בית פורומים אידישע געדאנק

ווער קען פראווענען אין מער סאטמארע שוהלן??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2009 23:15 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
דו רעדסט נאך זאכן וואס מען האט דער אריינפיטערט אין קאפ, און געמאכט אלס חלק פון דיין אמונה.

לאמיתו של דבר, דער ברך משה האט נישט געהאט קיין סאך "שונאים", ער האט אבער געהאט אסאך מענטשן וואס זענען נישט געווען זיינע "גרויסע חסידים", זיי האבן זיך געוואלט לעבן במנוחה, גייען זייער וועג, גייט מיט א קוויטל אדער צום טיש ווען עס שמעקט זיי און פארטיג.

אוודאי זענען געווען א קומץ מיט די רביצינס מקורבים וואס האבן געהאט מיט אים אלטע חשבונות, אבער איך רעדט פון המון עם, א ציבור לאלפים, וואס האט געהאט א רבין א קדוש וטהור און זענען געווען חרוב פון זיין פטירה, די אלע אידן האבן געוואלט אז סאטמאר זאל ווייטער אנגיין, די קהלה און די מוסדות זאלן זיך ווייטער פירן, און זיי האבן הנאה געהאט אז מען האט אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס ממלא מקום, קודם אלס רב פון די קהלה און שפעטער אלס רבי.

די מענטשן האבן זיך אוודאי נישט געזוכט צו שלאגן מיט אים, און זיכער האבן זיי נישט געהאלטן ביים עפענען מוסדות אדער קהילות, און אזוי ווייטער.

למעשה אבער האט פאסירט אז אין "קרית יואל", איז אנגעקומען דער רא"ט, וואס האט א שלעגערישע נאטור, און ער האט אנגעהויבן צוזאמען שטעלן א "שונאים ליסטע", מען האט אנגעהויבן קאנטראלירן יעדן איינעם ווי ער דאווענט שבת, וויפיל מאל ער קומט צום טיש, אויב איז ער גענוג "חסיד", רא"ט האט אנגעהויבן האלטן דרשות פאר די בחורים אז זיי זאלן דיך אננעמען פאר'ן רבין, און אזוי האט מען זיך פלוצלינג דערזען מיט א ריזיגן צאל שונאים וואס האט געהאלטן אין איין וואקסן.

ובכלליות איז רא"ט געווען טאג און נאכט פארנומען מיט די מלחמות, געהעצט און געהאלטן דרשות, אין די צייט וואס אין אלע אנדערע מקומות אויף די וועלט איז געווען במנוחה, כאטש איבעראל האבן געוואוינט סאטמאר'ע חסידים, און נישט יעדער האט געהאלטן אז דער ברך משה איז גרעסער פון דברי חיים, אדער "פונקט אזוי גרויס" ווי רביה"ק זי"ע.

מיט זיינע אלע מלחמות איז זיין גרעסטע הנאה געווען אז די "שונאים" זאלן "פלאצן", און ס'זאל זיין "ייצא עיניך", און זיי האבן טאקע געפלאצט, און נאך ווי געפלאצט, אבער נאכן פלאצן האבן זיי געטאן פעולות קעגן ר' אהרן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן. עס איז אויסגעוואקסן א בני יואל, א סקול דיסטריקט פרשה, און אזוי ווייטער.
שפעטער האט מען זיכער געמאכט אז משה גבאי זאל "פלאצן".

מען האלט היינט צען צוועלף יאר נאכדעם וואס רא"ט האט זיך צושלאגן מיט ר' משה גבאי, למעשה גייט רא"ט מיט זעלבע רשעות און רציחות, אזוי ווי מען האט גוט געזען ביי די טרויעריגע פערלשטיין פרשה, וויפיל שלעכטקייט עס קען ליגן א מענטש, וואס דארף ליידער זיין א סעמפל פאר אידן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיין סעמפל איז צו מאכן מענטשן פלאצן.

בנוגע ר' משה גבאי, דארפסטו פארשטיין איין זאך, אז דער ברך משה איז געווען בטבע א מנהיג, ער האט פארשטאנען צו פירערשאפט, ממילא איז גאנץ סאטמאר געווען אונטער זיין קאנטראל, און זיין פארבינדונגס מאן איז געווען ר' משה גבאי, אזוי ווי ער האט געזאגט ברבים, אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט אים צוגעשיקט אזא קלוגן מענטש.
יא אוודאי זענען געווען טענות קעגן אים, און ער איז נישט געווען קיין מושלם, אבער ער האט אסאך מענטשן ארויסגעהאלפן, און העלפט נאך היינט, אבער נאך אלעם איז ער א "גבאי", און קיינער האט נישט אנגעוויזן פאר זיינע קינדער אז מען דארף אויסוואקסן ווי אים.

משא"כ רא"ט וואס דארף מכלומר'שט זיין א "דעת תורה", ער דארף זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער, אז ער האט אין זיך די מדת אכזריות, צו פייניגן אנדערע אידן ווייל זיי זענען נישט זיינע חסידים, א שטיק גאווה און שחצנות פון א אויבן ביז אראפ, איז דען א וואונדער אז טויזנטער סאטמארע אידן האלטן אז ער איז ממש א סכנה פאר'ן דור, און מענטשן האבן זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן מוסדות און קהילות אפצוראטעווען זייערע דורות מען זאל חלילה נישט נמשך ווערן נאך אים.

עס איז נישט געווען קיין גרויס כבוד און באקוועמליכקייט ארויסצוגיין און די גאסן און באגלייטן די הייליגע ספרי תורות אין גלות אריין. אבער דער ראט האט שווער געארבעט צו פארווייטאגן וואס מער אידן, וועלכע זענען געווען געצווינגען אויסצושרייען זייער ווייטאג.

יא, קיין שום רב האט נאכנישט געהאט אזא כבוד, אבער ראט איז א שווערער ארבעטער, און אסאך מענטשן האבן שוין פון אים געפלאצט.

פונקטליך וואס די קינדער און איידעמער פון ברך משה האלטן, איז כהיום בכלל נישט אינטרעסאנט, ס'איז נישט די גרויסע "דעת תורה" אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס אפצומאכן וואס מען זאל טאן.

ווען מען קוקט פון משה גבאי'ס קוק ווינקל, קען זיין אז ער וואלט געקענט באשטיין אז די אלע נייטראלע שולן זאלן זיין אונטער ר' זלמן לייב, אבער פון א בני יואל קוק ווינקעל, איז בכלל נישט קיין נפקא מינא, צו ר' חיים יושע איז רב אדער ר' דוד, דער עיקר איז אז ס'איז א סאטמאר בית המדרש נישט בנשיאות רא"ט.


כדי צו שפארען צייט וועל איך נעמען דיין גאנצע תגובה אין פאררעכטן אלע זאכען וואס אינז ביידע ווייסן אז ס'איז שקר
ס'נאר דא זאכען וואס די ווילסט אז מענטשן זאלען מיינען אז די מציאות איז אנדערש, אבער אין זכרון זענען מיר די זעלבע, חוץ אויב די האסט נישט קיין שום השגה אין די ביזט א פשוט'ע בעקער (כ'בין דיר נישט חושד ח''ו)

אין אויב מיין צייט וועט ערלויבן וועל איך בל''נ ציריקומען מיט א געהעריגע ענטפר בל''נ.

דו רעדסט נאך זאכן וואס מען האט דער אריינפיטערט אין קאפ, און געמאכט אלס חלק פון דיין אמונה,

לאמיתו של דבר, דער ברך משה האט לכתחילה נישט געהאט קיין אזוי סאך " בלינדע שונאים", ער האט  געהאט אסאך מענטשן וואס זענען נישט געווען זיינע "חסידים", זיי האבן זיך געוואלט לעבן במנוחה, גייען זייער וועג, אן קיין רבי אן קיין דעה זאגער קיינער זאל אים נישט איינטיילען.

אוודאי זענען געווען א גרופה צאמגעשלעפט דורך די רביצינס מקורבים וועלכע האבן געהאט מיט אים אלטע חשבונות, אבער איך רעדט פון  א ציבור למאות, וואס האבען געהאט ווי אלע סאטמערע תלמידים א רבין א קדוש וטהור און זענען געווען חרוב פון זיין פטירה, די אידן האבן נישט אינטערסירט אז סאטמאר זאל ווייטער אנגיין, די קהלה און די מוסדות זאלן זיך ווייטער פירן, און זיי האט וויי געטוהן  אז מען האט אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס ממלא מקום, אלס רבי.

די מענטשן האבן זיך אוודאי געזוכט צו שלאגן מיט אים, און האבן נאכנישט געהאלטן ביים עפענען מוסדות אדער קהילות, און אזוי ווייטער.

למעשה האט פאסירט אז אין "סאטמאר", איז אנגעקומען דער משה גבאי, וואס האט א שלעגערישע נאטור, און ער האט אנגעהויבן צוזאמען שטעלן א "שונאים ליסטע", מען האט אנגעהויבן קאנטראלירן יעדן איינעם ווי ער דאווענט שבת, וויפיל מאל ער קומט צום טיש, אויב איז ער גענוג "חסיד", משה גבאי האט אנגעהויבן פארפירן אויף א ווילדע אופן פאר די בחורים אז זיי זאלן דיך אננעמען פאר'ן רבין, און אזוי האט מען זיך פלוצלינג דערזען מיט א צאל אנגעהיצטע שונאים וואס האט געהאלטן אין איין העצן אין מהרס זיין.

ובכלליות איז משה געווען טאג און נאכט פארנומען מיט די מלחמות, געהעצט און אינטערגעשטעלט אקציעס, אין די צייט וואס אין אלע אנדערע מקומות אויף די וועלט איז געווען רואיג קעגן קרית יואל ווי די מיליטאנטען האבען בעיקר זיך צאמגענועמן, כאטש איבעראל האבן געוואוינט סאטמאר'ע חסידים אין מיליטאנטען, וואס האבען נישט געגליכען דער ברך משה

מיט זיינע אלע מלחמות איז זיין גרעסטע הנאה געווען אז די "שונאים" זאלן "פלאצן", און ס'זאל זיין "ייצא עיניך", און זיי האבן טאקע געפלאצט, און נאך ווי געפלאצט, אבער נאכן פלאצן האבן זיי געטאן פעולות קעגן ברך משה וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן. עס איז אויסגעוואקסן א בני יואל, א סקול דיסטריקט פרשה, און אזוי ווייטער.
שפעטער האט מען זיכער געמאכט אז רבי אהרן זאל אויך "פלאצן".

מען האלט היינט צען צוועלף יאר נאכדעם וואס רא"ט האט זיך צושלאגן מיט ר' משה גבאי, למעשה גייט משה מיט זיין יעצטיגער שותף מהרז''ל מיט זעלבע רשעות און רציחות, אזוי ווי מען האט גוט געזען ביי די שמחות פין ברך משה'ס קינדער אין אייניקלעך, וויפיל שלעכטקייט עס קען ליגן א מענטש, וואס דארף ליידער זיין א סעמפל פאר אידן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיין סעמפל איז צו מאכן מענטשן פלאצן.

דארפסטו פארשטיין איין זאך, אז דער ברך משה איז נישט געווען בטבע א מנהיג, ער האט קלאר נישט געזיכט קיין פירערשאפט, ממילא איז אויף די עלטערע יארען כידוע גאנץ סאטמאר נישט געווען אונטער זיין קאנטראל, און דער פירער איז געווען משה גבאי, אויף אזוי ווייט אז בייי די עלטערע יארען האט ער אים אפי' אופיגעשטעלט ברבים זאגען (ווען ער פלעגט יארען נישט רעדן ברבים וועגן זיין מצב הבריאות)  אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט אים צוגעשיקט אזא קלוגן מענטש.

אוי זענען טאקע געווען טענות קעגן אים,  אז ער איז א מהרס אין א שררה גיינציגע מענטש, אין נאך אלעם איז ער נאר א "גבאי", אין ער האט געניצט זיין כח זיך צו משתלט זיין אויף די גאנצע קהילה, און אויפנעמען זייער א שוואכע פארשוין וואס זאל דינען פאר א סעמפל פין סאטמאר'ע רבי. (במאמאר המוסגר, אבער ב''ה רוב סאטמאר האט זיך אפגעשאקעלט פין אים)

דער פארשוין וואס דארף מכלומר'שט זיין א "דעת תורה", ער דארף זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער, אז ער האט אין זיך די מדת אכזריות, צו פייניגן אנדערע אידן ווייל זיי זענען נישט זיינע חסידים, א שטיק גאווה און שחצנות פון א אויבן ביז אראפ, איז דען א וואונדער אז טויזנטער סאטמארע אידן האלטן אז ער איז ממש א סכנה פאר'ן דור, טרעט אויף די תוה''ק מיט אזא פריקת עול און מענטשן האבן זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן מוסדות און קהילות אפצוראטעווען זייערע דורות מען זאל חלילה נישט נמשך ווערן נאך אים טראץ וואס מ'וואלט געקענט בלייבן מיט די בנינים אין אלסדינג.

עס איז א בושה ארויסצוגיין און די גאסן און באגלייטן די הייליגע ספרי תורות כדי צו מאכען א צערעמאניע ווען אין פאקט האבען די געווארפענע  אליין געקלאגט אין קארט, אין קיינער האט אים נישט ארויסגעווארפען נאר דער שופט וואס ער האט זיך צו אים געווואנדען ר''ל, אין ווען ער וויל ווען אז דער שול זאל אפען בלייבן וואלט ער זיך געשטעלט צו די''ת.

יא, קיין שום רבי האט נאכנישט געהאט אזעלכע בושות , אבער אז מען גייט אין קארט האט מען אזא פנים

פונקטליך וואס די קינדער און איידעמער פון ברך משה האלטן, איז כהיום בכלל נישט אינטרעסאנט פאר צד מהרז''ל פינקט ווי ס'איז זיי נישט אינטערסאנט וואס דער ברך משה אליין האלט
(במאמר המוסגר: פריער האסטו יא גענוצט די טענה, נאר ווען מ'פרעגט דיך אפ, זאגסטו ס'נישט אינטערסאנט)


ווען מען קוקט פון משה גבאי'ס קוק ווינקל, זעהט מען אז ער האט שווער געארבעט אז די אלע נייטראלע שולן זאלן זיין אונטער ר' זלמן לייב,
אבער פון א בני יואל קוק ווינקעל, איז בכלל נישט קיין נפקא מינא, צו ר' חיים יושע איז רב אדער ר' דוד, דער עיקר איז אז ס'איז א סאטמאר בית המדרש נישט בנשיאות פין א תורה'דיגע הנהגה, ווי זיי האבען געזאגט פאר'ן שופט ר''ל








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2009 23:45 לינק ישיר 

דין תורה
זייער גוט. אבער דו זעהסט נישט מיט וועלכע נער דו האסט צוטוהן? לאמיר אים דן זיין לכף זכות אז ער מאכטס זיך נאר משוגע. עכט איז ער קליגער פון שלמה המלך, נאר פאר א עין הרע, שפילט ער אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/12/2009 00:03 לינק ישיר 

לצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה,
איי עס שטומט נישט,
דין תורא ענטפערט אויף דעם,
איך ווייס אז עס שטימט נישט,
מיר זענען נישט אבליגעטעד צי דעם, 
עס דארף נישט שטימען,
עס דארף ענדרשט גיט קלינגען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 00:08 לינק ישיר 

רשכבהגולם- שמך נאה לך ואתה נאה לשמך



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-23/12/2009 00:16 לינק ישיר 

גיט גענטפערט,
נאר האסט פארגעסן צי טוישען ניק צי דין תורא,
אויב האסטו נישט פארגעסן, ווייל די ביסט נישט דין תורא,
ביסטו דאך פשוט א שבעה דברים בגולם,
ושמי נאה לך ואתה נאה לשמי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 00:52 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
לצני הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה,
איי עס שטומט נישט,
דין תורא ענטפערט אויף דעם,
איך ווייס אז עס שטימט נישט,
מיר זענען נישט אבליגעטעד צי דעם, 
עס דארף נישט שטימען,
עס דארף ענדרשט גיט קלינגען,


איך ווייס נישט צו דו האסט באמערקט, אבער מ'האלט דא אינמיטן א נערמאלע וויכוח, ביידע זייטן האבן גוטע פוינטס, איינער מער און אייניגער ווייניגער. אבער סתם צו שרייבן ווי א בהמה (סארי, אבער איך האב נישט קיין בעסערע טיטל אויף דיר). בעסער שרייב נישט.
סיידן אז דו גייסט אנהייבן שרייבן אינעם נערישן פארום כל העולם כולו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 02:26 לינק ישיר 

איך שרייב סך הכל, אז דעס וואס דער תורא שרייבט דא,
איז מלא סתירות מיט זיך אליין און מיטן מציאות,
במילא האלט איך, אז עס איז א שאד איבריג צי רעדן,
אזויפיל קען איך די זאגען אז זיינע דבורים שטימט פינקט ווי ביי יענע לצני הדור,
אויב די פארשטייסט אז ווען מען טענה'ט זיך דא אויף א נושא , רעד מען פון די נושא,
וויל איך דיר זאגן די האסט א גרויסן טעות,
אויף וואסערע נושא עס ווערט נאר דא דעבאטירט,
אז די וועסט גיט קיקען,
איינער זאגט איבער א גאנצן צייט אני אמלוך אני אמלוך אני אמלוך,
עס דרייט זיך אלעס ארום, און עס פארעמ'ט זיך אלעס ארום, די איין זאך,
יעצט זייט וויסן,
ווען איר זעט אדער הערט א ארוני שרייבען אדער רעדן, 
 לערנט אייך אויס די שיחות ש.....ם
ער זאגט איבער א גאנצע צייט כזה,
ר"א אמלןך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות  
ר"א אמלןך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות 
ר"א אמלןך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות   
ער וויל דיך איינרעדן אז ער זאגט עפעס אנדרשט,
 ווייל אויב נישט האט ער נישט וואס צי פארקויפן,
א דאנק מיט אנטשלדיגונג


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 23/12/2009 02:28:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2009 02:57 לינק ישיר 

דין תורה

איך האב נישט פארלאנגט אז דו זאלסט ענטפערן תיכף,
אז דו האסט נישט עפעס תוכן'דיג וואס צו ענטפערן ענטפער נישט,
סתם צו נעמען מיינע ווערטער און פארדרייען, איז זייער קליינקעפיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2009 19:02 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
דין תורה
איך האב נישט פארלאנגט אז דו זאלסט ענטפערן תיכף,
אז דו האסט נישט עפעס תוכן'דיג וואס צו ענטפערן ענטפער נישט,
סתם צו נעמען מיינע ווערטער און פארדרייען, איז זייער קליינקעפיג.



כ'זעה נישט פארוואס די ריפסט מיך קליינקעפיג
כ'האב ס''ה גענומען דיין גרויסקעפיגע תוגבה אין פארראכטען, אלע שקרים.
לדעתי איז שרייבען פיסטע שקרים אין געבאקענע פאקטען אסאך ערגער ווי קליינקעפיקייט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2009 17:57 לינק ישיר 



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/12/2009 18:17:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווער קען פראווענען אין מער סאטמארע שוהלן??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.