פין אישי
די קעפ ביי די זאלי'ס ווארפען שוין ווייטער די שילד איינער אויפן צווייטען.
דעם פארגאנגענעם יו''ט חנוכה איז נישט געווען ציפיל בעסער פין שמו''ע אין שמח''ת, אין רז''ל האט אנגענומען שווערע בישות.
טראץ וואס מ'האט אזוויפיל געלט אויסגעגבן פאר די הנרות צו שלעפן מענטשן, כדי צו קענען האבען א פיקטשער האט זיך עס אזוי ביטער אויסגעלאזט, אין ס'איז געוווען ממש א רחמנות אריינצוקומען חנוכה ביינאכט אין ראדני, ווען די גזלן וחמסן, זיצט ביי די ג'גנב'טע מנורה אין איז ר''ל מנאץ אויף א מצווה הבאה בעבירה ר''ל.
די שוואכע באטייליגונג סיי בכמות אין סיי באיכות האט ציגעלייגט צו די מרא שחורה'דיגע אטמאספערע.
אויף היי יאר חנוכה האבען זיי געדינגען איינעם וועבערמאן (ער באלאנגט טיילווייז ביי מהר''א, ער פירט אן די חברה תהילים אין ביהמ''ד איחוד התלמידים) זאל אנפירן די כאר,
(זייט מ'האט אפגעזעאגט הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער ביי רביה''ק בעל ב''מ ז''ל האבען זיי נאכנשיט געהאט כמעט 2 יאר אין א צו, דעם זעלבן מענטש אנצופירן די כאר (לדוגמא: דעסער, רוטנער, דאסקאהל, פאלאטשעק וכו' כו')
זיי האבען שוין גאהאט עטליכע מאל גענועמן גאר שוואכע יונגעלייט אזש קלים ורקים אנצופירען די כאר'ס אבער געטויגט האבען זיי נישט)
מ'האט פאר דעם וועבערמאן ציגעזאגט א שיינעם פרייז, אין מ'האט יעדע נאכט ציגעשטעלט א מעיזשאר חזן ביי חסוף, וכו'
אבער די געלט איז ליידער געגאנגען לאיבוד.
ביי די כאר איז נאך געווען גאנץ כמעשה אבער ביי די תורה האט אויסגעקוקט גענוי וויי ביים טיש פרייטוג צו נאכטס,
די נ''מ איז געוען אז די אלע בחורים אין יונגלעך וואס זענען געקומען צו בייוואינען די כאר האבען זיך געזעצט שמיעסן ביי די ברייטע בענק אין טישן, אין טראץ וואס רז''ל האט געזאגט תורה אין די מייק האט ער זיי כמעט נישט געקענט איבערשרייען.
עס איז געווען שטארק אנמערקבאר, אז די פארענטש אויף צפון זייט איז געווען נאר פין 3 סטעפס, אין איז געווען גענצליך ליידיג, ציליב דעם וואס פין יענע פארענטש קען מען נאר זעהן רז''ל אין נישט די כאר...
אין די אנוועזענדע ''וואס זענען געווען מער ווייניגער בחורים אדער יונגלעך'' זענען געשטאנען בעיקר אויף די צפון פארענטש ווייל דארט קען מען די בעסטע זעהן די כאר, טראץ וואס דארט קען מען אפי' נישט זעהן געהעריג מהרז''ל, נאר ביי די תורה ווען ער דרייט זיך אויס, אין ''דעמאלטס זענען אלע פארענטשס געווען דורכזיכטיג ליידיג''.
די תלמידי רבינו קאמפעני האט יעדע נאכט ארומגעשיקט ווי שיין די הנרות זענען אין שטארק ס'לוינט זיך צו קומען, אבער אלעס איז געגאנגען לריק, ווייל שקר אין לו רגלים....
אין טראץ וואס ביי די כאר איז נאך געווען כמעשה איז אבער ביי די תורה געווען שרעקליכע בזיונות,