בית פורומים אידישע געדאנק

ווער קען פראווענען אין מער סאטמארע שוהלן??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2009 22:03 לינק ישיר 
ווער קען פראווענען אין מער סאטמארע שוהלן??

איינע פון די גוט לויפענדיגע ליגנטס ביי די זאליס איז: רבינו שליט"א קען נישט אריינקומען אין רוב סאטמארע שוהלן.
לאמיר גוט צונעמען די נושא. און דאן וועלן מיר זעהן "ווער" עס קען נישט אריינגיין.

ראשית כל, אריינגיין, מיין איך נישט אין ביה"כ פאר צוויי מינוט. נאר פירן דארט א שבת'דיגע תפילה.

נאכדעם, לאמיר איינטיילן די שוהלן אין 5 קאטאגאריעס.
דאס ערשטע- א שוהל וועלכע טראגט אויף זיך די  נאמען קהל יטב לב ד'סאטמאר (אדער אפילו קהל ויאל משה) מיט שטאלץ.
דאס צווייטע- א שוהל וועלכע איז גע'עפענט געווארן דורך א כבוד זיכער, וועלכע וויל ווערן באטיטלט אין כל העולם, העולם החרדי, די וואך אלץ הגה"צ אב"ד... שליט"א.
דאס דריטע- א שוהל וועלכע איז גע'עפענט געווארן שפוט נישט צו באצאלן קיין טעקס וד"ל.
דאס פערטע- א שוהל וועלכע איז געפענט געווארן אדורך אויסגעשפילטע מענטשן, וועלכע האבן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע אויך נישט אריינגעלאזט אינעם שוהל.
דאס פיפטע- סתם א פריוואטע שוהל, וועלכע א גראפע יונגעלייט וועלכע זענען חסידים פון א געוויסע רבי, און ווילן דאווענען עקסטער האבן גע'עפענט א היימישע לאקאל ווי צו דאווענען (אדער שמועסן).

די אלע פיר, וועל איך נישט צו נעמען ווייל-
א שוהל ביי א כבוד זיכער- גערעכט טאקע- ביי זיי געפינט זיך מער כבוד זיכער, און וואס ווילן זיך נישט אינטערווארפן אינטער א תורה אוטוריטעט.
א שוהל פאר טעקס- די גנבים האלט טאקע ביי ענק
א שוהל פאר שונאים- איך האף אז ענק פארשטיין אז א שוהל וועלכע האט געגאסן פעך און שוועבל אויף זיין הייליגע טאטע, ערלויבט אים אריינצוקומען מיט כבוד מלכים, איז דאס נישט קיין כבוד פאר אים, נאר דאס גרעסטע בזיון און חילול כבוד אביו (נישט רבו, ער האט קיינמאל גארנישט געלערנט פון אים) וואס עס איז נאר פארהאן
א שוהל פאר פרעמדע חסידותן- מוחל טובות, סאטמאר איז גענוג גרויס אן די אלע...


יעצט לאמיר צונעמען די ערשטע גרופע- סאטמארע שוהלן.
קרית יואל-
דאס גרויסע און צענטראלע שוהל- קען רבינו שליט"א יא פירן (און ער פירט טאקע לאורך ימים ושנים טובים)
אין סאסמאן'ס שוהל- קען ער טאקע נישט אריינגיין .
אבני צדק- קען רבינו שליט"א יא פירן
אוהל פיגא-קען רבינו שליט"א יא פירן
בית ברוך-קען רבינו שליט"א יא פירן
ברך משה-קען רבינו שליט"א יא פירן
בית מרדכי- קען רבינו שליט"א יא פירן
עטרת זקנים- קען רבינו שליט"א יא פירן

ווילאמסבורג:
ראדני- קען ער טאקע נישט אריין גיין
דאס גרויסע סוכה- קען ער טאקע נישט אריינגיין.
קליימער- נאר נחום ראזענבערג מיט הגרז"ל מעגן דארטן רעדן.
בית נחמי' צבי- אויך נישט.
סאוט 8- אויך נישט
הופער סטריט- קען רבינו שליט"א יא פירן
141 ראס- קען רבינו שליט"א יא פירן
איחוד וואלאבאוט-קען רבינו שליט"א יא פירן
איחוד מארסי- קען רבינו שליט"א יא פירן
ברך משה פרענקלין - קען רבינו שליט"א יא פירן
דברי יואל ראדליטש -קען רבינו שליט"א יא פירן

בארא פארק-
53- קען רבינו שליט"א יא פירן
52- נישט
אלטר לוזר הורוויץ- ערלויבט ביידע נישט פירן דארט
דברי יואל- קען רבינו שליט"א יא פירן
18- קען רבינו שליט"א יא פירן
15- קען רבינו שליט"א יא פירן

מאנסי-
ביי חיים יושע- ערלויבט נישט קיינעם פראווענען דארט א שבת (נישט אומזינסט ווילן די קווינסע אינגעלייט אוועקגיין פון דארט)
ביי די ארונים-קען רבינו שליט"א יא פירן

בעיסוואטער
קען רבינו שליט"א יא פירן

אנטווערפן.
אין די שוהל אויף יאקאב יאקאב'ס- קען ער נישט-(אפשר יעצט ווען הערשל דרעזנער מרדכי שטאבער רצח'ן זיך ביי די קעפ, אפשר וועט איינער להכעיס אויך נישט אריינלאזן הגרז"ל, צו ווייזן אז ער איז בעה"ב)
אין די שוהל אויף שארטאעליי קען רבינו שליט"א יא פירן  (און איך געדענק נישט אויב מ'האט שוין גערעדט פון דעם דא, אבער עס קומט זיך א גרויסע יש"כ פאר הרה"ח חיים לעווי שליט"א ואמו החשובה וועלכע האבן מנדב געווען א האלב מילאן אירא)

לאנדאן.
איך קען נישט די נעמען. אדרבה, ווער עס קען מיר עס שיקן וועל איך עס מתקן זיין), אבער לויט ווי אזוי איך געדענק פון ווען די רבי בעל ברך משה זי"ע איז דארט געווען איז דארט פארהאן 4 שוהלן.
צוויי- קען רבינו שליט"א יא פירן 
צוויי- נישט

בני ברק-
אין שיכון- קען רבינו שליט"א יא פירן 
אין רמב"ם- קען רבינו שליט"א יא פירן 
אין זכרון משה-קען רבינו שליט"א יא פירן 
אינעם שוהל אויף נחמי- קען ער טאקע נישט 

ירושלים- 
רחוב יונה-קען רבינו שליט"א יא פירן 
רחוב יואל- קען ער טאקע נישט
 
תכלית- 
אין 26 שוהלן קען רבינו שליט"א יא פירן 
אין 13 שוהל נישט!!

‏‏‏‏‏‏דאס מיינט דאפעלט!!!! ווי רבינו שליט"א פירט, און וועט פירן לאורך ימים ושנים טובות

נ.ב. אזוי ווי איך האב עס געשריבן געאיילטערטהייט, ווער עס האט סיי וועלכע הגאה, קען עס מיר אריינשיקן און איך וועל עס פארעכטן. ייש"כ 



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-24/12/2009 17:57 לינק ישיר 



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/12/2009 18:17:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 19:02 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
דין תורה
איך האב נישט פארלאנגט אז דו זאלסט ענטפערן תיכף,
אז דו האסט נישט עפעס תוכן'דיג וואס צו ענטפערן ענטפער נישט,
סתם צו נעמען מיינע ווערטער און פארדרייען, איז זייער קליינקעפיג.



כ'זעה נישט פארוואס די ריפסט מיך קליינקעפיג
כ'האב ס''ה גענומען דיין גרויסקעפיגע תוגבה אין פארראכטען, אלע שקרים.
לדעתי איז שרייבען פיסטע שקרים אין געבאקענע פאקטען אסאך ערגער ווי קליינקעפיקייט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2009 02:57 לינק ישיר 

דין תורה

איך האב נישט פארלאנגט אז דו זאלסט ענטפערן תיכף,
אז דו האסט נישט עפעס תוכן'דיג וואס צו ענטפערן ענטפער נישט,
סתם צו נעמען מיינע ווערטער און פארדרייען, איז זייער קליינקעפיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2009 02:26 לינק ישיר 

איך שרייב סך הכל, אז דעס וואס דער תורא שרייבט דא,
איז מלא סתירות מיט זיך אליין און מיטן מציאות,
במילא האלט איך, אז עס איז א שאד איבריג צי רעדן,
אזויפיל קען איך די זאגען אז זיינע דבורים שטימט פינקט ווי ביי יענע לצני הדור,
אויב די פארשטייסט אז ווען מען טענה'ט זיך דא אויף א נושא , רעד מען פון די נושא,
וויל איך דיר זאגן די האסט א גרויסן טעות,
אויף וואסערע נושא עס ווערט נאר דא דעבאטירט,
אז די וועסט גיט קיקען,
איינער זאגט איבער א גאנצן צייט אני אמלוך אני אמלוך אני אמלוך,
עס דרייט זיך אלעס ארום, און עס פארעמ'ט זיך אלעס ארום, די איין זאך,
יעצט זייט וויסן,
ווען איר זעט אדער הערט א ארוני שרייבען אדער רעדן, 
 לערנט אייך אויס די שיחות ש.....ם
ער זאגט איבער א גאנצע צייט כזה,
ר"א אמלןך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות  
ר"א אמלןך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות 
ר"א אמלןך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות   
ער וויל דיך איינרעדן אז ער זאגט עפעס אנדרשט,
 ווייל אויב נישט האט ער נישט וואס צי פארקויפן,
א דאנק מיט אנטשלדיגונג


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 23/12/2009 02:28:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 00:52 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
לצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה,
איי עס שטומט נישט,
דין תורא ענטפערט אויף דעם,
איך ווייס אז עס שטימט נישט,
מיר זענען נישט אבליגעטעד צי דעם, 
עס דארף נישט שטימען,
עס דארף ענדרשט גיט קלינגען,


איך ווייס נישט צו דו האסט באמערקט, אבער מ'האלט דא אינמיטן א נערמאלע וויכוח, ביידע זייטן האבן גוטע פוינטס, איינער מער און אייניגער ווייניגער. אבער סתם צו שרייבן ווי א בהמה (סארי, אבער איך האב נישט קיין בעסערע טיטל אויף דיר). בעסער שרייב נישט.
סיידן אז דו גייסט אנהייבן שרייבן אינעם נערישן פארום כל העולם כולו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 00:16 לינק ישיר 

גיט גענטפערט,
נאר האסט פארגעסן צי טוישען ניק צי דין תורא,
אויב האסטו נישט פארגעסן, ווייל די ביסט נישט דין תורא,
ביסטו דאך פשוט א שבעה דברים בגולם,
ושמי נאה לך ואתה נאה לשמי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 00:08 לינק ישיר 

רשכבהגולם- שמך נאה לך ואתה נאה לשמך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/12/2009 00:03 לינק ישיר 

לצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה,
איי עס שטומט נישט,
דין תורא ענטפערט אויף דעם,
איך ווייס אז עס שטימט נישט,
מיר זענען נישט אבליגעטעד צי דעם, 
עס דארף נישט שטימען,
עס דארף ענדרשט גיט קלינגען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2009 23:45 לינק ישיר 

דין תורה
זייער גוט. אבער דו זעהסט נישט מיט וועלכע נער דו האסט צוטוהן? לאמיר אים דן זיין לכף זכות אז ער מאכטס זיך נאר משוגע. עכט איז ער קליגער פון שלמה המלך, נאר פאר א עין הרע, שפילט ער אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/12/2009 23:15 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
דו רעדסט נאך זאכן וואס מען האט דער אריינפיטערט אין קאפ, און געמאכט אלס חלק פון דיין אמונה.

לאמיתו של דבר, דער ברך משה האט נישט געהאט קיין סאך "שונאים", ער האט אבער געהאט אסאך מענטשן וואס זענען נישט געווען זיינע "גרויסע חסידים", זיי האבן זיך געוואלט לעבן במנוחה, גייען זייער וועג, גייט מיט א קוויטל אדער צום טיש ווען עס שמעקט זיי און פארטיג.

אוודאי זענען געווען א קומץ מיט די רביצינס מקורבים וואס האבן געהאט מיט אים אלטע חשבונות, אבער איך רעדט פון המון עם, א ציבור לאלפים, וואס האט געהאט א רבין א קדוש וטהור און זענען געווען חרוב פון זיין פטירה, די אלע אידן האבן געוואלט אז סאטמאר זאל ווייטער אנגיין, די קהלה און די מוסדות זאלן זיך ווייטער פירן, און זיי האבן הנאה געהאט אז מען האט אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס ממלא מקום, קודם אלס רב פון די קהלה און שפעטער אלס רבי.

די מענטשן האבן זיך אוודאי נישט געזוכט צו שלאגן מיט אים, און זיכער האבן זיי נישט געהאלטן ביים עפענען מוסדות אדער קהילות, און אזוי ווייטער.

למעשה אבער האט פאסירט אז אין "קרית יואל", איז אנגעקומען דער רא"ט, וואס האט א שלעגערישע נאטור, און ער האט אנגעהויבן צוזאמען שטעלן א "שונאים ליסטע", מען האט אנגעהויבן קאנטראלירן יעדן איינעם ווי ער דאווענט שבת, וויפיל מאל ער קומט צום טיש, אויב איז ער גענוג "חסיד", רא"ט האט אנגעהויבן האלטן דרשות פאר די בחורים אז זיי זאלן דיך אננעמען פאר'ן רבין, און אזוי האט מען זיך פלוצלינג דערזען מיט א ריזיגן צאל שונאים וואס האט געהאלטן אין איין וואקסן.

ובכלליות איז רא"ט געווען טאג און נאכט פארנומען מיט די מלחמות, געהעצט און געהאלטן דרשות, אין די צייט וואס אין אלע אנדערע מקומות אויף די וועלט איז געווען במנוחה, כאטש איבעראל האבן געוואוינט סאטמאר'ע חסידים, און נישט יעדער האט געהאלטן אז דער ברך משה איז גרעסער פון דברי חיים, אדער "פונקט אזוי גרויס" ווי רביה"ק זי"ע.

מיט זיינע אלע מלחמות איז זיין גרעסטע הנאה געווען אז די "שונאים" זאלן "פלאצן", און ס'זאל זיין "ייצא עיניך", און זיי האבן טאקע געפלאצט, און נאך ווי געפלאצט, אבער נאכן פלאצן האבן זיי געטאן פעולות קעגן ר' אהרן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן. עס איז אויסגעוואקסן א בני יואל, א סקול דיסטריקט פרשה, און אזוי ווייטער.
שפעטער האט מען זיכער געמאכט אז משה גבאי זאל "פלאצן".

מען האלט היינט צען צוועלף יאר נאכדעם וואס רא"ט האט זיך צושלאגן מיט ר' משה גבאי, למעשה גייט רא"ט מיט זעלבע רשעות און רציחות, אזוי ווי מען האט גוט געזען ביי די טרויעריגע פערלשטיין פרשה, וויפיל שלעכטקייט עס קען ליגן א מענטש, וואס דארף ליידער זיין א סעמפל פאר אידן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיין סעמפל איז צו מאכן מענטשן פלאצן.

בנוגע ר' משה גבאי, דארפסטו פארשטיין איין זאך, אז דער ברך משה איז געווען בטבע א מנהיג, ער האט פארשטאנען צו פירערשאפט, ממילא איז גאנץ סאטמאר געווען אונטער זיין קאנטראל, און זיין פארבינדונגס מאן איז געווען ר' משה גבאי, אזוי ווי ער האט געזאגט ברבים, אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט אים צוגעשיקט אזא קלוגן מענטש.
יא אוודאי זענען געווען טענות קעגן אים, און ער איז נישט געווען קיין מושלם, אבער ער האט אסאך מענטשן ארויסגעהאלפן, און העלפט נאך היינט, אבער נאך אלעם איז ער א "גבאי", און קיינער האט נישט אנגעוויזן פאר זיינע קינדער אז מען דארף אויסוואקסן ווי אים.

משא"כ רא"ט וואס דארף מכלומר'שט זיין א "דעת תורה", ער דארף זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער, אז ער האט אין זיך די מדת אכזריות, צו פייניגן אנדערע אידן ווייל זיי זענען נישט זיינע חסידים, א שטיק גאווה און שחצנות פון א אויבן ביז אראפ, איז דען א וואונדער אז טויזנטער סאטמארע אידן האלטן אז ער איז ממש א סכנה פאר'ן דור, און מענטשן האבן זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן מוסדות און קהילות אפצוראטעווען זייערע דורות מען זאל חלילה נישט נמשך ווערן נאך אים.

עס איז נישט געווען קיין גרויס כבוד און באקוועמליכקייט ארויסצוגיין און די גאסן און באגלייטן די הייליגע ספרי תורות אין גלות אריין. אבער דער ראט האט שווער געארבעט צו פארווייטאגן וואס מער אידן, וועלכע זענען געווען געצווינגען אויסצושרייען זייער ווייטאג.

יא, קיין שום רב האט נאכנישט געהאט אזא כבוד, אבער ראט איז א שווערער ארבעטער, און אסאך מענטשן האבן שוין פון אים געפלאצט.

פונקטליך וואס די קינדער און איידעמער פון ברך משה האלטן, איז כהיום בכלל נישט אינטרעסאנט, ס'איז נישט די גרויסע "דעת תורה" אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס אפצומאכן וואס מען זאל טאן.

ווען מען קוקט פון משה גבאי'ס קוק ווינקל, קען זיין אז ער וואלט געקענט באשטיין אז די אלע נייטראלע שולן זאלן זיין אונטער ר' זלמן לייב, אבער פון א בני יואל קוק ווינקעל, איז בכלל נישט קיין נפקא מינא, צו ר' חיים יושע איז רב אדער ר' דוד, דער עיקר איז אז ס'איז א סאטמאר בית המדרש נישט בנשיאות רא"ט.


כדי צו שפארען צייט וועל איך נעמען דיין גאנצע תגובה אין פאררעכטן אלע זאכען וואס אינז ביידע ווייסן אז ס'איז שקר
ס'נאר דא זאכען וואס די ווילסט אז מענטשן זאלען מיינען אז די מציאות איז אנדערש, אבער אין זכרון זענען מיר די זעלבע, חוץ אויב די האסט נישט קיין שום השגה אין די ביזט א פשוט'ע בעקער (כ'בין דיר נישט חושד ח''ו)

אין אויב מיין צייט וועט ערלויבן וועל איך בל''נ ציריקומען מיט א געהעריגע ענטפר בל''נ.

דו רעדסט נאך זאכן וואס מען האט דער אריינפיטערט אין קאפ, און געמאכט אלס חלק פון דיין אמונה,

לאמיתו של דבר, דער ברך משה האט לכתחילה נישט געהאט קיין אזוי סאך " בלינדע שונאים", ער האט  געהאט אסאך מענטשן וואס זענען נישט געווען זיינע "חסידים", זיי האבן זיך געוואלט לעבן במנוחה, גייען זייער וועג, אן קיין רבי אן קיין דעה זאגער קיינער זאל אים נישט איינטיילען.

אוודאי זענען געווען א גרופה צאמגעשלעפט דורך די רביצינס מקורבים וועלכע האבן געהאט מיט אים אלטע חשבונות, אבער איך רעדט פון  א ציבור למאות, וואס האבען געהאט ווי אלע סאטמערע תלמידים א רבין א קדוש וטהור און זענען געווען חרוב פון זיין פטירה, די אידן האבן נישט אינטערסירט אז סאטמאר זאל ווייטער אנגיין, די קהלה און די מוסדות זאלן זיך ווייטער פירן, און זיי האט וויי געטוהן  אז מען האט אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס ממלא מקום, אלס רבי.

די מענטשן האבן זיך אוודאי געזוכט צו שלאגן מיט אים, און האבן נאכנישט געהאלטן ביים עפענען מוסדות אדער קהילות, און אזוי ווייטער.

למעשה האט פאסירט אז אין "סאטמאר", איז אנגעקומען דער משה גבאי, וואס האט א שלעגערישע נאטור, און ער האט אנגעהויבן צוזאמען שטעלן א "שונאים ליסטע", מען האט אנגעהויבן קאנטראלירן יעדן איינעם ווי ער דאווענט שבת, וויפיל מאל ער קומט צום טיש, אויב איז ער גענוג "חסיד", משה גבאי האט אנגעהויבן פארפירן אויף א ווילדע אופן פאר די בחורים אז זיי זאלן דיך אננעמען פאר'ן רבין, און אזוי האט מען זיך פלוצלינג דערזען מיט א צאל אנגעהיצטע שונאים וואס האט געהאלטן אין איין העצן אין מהרס זיין.

ובכלליות איז משה געווען טאג און נאכט פארנומען מיט די מלחמות, געהעצט און אינטערגעשטעלט אקציעס, אין די צייט וואס אין אלע אנדערע מקומות אויף די וועלט איז געווען רואיג קעגן קרית יואל ווי די מיליטאנטען האבען בעיקר זיך צאמגענועמן, כאטש איבעראל האבן געוואוינט סאטמאר'ע חסידים אין מיליטאנטען, וואס האבען נישט געגליכען דער ברך משה

מיט זיינע אלע מלחמות איז זיין גרעסטע הנאה געווען אז די "שונאים" זאלן "פלאצן", און ס'זאל זיין "ייצא עיניך", און זיי האבן טאקע געפלאצט, און נאך ווי געפלאצט, אבער נאכן פלאצן האבן זיי געטאן פעולות קעגן ברך משה וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן. עס איז אויסגעוואקסן א בני יואל, א סקול דיסטריקט פרשה, און אזוי ווייטער.
שפעטער האט מען זיכער געמאכט אז רבי אהרן זאל אויך "פלאצן".

מען האלט היינט צען צוועלף יאר נאכדעם וואס רא"ט האט זיך צושלאגן מיט ר' משה גבאי, למעשה גייט משה מיט זיין יעצטיגער שותף מהרז''ל מיט זעלבע רשעות און רציחות, אזוי ווי מען האט גוט געזען ביי די שמחות פין ברך משה'ס קינדער אין אייניקלעך, וויפיל שלעכטקייט עס קען ליגן א מענטש, וואס דארף ליידער זיין א סעמפל פאר אידן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיין סעמפל איז צו מאכן מענטשן פלאצן.

דארפסטו פארשטיין איין זאך, אז דער ברך משה איז נישט געווען בטבע א מנהיג, ער האט קלאר נישט געזיכט קיין פירערשאפט, ממילא איז אויף די עלטערע יארען כידוע גאנץ סאטמאר נישט געווען אונטער זיין קאנטראל, און דער פירער איז געווען משה גבאי, אויף אזוי ווייט אז בייי די עלטערע יארען האט ער אים אפי' אופיגעשטעלט ברבים זאגען (ווען ער פלעגט יארען נישט רעדן ברבים וועגן זיין מצב הבריאות)  אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט אים צוגעשיקט אזא קלוגן מענטש.

אוי זענען טאקע געווען טענות קעגן אים,  אז ער איז א מהרס אין א שררה גיינציגע מענטש, אין נאך אלעם איז ער נאר א "גבאי", אין ער האט געניצט זיין כח זיך צו משתלט זיין אויף די גאנצע קהילה, און אויפנעמען זייער א שוואכע פארשוין וואס זאל דינען פאר א סעמפל פין סאטמאר'ע רבי. (במאמאר המוסגר, אבער ב''ה רוב סאטמאר האט זיך אפגעשאקעלט פין אים)

דער פארשוין וואס דארף מכלומר'שט זיין א "דעת תורה", ער דארף זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער, אז ער האט אין זיך די מדת אכזריות, צו פייניגן אנדערע אידן ווייל זיי זענען נישט זיינע חסידים, א שטיק גאווה און שחצנות פון א אויבן ביז אראפ, איז דען א וואונדער אז טויזנטער סאטמארע אידן האלטן אז ער איז ממש א סכנה פאר'ן דור, טרעט אויף די תוה''ק מיט אזא פריקת עול און מענטשן האבן זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן מוסדות און קהילות אפצוראטעווען זייערע דורות מען זאל חלילה נישט נמשך ווערן נאך אים טראץ וואס מ'וואלט געקענט בלייבן מיט די בנינים אין אלסדינג.

עס איז א בושה ארויסצוגיין און די גאסן און באגלייטן די הייליגע ספרי תורות כדי צו מאכען א צערעמאניע ווען אין פאקט האבען די געווארפענע  אליין געקלאגט אין קארט, אין קיינער האט אים נישט ארויסגעווארפען נאר דער שופט וואס ער האט זיך צו אים געווואנדען ר''ל, אין ווען ער וויל ווען אז דער שול זאל אפען בלייבן וואלט ער זיך געשטעלט צו די''ת.

יא, קיין שום רבי האט נאכנישט געהאט אזעלכע בושות , אבער אז מען גייט אין קארט האט מען אזא פנים

פונקטליך וואס די קינדער און איידעמער פון ברך משה האלטן, איז כהיום בכלל נישט אינטרעסאנט פאר צד מהרז''ל פינקט ווי ס'איז זיי נישט אינטערסאנט וואס דער ברך משה אליין האלט
(במאמר המוסגר: פריער האסטו יא גענוצט די טענה, נאר ווען מ'פרעגט דיך אפ, זאגסטו ס'נישט אינטערסאנט)


ווען מען קוקט פון משה גבאי'ס קוק ווינקל, זעהט מען אז ער האט שווער געארבעט אז די אלע נייטראלע שולן זאלן זיין אונטער ר' זלמן לייב,
אבער פון א בני יואל קוק ווינקעל, איז בכלל נישט קיין נפקא מינא, צו ר' חיים יושע איז רב אדער ר' דוד, דער עיקר איז אז ס'איז א סאטמאר בית המדרש נישט בנשיאות פין א תורה'דיגע הנהגה, ווי זיי האבען געזאגט פאר'ן שופט ר''ל








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 23:03 לינק ישיר 

באלד וועסטו נאל זאגן אז יעדע חנה אין סאטמאר איז אויפן נאמען פון רביה"ק מאמע....


תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 22/12/2009 23:42:15




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/12/2009 21:41 לינק ישיר 

דו רעדסט נאך זאכן וואס מען האט דער אריינפיטערט אין קאפ, און געמאכט אלס חלק פון דיין אמונה.

לאמיתו של דבר, דער ברך משה האט נישט געהאט קיין סאך "שונאים", ער האט אבער געהאט אסאך מענטשן וואס זענען נישט געווען זיינע "גרויסע חסידים", זיי האבן זיך געוואלט לעבן במנוחה, גייען זייער וועג, גייט מיט א קוויטל אדער צום טיש ווען עס שמעקט זיי און פארטיג.

אוודאי זענען געווען א קומץ מיט די רביצינס מקורבים וואס האבן געהאט מיט אים אלטע חשבונות, אבער איך רעדט פון המון עם, א ציבור לאלפים, וואס האט געהאט א רבין א קדוש וטהור און זענען געווען חרוב פון זיין פטירה, די אלע אידן האבן געוואלט אז סאטמאר זאל ווייטער אנגיין, די קהלה און די מוסדות זאלן זיך ווייטער פירן, און זיי האבן הנאה געהאט אז מען האט אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס ממלא מקום, קודם אלס רב פון די קהלה און שפעטער אלס רבי.

די מענטשן האבן זיך אוודאי נישט געזוכט צו שלאגן מיט אים, און זיכער האבן זיי נישט געהאלטן ביים עפענען מוסדות אדער קהילות, און אזוי ווייטער.

למעשה אבער האט פאסירט אז אין "קרית יואל", איז אנגעקומען דער רא"ט, וואס האט א שלעגערישע נאטור, און ער האט אנגעהויבן צוזאמען שטעלן א "שונאים ליסטע", מען האט אנגעהויבן קאנטראלירן יעדן איינעם ווי ער דאווענט שבת, וויפיל מאל ער קומט צום טיש, אויב איז ער גענוג "חסיד", רא"ט האט אנגעהויבן האלטן דרשות פאר די בחורים אז זיי זאלן דיך אננעמען פאר'ן רבין, און אזוי האט מען זיך פלוצלינג דערזען מיט א ריזיגן צאל שונאים וואס האט געהאלטן אין איין וואקסן.

ובכלליות איז רא"ט געווען טאג און נאכט פארנומען מיט די מלחמות, געהעצט און געהאלטן דרשות, אין די צייט וואס אין אלע אנדערע מקומות אויף די וועלט איז געווען במנוחה, כאטש איבעראל האבן געוואוינט סאטמאר'ע חסידים, און נישט יעדער האט געהאלטן אז דער ברך משה איז גרעסער פון דברי חיים, אדער "פונקט אזוי גרויס" ווי רביה"ק זי"ע.

מיט זיינע אלע מלחמות איז זיין גרעסטע הנאה געווען אז די "שונאים" זאלן "פלאצן", און ס'זאל זיין "ייצא עיניך", און זיי האבן טאקע געפלאצט, און נאך ווי געפלאצט, אבער נאכן פלאצן האבן זיי געטאן פעולות קעגן ר' אהרן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן. עס איז אויסגעוואקסן א בני יואל, א סקול דיסטריקט פרשה, און אזוי ווייטער.
שפעטער האט מען זיכער געמאכט אז משה גבאי זאל "פלאצן".

מען האלט היינט צען צוועלף יאר נאכדעם וואס רא"ט האט זיך צושלאגן מיט ר' משה גבאי, למעשה גייט רא"ט מיט זעלבע רשעות און רציחות, אזוי ווי מען האט גוט געזען ביי די טרויעריגע פערלשטיין פרשה, וויפיל שלעכטקייט עס קען ליגן א מענטש, וואס דארף ליידער זיין א סעמפל פאר אידן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיין סעמפל איז צו מאכן מענטשן פלאצן.

בנוגע ר' משה גבאי, דארפסטו פארשטיין איין זאך, אז דער ברך משה איז געווען בטבע א מנהיג, ער האט פארשטאנען צו פירערשאפט, ממילא איז גאנץ סאטמאר געווען אונטער זיין קאנטראל, און זיין פארבינדונגס מאן איז געווען ר' משה גבאי, אזוי ווי ער האט געזאגט ברבים, אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט אים צוגעשיקט אזא קלוגן מענטש.
יא אוודאי זענען געווען טענות קעגן אים, און ער איז נישט געווען קיין מושלם, אבער ער האט אסאך מענטשן ארויסגעהאלפן, און העלפט נאך היינט, אבער נאך אלעם איז ער א "גבאי", און קיינער האט נישט אנגעוויזן פאר זיינע קינדער אז מען דארף אויסוואקסן ווי אים.

משא"כ רא"ט וואס דארף מכלומר'שט זיין א "דעת תורה", ער דארף זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער, אז ער האט אין זיך די מדת אכזריות, צו פייניגן אנדערע אידן ווייל זיי זענען נישט זיינע חסידים, א שטיק גאווה און שחצנות פון א אויבן ביז אראפ, איז דען א וואונדער אז טויזנטער סאטמארע אידן האלטן אז ער איז ממש א סכנה פאר'ן דור, און מענטשן האבן זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן מוסדות און קהילות אפצוראטעווען זייערע דורות מען זאל חלילה נישט נמשך ווערן נאך אים.

עס איז נישט געווען קיין גרויס כבוד און באקוועמליכקייט ארויסצוגיין און די גאסן און באגלייטן די הייליגע ספרי תורות אין גלות אריין. אבער דער ראט האט שווער געארבעט צו פארווייטאגן וואס מער אידן, וועלכע זענען געווען געצווינגען אויסצושרייען זייער ווייטאג.

יא, קיין שום רב האט נאכנישט געהאט אזא כבוד, אבער ראט איז א שווערער ארבעטער, און אסאך מענטשן האבן שוין פון אים געפלאצט.

פונקטליך וואס די קינדער און איידעמער פון ברך משה האלטן, איז כהיום בכלל נישט אינטרעסאנט, ס'איז נישט די גרויסע "דעת תורה" אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס אפצומאכן וואס מען זאל טאן.

ווען מען קוקט פון משה גבאי'ס קוק ווינקל, קען זיין אז ער וואלט געקענט באשטיין אז די אלע נייטראלע שולן זאלן זיין אונטער ר' זלמן לייב, אבער פון א בני יואל קוק ווינקעל, איז בכלל נישט קיין נפקא מינא, צו ר' חיים יושע איז רב אדער ר' דוד, דער עיקר איז אז ס'איז א סאטמאר בית המדרש נישט בנשיאות רא"ט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 18:24 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:

ביזט גערעכט ביז דיין לעצטע פאר שורות
ווייל צד מהר''א טענה'ט אז די גאנצע כח וואס מהר''א האט געהאט איז געווען ווייל ער איז געווען משועבד פאר משה גבאי, (אין אפי' מהר''א זעלבסט האט זיך אויך נישט געוואגט צו טוהן קעגן זיינע באפעלן ע''פ רוב) אין ווען משה גבאי האט גענומען מהרז''ל אין זיך ציקריגט מיט מהר''א האבען זיך אזוויפיל ראשי קהילה אפגעטיילט פין אים אין געגאנגן צו מהר''א
אין לויט דעם איז מהרז''ל דער פארלירער.
אין דאס איז שוין עטליכע מאל דא אויס'געטענה'ט געווארען.


רא"ט האט געהאט זיין כח אלס עלטסטער זון פון ברך משה, וועמען דער ברך משה האט געשטעלט אלס ראש ישיבה און אלס מסייע אין קרית יואל.

אזוי ווי ער האט געהאט א קעמפערישע נאטור, האט ער זיך מיט יעדן געקריגט טאג און נאכט, און נישט געווואוסט וויאזוי זיך דורכצוקומען, דאס האט אנגעמאכט א ים מיט שונאים, וועלכער האט ער געפארווערטד צו זיין טאטנס אדרעס, ערקלערנדיג אז דאס אלעס איז זיין טאטנס "שונאים", הגם ס'איז געווען שקר, אין בני יואל האט אפילו געהאט תלמידות מיטן נאמען "ברכה סימא" נאכן ברך משה'ס מאמע.

דער געטרייער טאטע האט אריינגענומען אין זיך אלע פיילן און געהאלטן דרשות טאג און נאכט לטובת דעם נעבעכדיגן זון.
אבער א שלעגער שלאגט זיך דאך מיט יעדן, האט ער איין טאג זיך אנגעהויבן שלאגן מיט ר' משה דעם גבאי, און מיט אנדערע שטוב מענטשן און דעם טאטנס מקורבים. און האט פארלוירן דעם טאטנס שטיצע, וועלכער האט איינגעזען אז ר' אהרן האט נישט קיין טשענס איבערצונעמען "גאנץ סאטמאר" אזוי ווי ער האט אמאל געמיינט, און באשלאסן צו צוטיילן די קהלה בין הבנים. און ריזיגער חלק איז געגאנגען צום נארמאלערן זון רבינו מהרי"י שליט"א.

עס קען זיין אז זיין נארישע מלחמה מיט משה גבאי וואלט אים געקענט קאסטן אלעס, און דאס האט נישט פאסירט, קען צד רא"ט זאגן אז ס'איז א געווינס, אבער מען דארף געדענקען אז ער האט אנגעצינדן א פייער, און געשפריצט אויל אויפן פייער, און אז ס'האט נישט אפגעברענט אלעס, איז דאס טאקע א שטיקל געווינס פאר אים.

אבער צוקוקנדיג זיין יעצטיגן מהלך, ווי ער מיט זיין ראש הקהל מסור דוד עקשטיין זענען פארמישט אין מלחמות יומם ולילה, דא שפארן זיי אפ בתי מדרשים, געטשעפעט מתים ווילאנג מען האט געקענט, פירט מלחמות מיט רבי מאיר בעל הנס. ועוד ידם נטויה, איז זיכער עס וועט אים קאסטן פרייזן וואס מיר קענען אפילו נישט אויסרעכענען.

פאר צוואנציג יאר צוריק ווען ער האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, האבן רוב מענטשן געהאלטן אז זיי וועלן דורכפאלן למחצה לשליש ולרביע, ביני לביני האט ער זיך אויפגעשטעלט מאסן פרישע שונאים, און טאקע זיין טאטענס נאנטע מענטשן און געשוויסטער, און יעצט שטייט בני יואל אלס ריזיגער כח מיט שטיצע פון "טויזנטער סאטמארע חסידים".

און לאמיר צוריקגיין צו די נושא, רוב שולן וועלכע זענען געווען בנשיאות פון זיין טאטע, זענען נישט בנשיאות רא"ט.
אדער זענען זיי בנשיאות זיין ברודער מהרי"י שליט"א, וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל.
אדער בנשיאות פון זיינע שוואגערס, ר' חיים יושע אין מאנסי און ר' דוד אין מאנטריאל, קען זיין אז זיי וועלן אים א טובה טאן און אריינלאזן אויף א וויזיט, קען זיין זיי וועלן אים מכבד זיין, אבער אין יענע שולן איז ער נישט ממלא מקום!
די זעלבע אין אנטווערפן, קען זיין ער קען אפשר קומען אויף א וויזיט, און קיינער וועט אים נישט ארויסווארפן, אבער די שול איז נישט אונטער זיין נשיאות.


אדער געדענקסטו נישט גיט אדער זאגסטו פשוט ליגענט אדער ביזטו נאך דאן נישט געווען געבוירן...

אין מציאות, די ערשטע אין הויפט ציל פין די קעגנער איז אלס געווען קעגן ברך משה ז''ל, במשך הימים זענען געוויסע סקאנדאלען אין געשעהניש וואס דאס האט געברענגט אז מהר''א איז געווארען דער ציל ברעט, וועלכע האט ערליך אריינגענומען די פיילען אין זיך לכבודו פין זיין טאטען, ווי זיין טאטע האט מעיד געווען.

די מערכה מיט בני יואל, איז קלאר געווען קעגן ברך משה ז''ל, קענסט אפשר טרעפן א מיידעל מיטן נאמען ברכה סימא אין טענה'ן אז זי האט געהייסען נאכען ברך משה'ס מאמע, ווייל אין פאקט האט אפי' ביי די חסידים נישט א נאמען געגבן נאכ'ן רבין'ס מאמע.......

אין ווען די זאגסט אז די מערכה פין בני יואל איז נישט געווען קעגן ברך משה, רופסטו ארויס ווינדער (מילד גערעדט) ביי יעדן וואס געדענקט אביסעל היסטאריע.

דער שלעגערישער נאטור, איז וואיל באקאנט פאר יעדן ווער דאס איז, דאס איז דער וואס האט אנגעדרייט די גאנצע מחלוקה, אין די אלע שונאים וואס סאטמאר האט איז זיין קרעדיט, אין ער איז היינט דער משב''ק ביי מהרז''ל.

אין לדבריך אז דער ברך משה האט אפגעמאכט צו צוטיילען די רבי'טעווע, דאן פארוואס האט ער עס פאר ''קיינעם נישט געזאגט'' ניטעמאל שטייט אזוי אין די צוואה וואס מהרז''ל האט פראקלאמירט, אין וויאזוי האט מהרז''ל א רעכט צו עפענען א שול אין ק''י, אויב איז עס ציטיילט?

אין דאס איז קלאר אז טראץ וואס מהר''א וואלט אפשר געקענט זיין בעה''ב אליין'ס אין טוהן וואס ער וויל, איז ער אבער געווען פולקאם משועבד פאר משה גבאי, אין ווען משה האט געזעהן אז מהר''א ווארפט אראפ  די שועביד האט ער אנגהויבן די מלחמה וויסענדיג ביי זיך אז ער האט אלע ראה''ק מיט זיך (פרעגט נאר סיי וולעכע פין די ראה''ק - חוץ ר' יצחק רז''ב, ווי נאנט אין טיילוויזט משועבד זיי זענען געווען פאר משה, סיי ר' אברהם ווידער, ר' מאיר הירש, ר' בערל פר''מ, ר' ארי' לייב גלאנץ, ר' אהרן וועלץ, ר' ישעי' וואלף לעוו, ר' משה חיים ווייס, ''אלע ברך משה קינדער אין איידימער'', כו'),
למעשה איז אים נאר געלונגען ירושלים ווייל דארט האט ער שוין געכאפט שטילערהייט,
אין וומ''ס ווען מהרז''ל האט ארויסגעשטויסן די ראה''ק אין איז זיך מסרב פין שטעלן צו די''ת.
אז די ווילסט דווקא מאכען מהר''א פאר א לוזער, קעסטו צילייגען אז ער האט געמיינט אז וועט האבען די עמפייער סטעיט בילדינג וכו' אין למעשה האט ער עס נישט....

וועגן די מלחמה וואס ר' דוד עקשטיין פירט, איך בין זיכער איז די וואלסט נישט געווען בעסער, ווען איינער רופט דיך אין קארט אין די געווינסט,
נאר די וואלטס נישט יענעם געגבן די אפשען פין דין תורה וועגן אין נזקקין, אין ר' דוד האט יא געגבן..

פין זיין טאטען'ס קינדער, שרייבסטו אויך ליגענט, ווייל ביי די ברודער'ס איז ווי פאלגענד: די שוואכערע ברודער ביי מהרז''ל אין ער האט טאקע באקומען לכבוד דעם א ביהמ''ד, אין איז געבליבן דערמיט טראץ וואס מהרז''ל זייער געוואלט מיט א גערעכטע טענה אז  אויב בלייבט ער מיט די הויז, איז אים זייער נישט ב'טעם'ט צו האבען א שול וואס זיי ברודער פירט, אין זיין הויז, אין ער איז אים געווען אפי' גרייט צו געבן א אנדערע פלאץ,
אבער וויבלאד משה גבאי איז בעה''ב איז עס דארט געבליבן,
אין ר' שלום אליעזר אין געבליבן מיט מהר''א,
די איידימער, ר' בעריש איז ביי מהר''א, ר' דוד אין ר' חיים יושע מאכען שבת פאר זיך, כידוע
סוי וואס דרייסטו א קאפ מיט די קינדער?

אין וועגן זיין טאטען'ס נאנטע מענטשן, איז אזוי: ביי די שטוב מענטשן האט מהרז''ל - משה גבאי מיט זיך רוב כמובן, פינקט ווי די שטוב מענטשן ביים רבי'ן ז''ל, אבער די געטרייע חסידים אדער פאנאטישע-ווי איר רופט עס, איז מער ווייניגער אלעס ביי מהר''א.

און לאמיר צוריקגיין צו די נושא, רוב שולן וועלכע זענען געווען בנשיאות פון זיין טאטע, זענען נישט בנשיאות מהרז''ל - משה גבאי.
אדער זענען זיי בנשיאות זיין ברודער מהר''א שליט"א, וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל.
אדער בנשיאות פון זיינע שוואגערס, ר' חיים יושע אין מאנסי און ר' דוד אין מאנטריאל, אדער נייטראל קען זיין אז זיי וועלן אים  אריינלאזן אויף א וויזיט, קען זיין זיי וועלן אים מכבד זיין, אבער אין יענע שולן איז ער נישט בעה''ב - מ''מ!









תוקן על ידי דיןתורה ב- 22/12/2009 18:36:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 03:25 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

ביזט גערעכט ביז דיין לעצטע פאר שורות
ווייל צד מהר''א טענה'ט אז די גאנצע כח וואס מהר''א האט געהאט איז געווען ווייל ער איז געווען משועבד פאר משה גבאי, (אין אפי' מהר''א זעלבסט האט זיך אויך נישט געוואגט צו טוהן קעגן זיינע באפעלן ע''פ רוב) אין ווען משה גבאי האט גענומען מהרז''ל אין זיך ציקריגט מיט מהר''א האבען זיך אזוויפיל ראשי קהילה אפגעטיילט פין אים אין געגאנגן צו מהר''א
אין לויט דעם איז מהרז''ל דער פארלירער.
אין דאס איז שוין עטליכע מאל דא אויס'געטענה'ט געווארען.


רא"ט האט געהאט זיין כח אלס עלטסטער זון פון ברך משה, וועמען דער ברך משה האט געשטעלט אלס ראש ישיבה און אלס מסייע אין קרית יואל.

אזוי ווי ער האט געהאט א קעמפערישע נאטור, האט ער זיך מיט יעדן געקריגט טאג און נאכט, און נישט געווואוסט וויאזוי זיך דורכצוקומען, דאס האט אנגעמאכט א ים מיט שונאים, וועלכער האט ער געפארווערטד צו זיין טאטנס אדרעס, ערקלערנדיג אז דאס אלעס איז זיין טאטנס "שונאים", הגם ס'איז געווען שקר, אין בני יואל האט אפילו געהאט תלמידות מיטן נאמען "ברכה סימא" נאכן ברך משה'ס מאמע.

דער געטרייער טאטע האט אריינגענומען אין זיך אלע פיילן און געהאלטן דרשות טאג און נאכט לטובת דעם נעבעכדיגן זון.
אבער א שלעגער שלאגט זיך דאך מיט יעדן, האט ער איין טאג זיך אנגעהויבן שלאגן מיט ר' משה דעם גבאי, און מיט אנדערע שטוב מענטשן און דעם טאטנס מקורבים. און האט פארלוירן דעם טאטנס שטיצע, וועלכער האט איינגעזען אז ר' אהרן האט נישט קיין טשענס איבערצונעמען "גאנץ סאטמאר" אזוי ווי ער האט אמאל געמיינט, און באשלאסן צו צוטיילן די קהלה בין הבנים. און ריזיגער חלק איז געגאנגען צום נארמאלערן זון רבינו מהרי"י שליט"א.

עס קען זיין אז זיין נארישע מלחמה מיט משה גבאי וואלט אים געקענט קאסטן אלעס, און דאס האט נישט פאסירט, קען צד רא"ט זאגן אז ס'איז א געווינס, אבער מען דארף געדענקען אז ער האט אנגעצינדן א פייער, און געשפריצט אויל אויפן פייער, און אז ס'האט נישט אפגעברענט אלעס, איז דאס טאקע א שטיקל געווינס פאר אים.

אבער צוקוקנדיג זיין יעצטיגן מהלך, ווי ער מיט זיין ראש הקהל מסור דוד עקשטיין זענען פארמישט אין מלחמות יומם ולילה, דא שפארן זיי אפ בתי מדרשים, געטשעפעט מתים ווילאנג מען האט געקענט, פירט מלחמות מיט רבי מאיר בעל הנס. ועוד ידם נטויה, איז זיכער עס וועט אים קאסטן פרייזן וואס מיר קענען אפילו נישט אויסרעכענען.

פאר צוואנציג יאר צוריק ווען ער האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, האבן רוב מענטשן געהאלטן אז זיי וועלן דורכפאלן למחצה לשליש ולרביע, ביני לביני האט ער זיך אויפגעשטעלט מאסן פרישע שונאים, און טאקע זיין טאטענס נאנטע מענטשן און געשוויסטער, און יעצט שטייט בני יואל אלס ריזיגער כח מיט שטיצע פון "טויזנטער סאטמארע חסידים".

און לאמיר צוריקגיין צו די נושא, רוב שולן וועלכע זענען געווען בנשיאות פון זיין טאטע, זענען נישט בנשיאות רא"ט.
אדער זענען זיי בנשיאות זיין ברודער מהרי"י שליט"א, וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל.
אדער בנשיאות פון זיינע שוואגערס, ר' חיים יושע אין מאנסי און ר' דוד אין מאנטריאל, קען זיין אז זיי וועלן אים א טובה טאן און אריינלאזן אויף א וויזיט, קען זיין זיי וועלן אים מכבד זיין, אבער אין יענע שולן איז ער נישט ממלא מקום!
די זעלבע אין אנטווערפן, קען זיין ער קען אפשר קומען אויף א וויזיט, און קיינער וועט אים נישט ארויסווארפן, אבער די שול איז נישט אונטער זיין נשיאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 03:24 לינק ישיר 

טעות.


תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 22/12/2009 03:31:24




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווער קען פראווענען אין מער סאטמארע שוהלן??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext