיי שטיצן די פאבליק סקול וואס אין זייערע אויגן איז דאס עבודה זרה ממש.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 00:50 |
|
| |
גם אני הק' מצטרף אז עס איז זייער וויכטיג יעדער זאל דאס ארויפקלעבן און צוריקשיקן.
ס'וואלט זיך געדארפט שאפן עסקנים, וועלכע זאלן פרינטן עטליכע טויזנט פון די סטיקערס, און עס פארטיילן אין די היימישע בתי מדרשים, מען זאל פטור ווערן פון די אנשיקענישן.
אויך וואלט שוין געווען די העכסטע צייט, אז אנשי שלומינו זאלן זיך ארגאניזירן צו ארויסגעבן אן אייגענע אויסגאבע, וועכנטליך צו חודש'ליך, וואס זאל דעקן אלע נייעס אויף א נארמאלן אופן. כ'בין זיכער אז ס'וועט מצליח זיין און יעדער וועט דאס שטיצן מיט עדס וכדו'
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 01:36 |
|
| |
תחזקנה ידיכם פון די חשוב'ע עסקנים
ליידער ליידן מיר זיך אן פון די ווילידזש וואס העלפט דעם רא"ט פארשפארן בתי מדרשים, און אויסטיילן צרות פאר א האלבן שטעטל, אבער וואס מען איז נישט מחויב צו ליידן, דארף מען זיך פון זיי באפרייען.
ברוך השם אז די פאסט אפיס קאנטראלירן זיי נישט, און דא אין א אמעריקא האט יעדער מענטש די רעכט איינצוטיילן וואס פארא פאסט ער זאל באקומען, ממילא איז זייער וויכטיג יעדער זאל העלפן פאר די עסקנים פטור צו ווערן פון זייער געצוויגענע פראפעגאנדע.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 18:17 |
|
| |
דעס העגט אין די ערליכע בתי מידרשים אין קרית יואל

תוקן על ידי ווער_איז ב- 21/12/2009 18:18:46
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 18:31 |
|
| |
און אוודאי געדענקן ארויפצולייגן די סטיקער אויף די וואלדמאן אויסגאבע
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 21:38 |
|
| |
וואלדמאן בריכטעט דערווייל נישט די וויכטיגע אינפארמאציע וואס די צוויי צייטונגען יא, פונקטליכע אפדעיטס וואס זשאני האט געגעסן היינט פאר נאכטמאל אדער צו פרענק'ס הינטל איז געשטארבן פון א עקסידענט אדער פון א הארץ אטאקע וכו' וכו'
דעי אלע נייעסער ווער ס'וויל דאס שטארק וויסן קען קויפן די א.ג. חרדישע צייטונגען אין גראסערי, אבער ארומצושיקן בחנם אויפן פאסט אומגעבעטן איז א עוולה! סקאט זיי נישט ברוגז, דער פותח האשכול האט זייער גוט ב'טיטול'ט דעי צייטונגען,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2009 15:52 |
|
| |
דע וואך גייט עס אנקימען ביי די טיר ניישט מיט די פאסט געדעקט עס גראד אוועק צי ווארפן אין ריפט זיי אין אפיס אז זיי זאלן נישט ברענגען דע צייטונגען פאר אייך איר ברויכט עס נישט אין זיי זאלן נישט שמיצג מאכן אייער פראפערטי
תוקן על ידי ווער_איז ב- 25/12/2009 15:59:14
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 04:37 |
|
| |
עס איז אנגעקומען ביי פאסט, אבער איין זאך איז געווען אנדרשט, די זשארנאל איז אנגעקומען מיט די מעלינג פון די בולעטין, ווייסט איינער אויב עס האט א קשר מיט די מערכה, אדער האט עס אפשר מיט די חאגע,
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|