הונדערטער היימישע קאר'ס פולן אן די 87
די ריזן ציבור וואס קומט צו פארן פון ניו יארק זענען אינטערוועגנס
א גרויסער ציבור געפינט זיך שוין אין קרית טאהש
צענדליגער באסאס זענען שוין ארויסגעפארן פון ניו יארק
אנגעהויבן פון דאנערשטאג צופרי, אנקומענדיג צו הדלקת נרות חנוכה ביינאכט
דאנערשטאג נאכט אנקומענדיג פרייטאג צופרי מיטצוהאלטן דעם שבת
מוצאי שבת אנקומענדיג היינט צופרי צו קענען כאפן א דרימל נאך פאר די חתונה
ארויספארנדיג היינט צופרי אנקומענדיג צו די קבלת פנים.
אזוי איך זענען ארויסגעפארן הונדערטער קאר'ס (רוב האבן זיך אפגעשטעלט דאווענען שחרית אין קרית יואל) אנגעהויבן פון 6 אזייגער פארטאגס.
א שטארקער טרעפיק ערווארטעט ביים גרעניץ, עסקנים געבן איבער אז לכאורה וועט נישט זיין קיין פראבלעמען, די קהלה האט איינגעמאלדן פאר די קאסטאמס אז א גרויסער ציבור איז ערווארטער לכבוד די גרויסע שמחה.
אן ערהאבן בילד איז געווען אין די טאהשער בתי מדרשים אין ניו יארק ווי דער עולם שטעלט זיך צוזאמען, פאסאדשירן וואס זיכן א וועג און אויך אזעלכע וואס דרייוון אליינס און זיכן מיטצונעמען נאך דרייווערס וואס קענען איבערנעמען א חלק פון די וועג.
קיין גרויסע שפעטיגונג וועט בעזהשי"ת נישט זיין ווייל די 87 איז אפגעפיצט, אויס געוויסע קורצע שטרעקעס פאלט א שניי, לויט א לעצטיגע באריכט פאלט א שניי צווישן מייל מארקס 270 און 235, פארשטייט זיך אז די שניי ריקט זיך און שטייט נישט אויף איין פלאץ. אבער די שניי טראקס ארבעטן אויף כח.
איך האב שוין געהערט פון איין ספין, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיקט געווארן, די קאר פון ר' מ.ק. נ"י, (ער האט שוין א צווייטע מאל א ספין, און ב"ה קיין געשעדיגטע, אין קאר געפינען זיך נאך צוויי איגעלייט. ער איז באמערקט געווארן דורך אנדערע דורך פארער, דער עולם האט זיך אפגעשטעלט. ר' ה.א. א חברים מעמבער האט געהאלפן טוישן א רעדל וואס האט געפלאצט פון די גליטש.
לויט ווי דרייווער גיבן איבער איז די גאנצע וועג פול מיט "האנדא אדעסיס"...
ביי מייל מארק 181 אין די לינקע זייט איז געזען געווארן א טרופער, אויך האב איך געהערט אז די לעצטע שטרעקע (נאך פלאטסבורג) איז אנגעפיקעוועט מיט פאליציי. נעמט אין אכט אז דאר קענט איר אין א שנייאיגע וועטער באקומען א טיקעט אפילו איר פארט "ווייניגער" ווי די ספיד לימיט, צוליב "רעקלעס דרייווינג"
נסיעה צלחה
 |
|
|