ווער קען פראווענען אין מער שוהלן????
איינע פון די גוט לויפענדיגע ליגנטס ביי די זאליס איז: רבינו שליט"א קען נישט אריינקומען אין רוב סאטמארע שוהלן.
לאמיר גוט צונעמען די נושא. און דאן וועלן מיר זעהן "ווער" עס קען נישט אריינגיין.
ראשית כל, אריינגיין, מיין איך נישט אין ביה"כ פאר צוויי מינוט. נאר פירן דארט א שבת'דיגע תפילה.
נאכדעם, לאמיר איינטיילן די שוהלן אין 5 קאטאגאריעס.
דאס ערשטע- א שוהל וועלכע טראגט אויף זיך די נאמען קהל יטב לב ד'סאטמאר (אדער אפילו קהל ויאל משה) מיט שטאלץ.
דאס צווייטע- א שוהל וועלכע איז גע'עפענט געווארן דורך א כבוד זיכער, וועלכע וויל ווערן באטיטלט אין כל העולם, העולם החרדי, די וואך אלץ הגה"צ אב"ד... שליט"א.
דאס דריטע- א שוהל וועלכע איז גע'עפענט געווארן שפוט נישט צו באצאלן קיין טעקס וד"ל.
דאס פערטע- א שוהל וועלכע איז געפענט געווארן אדורך אויסגעשפילטע מענטשן, וועלכע האבן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע אויך נישט אריינגעלאזט אינעם שוהל.
דאס פיפטע- סתם א פריוואטע שוהל, וועלכע א גראפע יונגעלייט וועלכע זענען חסידים פון א געוויסע רבי, און ווילן דאווענען עקסטער האבן גע'עפענט א היימישע לאקאל ווי צו דאווענען (אדער שמועסן).
די אלע פיר, וועל איך נישט צו נעמען ווייל-
א שוהל ביי א כבוד זיכער- גערעכט טאקע- ביי זיי געפינט זיך מער כבוד זיכער, און וואס ווילן זיך נישט אינטערווארפן אינטער א תורה אוטוריטעט.
א שוהל פאר טעקס- די גנבים האלט טאקע ביי ענק
א שוהל פאר שונאים- איך האף אז ענק פארשטיין אז א שוהל וועלכע האט געגאסן פעך און שוועבל אויף זיין הייליגע טאטע, ערלויבט אים אריינצוקומען מיט כבוד מלכים, איז דאס נישט קיין כבוד פאר אים, נאר דאס גרעסטע בזיון און חילול כבוד אביו (נישט רבו, ער האט קיינמאל גארנישט געלערנט פון אים) וואס עס איז נאר פארהאן
א שוהל פאר פרעמדע חסידותן- מוחל טובות, סאטמאר איז גענוג גרויס אן די אלע...
יעצט לאמיר צונעמען די ערשטע גרופע- סאטמארע שוהלן.
קרית יואל-
דאס גרויסע און צענטראלע שוהל- קען רבינו שליט"א יא פירן (און ער פירט טאקע לאורך ימים ושנים טובים)
אין סאסמאן'ס שוהל- קען ער טאקע נישט אריינגיין .
אבני צדק- קען רבינו שליט"א יא פירן
אוהל פיגא-קען רבינו שליט"א יא פירן
בית ברוך-קען רבינו שליט"א יא פירן
ברך משה-קען רבינו שליט"א יא פירן
בית מרדכי- קען רבינו שליט"א יא פירן
עטרת זקנים- קען רבינו שליט"א יא פירן
ווילאמסבורג:
ראדני- קען ער טאקע נישט אריין גיין
דאס גרויסע סוכה- קען ער טאקע נישט אריינגיין.
קליימער- נאר נחום ראזענבערג מיט הגרז"ל מעגן דארטן רעדן.
בית נחמי' צבי- אויך נישט.
סאוט 8- אויך נישט
הופער סטריט- קען רבינו שליט"א יא פירן
141 ראס- קען רבינו שליט"א יא פירן
איחוד וואלאבאוט-קען רבינו שליט"א יא פירן
איחוד מארסי- קען רבינו שליט"א יא פירן
ברך משה פרענקלין - קען רבינו שליט"א יא פירן
דברי יואל ראדליטש -קען רבינו שליט"א יא פירן
בארא פארק-
53- קען רבינו שליט"א יא פירן
52- נישט
אלטר לוזר הורוויץ- ערלויבט ביידע נישט פירן דארט
דברי יואל- קען רבינו שליט"א יא פירן
18- קען רבינו שליט"א יא פירן
15- קען רבינו שליט"א יא פירן
מאנסי-
ביי חיים יושע- ערלויבט נישט קיינעם פראווענען דארט א שבת (נישט אומזינסט ווילן די קווינסע אינגעלייט אוועקגיין פון דארט)
ביי די ארונים-קען רבינו שליט"א יא פירן
בעיסוואטער
קען רבינו שליט"א יא פירן
אנטווערפן.
אין די שוהל אויף יאקאב יאקאב'ס- קען ער נישט-(אפשר יעצט ווען הערשל דרעזנער מרדכי שטאבער רצח'ן זיך ביי די קעפ, אפשר וועט איינער להכעיס אויך נישט אריינלאזן הגרז"ל, צו ווייזן אז ער איז בעה"ב)
אין די שוהל אויף שארטאעליי קען רבינו שליט"א יא פירן (און איך געדענק נישט אויב מ'האט שוין גערעדט פון דעם דא, אבער עס קומט זיך א גרויסע יש"כ פאר הרה"ח חיים לעווי שליט"א ואמו החשובה וועלכע האבן מנדב געווען א האלב מילאן אירא)
לאנדאן.
איך קען נישט די נעמען. אדרבה, ווער עס קען מיר עס שיקן וועל איך עס מתקן זיין), אבער לויט ווי אזוי איך געדענק פון ווען די רבי בעל ברך משה זי"ע איז דארט געווען איז דארט פארהאן 4 שוהלן.
צוויי- קען רבינו שליט"א יא פירן
צוויי- נישט
בני ברק-
אין שיכון- קען רבינו שליט"א יא פירן
אין רמב"ם- קען רבינו שליט"א יא פירן
אין זכרון משה-קען רבינו שליט"א יא פירן
אינעם שוהל אויף נחמי- קען ער טאקע נישט
ירושלים-
רחוב יונה-קען רבינו שליט"א יא פירן
רחוב יואל- קען ער טאקע נישט
תכלית-
אין 26 שוהלן קען רבינו שליט"א יא פירן
אין 13 שוהל נישט!!
דאס מיינט דאפעלט!!!! ווי רבינו שליט"א פירט, און וועט פירן לאורך ימים ושנים טובות
נ.ב. אזוי ווי איך האב עס געשריבן געאיילטערטהייט, ווער עס האט סיי וועלכע הגאה, קען עס מיר אריינשיקן און איך וועל עס פארעכטן. ייש"כ
 |
|
|