בית פורומים אידישע געדאנק

חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/12/2009 21:25 לינק ישיר 
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

היסטארישער אוצר אין שטוב פין סאטמאר רבי'ן אויף יוז סטריט

סאטמערע חסידים איבער די וועלט האבן אויף גענימען מיט גרויס פרייד אז מען האט געטראפן גאר היסטארישען אוצר
פינעם סאטמערען רבי'ן מהר"א שליט"א אין זיין דירה אויף יוז סטריט, דער אוצר איז שוין איבער 40 יאר אלט.

ווען די רבי שליט"א האט זיך ארויס געצויגן אויף קרית יואל פאר 30 יאר צוריק האט ער געלאזט אסאך זאכן אין זיין דירה אויף יוז סטריט, ער האט איבער געלאזט
5 בענדער חידושים על הש"ס
תורות פינעם בעל דברי יואל וואס דער ברך משה האט אפגעשריבן  
2 היסאטרישע הורמנא'ס פינעם שאפרענער רב ז"ל אין פין טשאקווער רב ז"ל וואס זיי שרייבן צי אים
דער שאפראנער רב ז"ל שרייבט אין די הורמנא בזה"ל "בראותי שהתורה מחזורת על אכסניא שלה יצאתי מגדרי "
בריוון מיט זיין שווער דער ווישנציער רבי שליט"א בריווען מיט זיינע שוואגערס דער סקווירא רבי מיט בעלזא רבי
אין נאך אינטערסאנטע זאכן.

די רבי שליט"א האט במשך די יארן פרובירט אויף צי זיכן די כתבי יודת אבער ס'איז געווען אן ערפאלג
ער האט שוין דעראויף אויף געגעבן.

די לעצטע פאר וואכן האט מען אנגעהויבן איבער צי בויען די אויבערשטע דירה אויף יוז פארן רבי'ן
אין מען האט געטראפן אסאך אלטע באקסעס פארשטיפט אויבן אויף א קלאזעט
אין מען האט זיי אנגעגרייט ארויס צי ווארפן אין די מיסט, ווייל וויפיל מען האט געקוקט האט מען געזעהן אז ס'טראגט גארנישט קיין ווערט.  

דער מסבב כל הסיבות האט צי געפירט אז א יונגערמאן האט אנגעהויבן צי נישטערן אין די באקסעס
ער האט זיך פשוט נישט געקענט גלייבן וואספארע אוצר ער האט געטראפן.
 ער האט דאס אריין געטארגן צים רבי'ן, די רבי איז געזעצן שעות פארטיפט אין די תורות, וואס ער האט געשריבן יארן צוריק. 

כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה. 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 05:00 לינק ישיר 

ביטע שרייבן מיט א איידעלע שפראך.


תוקן על ידי המהדרין ב- 15/02/2010 05:45:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/2/2010 01:14 לינק ישיר 

געווארן איז

אז צווישן די חידושים האט מען געטראפן אפאר ביכלעך וואס די רביצין האט דארט איבערגעלאזט, און פאר גרויס בושה האט מען אויפגעהערט צו רעדן פון די גאנצע זאך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/2/2010 09:58 לינק ישיר 

וואס איז געווארן מיט די אלע געטראפענע חידושים? האט מען שוין עפעס געדרוקט פון די אלע זאכן? רעדט מען נישט דארטן וועגן די קאטשקעס? אדער וועגן סידור קידושין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 04:29 לינק ישיר 

מענטשן קענען זיך אזוי ווייט דערקייקלען,
אזש, זייער אייגענע מי רגלים, אויס ציטרונקן ברבים אן א בושה,
לאן הגעתם,
עס איז נעבך נישט דא, אפילו איינעם ביי זיי, מיט וועם מען קען מיט לאכען,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/12/2009 04:30:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 23:50 לינק ישיר 
פארוואס די זאליס זענען דערביטערט אויפן טרעפן די כתבי ידות!

קרעדיט, יענקלע, כל העולם כולו

די דערביטערקייט פון די זאליס!!!

 

וואס גייט לעצטענס פאר? פארוואס זענען די זאלונים אזוי דערשלאגן?
און אזוי דערביטערט, אז מען האט געטראפן א אוצר כתבים און מכתבים
וואס רבינו שליט''א האט פארלוירן בימי חורפו? וואס שעלטן זיי און מאכן חוזק?! מילא די אהרונים פרייען
זיך דערמיט און זענען בשמחה, פארשטיי איך ווייל זיי פרייען זיך בשמחת רבינו, און פארוואס דער
רבי שליט''א איז אזוי בשמחה איז אויך פארשטענדליך, ווייל ער האט געטראפן אזא פארלוירענעם אוצר
שאין לו תמורה, און טאקע אזוי בהיסח הדעת איז דאס געפינען געווארן איז פארשטענדליך
די שמחה רבה, אבער פארוואס זענען די זאליס אזוי פארווייטאגט?
איך רעד צו זיי און זיי שעלטן מיט קללות, וואס האט דערמציאה מיט זיי?. און פארוואס זענען
זיי לעצטענס אזוי פארווייטאגט און אזוי דערביטערט?  א איד גייט נאך געלט ווארפט מען אים ארויס, וואס גייט פאר?

איך וועל אייך זאגן!, נאר (כנוסח הדברי תורה בספרי סיגוט), לכאורה איז
שווער נאך א קשיא, עולם הפוך ראיתי, די שנאה פון די זאלונים צו די אהרונים
איז פי כמה ווי פארקערט, לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין אז די אהרונים
זאלן פיינד האבן די זאלונים, פשוט זיי האבן צו געגנבעט די בנינים, און צו קיין
דין תורה ווילן זיי נישט גיין און בדרך הטבע זעהט מען נישט קיין וועג מען זאל
דאס קענען צוריק באקומען, און ביני לביני מיטשעט מען זיך למעלה מן המשוער
זיך אויף צובויען פרישע בנינים, וואלטן די אהרונים געדארפט האבן א שנאה עזה
צו די זאלונים, ווידער די זאלונים וואלטן געדארפט שטיין אין לאכן, זיי האבן א רבי
וואס הייסט נישט רבי אהרן טייטלבוים זייער רבי איז געקומען לתחי' בהיסח הדעת
ס'איז געווען בבחינת מאשפות ירום, קיינמאל נישט געהארעוועט, זיך קיינמאל נישט
געגרייט צו ווערן רבי, לא קרא ולא שנה, און פלוצלינג רופט ער זיך דער גרויסער "סאטמארער
רבי" און נאך דער אייגענטימער פון מאנכע בנינים אין וומ''ס אין די ווערט פון מיליונען דאלאר, נו,
וואלטן זיי געדארט לאכן פון די נעבעכדיגע אהרונים, און זיין צופרידן מיט זיך, איז שווער
פארוואס אין ווירקלעכקייט איז להיפוך, די אהרונים טראץ אלע שלעק אין פליקעס וואס
זיי האבן געכאפט, זענען זיי צופרידן און שמייכלען כסדר, און די זאלונים טראץ זייערע
כסדר'דיגע געווינסן און הצלחות, שימפען זיי, און זיי שעלטן כסדר, זיי זענען אנגעבלאזן
און ברוגז אויף די גאנצע וועלט, פארוואס?
 
דער תירוץ אויף ביידע קשיות איז איינס, אזוי ווי המן האט געזאגט, "וכל זה איננו שוה לי בכל
עת אשר אני רואה את מרדכי היהודי יושב בשער המלך" מאן מלכא רבנן!!!, דער פלאן פון
די אינוואזיע איז נאר מקויים געווארן למחצא לשליש, דער ר' זלמן לייב האט געוואלט
זיין דער סאטמארער רבי, אבער א רבי בנוסח אנדערע רבי'לעך,  אום אנגעשטרענגט,
ער איז גרייט צו זיין א רבי ער איז גרייט צו טיילן שיריים, נעמען קוויטלעך, אנטוהן א שיינע ווייסע
בעקיטשע, גיין מנחם אבל זיין, באזוכן אין די שפיטעלער, זיין סנדק ביי ברית'ן, און מסדר קידושין,
גיין באזוכן דעם חדר, די מיידל סקול, די קעמפס, פארן אויף וועקעשאן צו קווינס קעמפ,
פארן קיין לעיקוואד און קיין פייוו טאונס, און דעטס איט, איז אבער דא א גרויסער פראבלעם, און
דער פראבלעם הייסט (רבי) אהרן טייטלבוים (שליט''א), דער פלאן וואלט העכסט געלינגען
ווען דער רבי אהרן וואלט מיט געשפילט מיטן פלאן און פארשווינדן קיין איסט פלעטבוש ווי
דער בלו פרינט האט פארצייכענט, נו, איז דער רבי אהרן א עקשן און א מחוצף, ער פאלגט
נישט די פארשריפטן פון דעם משתמש בקודש, און די צרות וואקסן פון טאג צו טאג, קודם
הייסט דער פראבלעם "תורה", און דאס איז לכאורה דער גרעסטער פראבלעם, ווען איר זאלט
וויסן וויפל שווייס און כח עס קאסט זיך פארצוקוקן א תורה פאר איינעם וואס איז זייער ווייט פון תורה
וואלט איר דאס פארשטאנען, יעדע מינדעסטע פשעטעלע אדער תורה'לע קאסט דמים תרתי משמע
קודם דארף מען באצאלן פארן מגיד שיעור תבין ותקילין, און דערנאך קאסט דאס מוח און כח
זיך דאס איינצוחזערן, און דערנאך דארף מען מתפלל זיין אז מען זאל חלילה נישט מאכן קיין
טעות ביים איבערזאגן עפעס א פסוק אדער א מאמר חז''ל, אלזא ס'איז א עבודה קשה שבמקדש,
ווען דער רבי אהרן וואלט נישט עקזעסטירט, נו, וואלט מען געזאגט א צוויי תורה'לעך א יאר און גמרנו,
קומט דער רבי אהרן, און זאגט דרשות און תורות ווי ווען ס'גייט געווען ארויס פון סטייל, ער ווערט פשוט נישט
מיד, ער זאגט און זאגט, עס איף טהער איז נא טומארא, נו, דארף מען דאך אביסל נאכטוהן, ועל זה
הם מצטערים, דאס איז דער וכל זה איננו שוה לי, ווי לאנג דער רבי אהרן איז דא אין זאגט
תורה איז נישט ווערט די בנינים, נישט ווערט די ניחום אבלים, נישט ווערט די ווייסע בעקיטשע,
גארנישט איז נישט ווערט.

און דאס איז נאך נישט אלעס, ס'איז דא א גאנצע ליסט מיט פראבלעמען וואס איז נאך מוסיף
על הראשונים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מהודרת, שחוטה מונחת, לימוד התורה, היכל התורה,
תקנות לחתונות, אינטערנעט, סעל פאונס, תכנית הליב''ה, משלחן מלכים, בית הוראה, וכו', דער רבי אהרן
פארט מיט אזא שנעלן צוג אז דער נועם המידות איז נאך מיט א צוואנציג סטעישאנס אונטערשטעליג,
 יא מען פראבירט כסדר חוזק צו מאכן פון די אלע אויפטוהן, אבער סוף כל סוף זעהט דאך די וועלט
ווער עס איז באמת סאטמארער רבי און ווער עס פרובירט נאר צו שפילן רבי, און דארט ליגט דער בראך,
מען מאכט חוזק פון די שחיטה אין טעקסעס, און נאך אפאר חדשים ליצנות מאכן דערפון פארט
מען קיין שיקאגא צו א שחיטה, און וואס זאל איך אייך זאגן, די בושות זענען געוואלדיג, די שוחטים
וואס זענען א חלק פין זיי זאלונים, און זענען באמת חפץ ביקרו, פראבירן אזוי מיט א דרך ארץ עהם
צו פרעגן אפאר שאלות, און באמת גרינגע שאלות, עהם חלילה נישט צו פארשעמען, נו, וואס מיינט
איר?, ער הייבט אן צו קעקעצן, און די שוחטים קענען זיך נעבעך נישט איינהאלטן..., איז אייך דען נישט
שווער געווען פארוואס ווען אונזער רבי גייט צו די שחיטה איז געניג א חאלאטל און א העלמעט,
און ווען דער גז''ל גייט אויף שיקאגו צו די שחיטה דארף מען אנטוהן א פארכטוך אויפן מויל, הא?
איך בין געוואויר געווארן דעם סוד פון מיין געשוועסטער קינד וואס איז איינער פון די שוחטים, זאגט ער מיר
אז דאס פאריגע מאל, ווען דער גז''ל האט גענומען דעם חלף בודק צו זיין, און האט נעבעך נישט געוויסט
ווי מען האלט א חלף, און האט זיך נעבעך מיאוס צושניטן, ופרצו כל הקהל מיט א געלעכטער ופני.....חפו,
האט מען באשלאסן אז פון היינט און ווייטער פארדעקט מען דאס מויל, קיינער זאל נישט זעהן אז מען לאכט.

על כל פנים, פארשטייט יעדער פארוואס די אהרונים זענען בשמחה טראץ זייערע פארלוסטן,
און די זאלונים זענען דערביטערט טראץ זייערע נצחונות, די אהרונים האבן א רבי כשאיפת לבבם,
זיי האבן א סיפוק, זיי האבן נאבעלע מוסדות, טראץ די שטרויכלונגען, אבער זיי קיקן פאראויס,
מען האט בתי מדרשים מלאים מן הקצה אל הקצה, היכלי התורה וואס טאמער קומט מען נישט
גענוג צייטליך האט מען שוין נישט קיין פלאץ, מען הערט דברות קודש וואס גיט אריין א חיות דקדושה,
מען האלט זיך צו תקנות וואס דער רבי שליט''א מתקן געווען און זיך געשפארט שוין שווערע געלטער,
מען עסט א שטיקל פלייש ווייסט מען אז דאס איז העכסט מהודר מיט די גרעסטע חומרות והידורים, און
נישט נאר ממליחה ואילך, מען האט מוסדות התורה דפקע שמיה אלץ די בעסטע מוסדות וואס יעדער
(א חוץ די זאליס) פראבירט נאך צו מאכן, מען האט מצות לפסח מיט די גרעסטע הידורים וואס ס'איז
נאר פארהאנען, בקיצור מען האט א סיפוק הנפש אויפן גרעסטן פארנעם, איי די בנינים, נו, שטנא נצח,
וואס זאל מען טוהן, מען מיטשטעט זיך אבער בעזר השם זעהט מען א סייעתא דשמיא למעלה מדרך
הטבע, במילא איז מען צופרידן,

ווידער ביי די זאליס, המן'ס מידה פון וכל זה איננו שוה לי דערביטערט זייער לעבן, זיי שעמען זיך מיט זייער
רבי, זיי האבן נישט  קיין הקפות, קיין הושענא רבה, קיין חנוכה, קיין שובבי''ם, קיין ל''ג בעומר, קיין תורה, קיין דרשה,
קיין היכל התורה, קיין כשר פלייש, גארנישט מיט גארנישט, א נעילת החג און א שושן פורים שוי און דאס אלעס,
זיי ווייסן אז ביי די וועלט איז ער נישט מער ווי דעם סאטמאר'ער רבי'ס ברודער דער וואס האט
פראבירט
צו צוגנבענען די ראביסטעווע און ס'גייט נישט, און וועגן דעם זענען זיי דערביטערט.

 




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/12/2009 20:03:26






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 22:52 לינק ישיר 

[quote]

איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
און מיר וועלן זען ווי תורא'לע גייט נעלם ווערן,
מיז צד מהר''א מוותר זיין אויף זייערע נכסים אין רעכטן?
די תביעה איז דא נישט געווען וועגען נכסים,
וואס הייסט די תביעה איז נישט געווען וועגן נכסים?
דער תובע שרייט איז די תבועה איז יא נכסים, די קענסט אים נישט זאגען וואס זיין תביעה איז,

האבען זיי דען נישט געשיקט קיין הזמנה פאר צד מהרז''ל 3 מאל פין בד''ץ נאוואראדיק?
יא זיי האבן יא געשיקט,
האבען צד מהרז''ל נישט מסרב געווען מיט די אימפארשטענדליכע אויסרייד,
ניין זיי האבן נישט מסרב געווען מיט  אימפארשטענדליכע אויסרייד,
וואס דען איז די אויסרייד אויף די סירוב לדין?
אז די פסק ''ווער ס'איז קהל קען נאר פסק'נן די דיינים וועלכע זענען אויף קהל'ס פעיראל
דעס איז גראדע א פסק וואס ק"י רב האט ארויס געגעבן ביי לאנדסמאן,
די מעשה ביי לאנדסמאן בין איך נישט אזוי באקאנט, אבער דאס איז זיכער אז דארט איז געווען די רעדע ווען א יחיד האט געהאט א סוכסוך מיט קהל ''אין נישט ווען די סוכסוך איז געווען ווער איז קהל''
אין כ'האב גראדע געזעהן אנדערע בריווען פין יענע צייטן ווי קהל זאגט קלאר זיי זענען גרייט זיך מתדיין צו זיין ביי קהל'ס דיינים ''אדער בזבל''א'' (דוגמא: בית יואל אין וומ''ס)

ליתר שאת האבן זיי פארגעשלאגן, נאך אנדערע צווי בתי דינים,
יא זיי האבען געגבן א אפשען פין 3 בתי דינים.... אין קורץ נאכדעם ציריק געצויגן
אין אפי' יא, לאמיר זעהן וועלכע 3 בתי דינים 1)משפט שלום וועלכע די 10 גרעסטע בתי דינים אין אמעריקא האבען אינטערגעשריבן קעגן זיי אין אז זייער פסק אין הזמנה איז קיינעם נישט מחייב ועוד, אין דער א''ג ראב''ד אין מנהל איז אויסגעריפענער אנהענגער ביי צד מהרז''ל
2) קארלעסבורג, אויף וואס קהל איז גרייט געווען אבער ר' יצחק שטיין וועלכע האט עפענטליך פיינט מהר''א זאל נישט זיין פין די דיינים 3) ר' יצחק מאנדעל, ווייל מהר''א איז געשטאנען בראש פין די מערכה קעגן זיין פסול'ע גירות
נו!... קאמענטארען זענען איבריג (זבל''א איז פארשטייט זיך נישט געווען קיין אפשען)


אין האבען שוין אנגערופן די נתבעים מיט מיעסע לשונות אויף חטאים וואס זיי נישט באגאנגען, אפי זיי האבען קיינמאל נישט פארגעהאלטען אין נישט אויסגעהערט די טענות פין צד מהר''א?
אויב איינער גייט און ערכאות, און געט אריין תביעות און געריכט, מיט גאנצע בלעטער מיט טענה'ס,
קען דאס בית דין אפליינען פון די קארט פאפירען, און קענען פסקנען, וויסנדיג זייערע טענה'ס,

די דיינים פין מהרז''ל האבען געשריבען מיעסע אין פאלטשע לשונות אויף צד מהר''א נאך פאר זיי האבען גערופן אין קארט.


למעשה האסטו דיך דא אפגעשטעלט,
וואס איז מיט די בריוו וואס נאווארדיק האט געשריבן, נאך ענקער אריין געבן אלע תביעות און געריכט,
אז זייער היתר איז נישט געווען אויף דעם, נאר אויף א עיקל, און יענעם בריוו נעם'ן זיי אראפ זייער גאנצע היתר,
טראץ דעם זענט עטץ ווייטער אנגעגאנגן מיט קארט יארן אן קיין שום היתר,
צד מהר''א האט דעמאלטלס געלאזט וויסן אז זיי ניצן מער נישט נאווארדיק נאר זיי האבען א אנדערע היתר בי''ד, וואס וויענער רב שליט''א האט שפעטער באשטעטיגט בהסכמת ביידע צדדים דורך הגאון אבד''ק ישראל והזמנים שליט''א


ביטע ווייז אויף אז איר זענט נישט קיין היפעקריטן, 
טראכט גיט ווער איז מסרב אין הולך בערכעות וועסטו אלעס זעהן.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 22:32 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
אזוי ווי איך האלט אז עס איז ניצלאז אריין ציגיין און וויכיחים,
אזוי ווי שוין אויבן דערמאנט,
דערפאר האב איך דיר טאקע נישט געפרעגט, און אויך נישט געווארט אויף דיין ענטפער,
אויב די וועסט איבער קוקען וואס איך האב געשריבען אויבן, וועסטו זען,
אז די ערשטע צווי ווערטער פון מיין תגובה איז, בית דין,  
דאס מיינט אז מיינע וערטער זענען געווען געוואנדן צי מר בית דין, און נישט צי דיר,
איך פראביר און מיין תגובה איבער ציווייזען, מר בית דין, ער זאל אויך פארשטיין מיין פאלאסעפי איבער דעם ענין,
אזוי ארים וועט ער פארשטיין, און זיך איינשפארען אסאך צייט פון זיך צי טענה'ן מיט דיר,

און יעצט וועגען דיינע קשיות, וואס די פרעגסט,
וועל איך דיר ענטפערען אזוי,
אויב ביסטו איינע פון די איינגעשטעלטע, וואס זענען געשטעלט,  אהער צישטעלן פרישע שטרוי פאר די ......,
געב ווייטער די שטרוי פארן עולם און פארקויף עס זיי, ווילאנג זיי קויפן עס אפ, מיט מיר האט עס נישט קיין שייכת,
אויב ביסטו פון די וואס קויפן  אפ די שטרוי, און קייען עס, ווילאנג עס איז נישט דא קיין פרישע שטרוי,
ווי קום איך אריין און פיקטשער דא, קויף וואס די ווילסט, קיי וואס די ווילסט, און אזוי ווי די מישט מיך נישט אריין, און וואס די עסט אויף פרשטיג, מיש מיך אויך נישט אריין און וואסערע שטרוי די עסט, 


יא!
ווען מ'פרעגט א מסרב לדין א הסבר
ווען מ'פרעגט א הולך בערכעות א הסבר
פארקויפט שטרוי.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 16:29 לינק ישיר 

איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
און מיר וועלן זען ווי תורא'לע גייט נעלם ווערן,
מיז צד מהר''א מוותר זיין אויף זייערע נכסים אין רעכטן?
די תביעה איז דא נישט געווען וועגען נכסים,
האבען זיי דען נישט געשיקט קיין הזמנה פאר צד מהרז''ל 3 מאל פין בד''ץ נאוואראדיק?
יא זיי האבן יא געשיקט,
האבען צד מהרז''ל נישט מסרב געווען מיט די אימפארשטענדליכע אויסרייד,
ניין זיי האבן נישט מסרב געווען מיט  אימפארשטענדליכע אויסרייד, 
אז די פסק ''ווער ס'איז קהל קען נאר פסק'נן די דיינים וועלכע זענען אויף קהל'ס פעיראל
דעס איז גראדע א פסק וואס ק"י רב האט ארויס געגעבן ביי לאנדסמאן,
ליתר שאת האבן זיי פארגעשלאגן, נאך אנדערע צווי בתי דינים, 
אין האבען שוין אנגערופן די נתבעים מיט מיעסע לשונות אויף חטאים וואס זיי נישט באגאנגען, אפי זיי האבען קיינמאל נישט פארגעהאלטען אין נישט אויסגעהערט די טענות פין צד מהר''א?
אויב איינער גייט און ערכאות, און געט אריין תביעות און געריכט, מיט גאנצע בלעטער מיט טענה'ס,
קען דאס בית דין אפליינען פון די קארט פאפירען, און קענען פסקנען, וויסנדיג זייערע טענה'ס,
 

למעשה האסטו דיך דא אפגעשטעלט,
וואס איז מיט די בריוו וואס נאווארדיק האט געשריבן, נאך ענקער אריין געבן אלע תביעות און געריכט,
אז זייער היתר איז נישט געווען אויף דעם, נאר אויף א עיקל, און יענעם בריוו נעם'ן זיי אראפ זייער גאנצע היתר,
טראץ דעם זענט עטץ ווייטער אנגעגאנגן מיט קארט יארן אן קיין שום היתר,

ביטע אויב קענסטו מסביר זיין, וואס די חילוק פון לאנדסמאן
וואס איז דעמאלטס געווען א דרשה און דאכד זיך מיר אויך א בריוו פון קר"י רב, אז קיינער קען נישט פסקנען, און סאטמאר, נאר אייגענע דינים, בפרט ווען יענער בית דין גייען די רעבעצענ'ס מיט אייגענע האר,
און זיי זענען דעמאלטס געווארן אפגעפסקנט אלס בית דין חציף,

ביטע ווייז אויף אז איר זענט נישט קיין היפעקריטן, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 15:53 לינק ישיר 

אזוי ווי איך האלט אז עס איז ניצלאז אריין ציגיין און וויכיחים,
אזוי ווי שוין אויבן דערמאנט,
דערפאר האב איך דיר טאקע נישט געפרעגט, און אויך נישט געווארט אויף דיין ענטפער,
אויב די וועסט איבער קוקען וואס איך האב געשריבען אויבן, וועסטו זען,
אז די ערשטע צווי ווערטער פון מיין תגובה איז, בית דין,  
דאס מיינט אז מיינע וערטער זענען געווען געוואנדן צי מר בית דין, און נישט צי דיר,
איך פראביר און מיין תגובה איבער ציווייזען, מר בית דין, ער זאל אויך פארשטיין מיין פאלאסעפי איבער דעם ענין,
אזוי ארים וועט ער פארשטיין, און זיך איינשפארען אסאך צייט פון זיך צי טענה'ן מיט דיר,

און יעצט וועגען דיינע קשיות, וואס די פרעגסט,
וועל איך דיר ענטפערען אזוי,
אויב ביסטו איינע פון די איינגעשטעלטע, וואס זענען געשטעלט,  אהער צישטעלן פרישע שטרוי פאר די ......,
געב ווייטער די שטרוי פארן עולם און פארקויף עס זיי, ווילאנג זיי קויפן עס אפ, מיט מיר האט עס נישט קיין שייכת,
אויב ביסטו פון די וואס קויפן  אפ די שטרוי, און קייען עס, ווילאנג עס איז נישט דא קיין פרישע שטרוי,
ווי קום איך אריין און פיקטשער דא, קויף וואס די ווילסט, קיי וואס די ווילסט, און אזוי ווי די מישט מיך נישט אריין, און וואס די עסט אויף פרשטיג, מיש מיך אויך נישט אריין און וואסערע שטרוי די עסט, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 19:34 לינק ישיר 

ר' גולם
איך זעה נישט וואס די האסט מיר עפרעגט אין איך האב דיר נישט גענטפרט?

מיז צד מהר''א מוותר זיין אויף זייערע נכסים אין רעכטן?
האבען זיי דען נישט געשיקט קיין הזמנה פאר צד מהרז''ל 3 מאל פין בד''ץ נאוואראדיק
האבען צד מהרז''ל נישט מסרב געווען מיט די אימפארשטענדליכע אויסרייד, אז די פסק ''ווער ס'איז קהל קען נאר פסק'נן די דיינים וועלכע זענען אויף קהל'ס פעיראל אין האבען שוין אנגערופן די נתבעים מיט מיעסע לשונות אויף חטאים וואס זיי נישט באגאנגען, אפי זיי האבען קיינמאל נישט פארגעהאלטען אין נישט אויסגעהערט די טענות פין צד מהר''א?

קענסט בויען גאנצע בנינים אין הסברים אבער לייקען נישט קיין פאקטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 14:59 לינק ישיר 

בית דין

אויב די זעסט גיט,
האט נאך דין תורא נישט גענטפערט, אויף גארנישט וואס מען פרעגט עם,
זעט אויס אז יעצט האט מען אנגענימען די שיטה פון הימלער ימ"ש,

וזה לשוני און א אנדערע אשכול,
הימלער שר"י האט אויפגעטון א מורא'דיגע אויפטרעף, ביי די אויפשטייג פון נאציזם,
ער האט געשריבן מיט זיין טרויריג בארימטע רציחה, 
אז די אלע בלבולם וואס די נאציז האבן פראוועצירט קעגן די אידן
דאס דארף מען איבער זאגן און איבער שרייבן און איבער קייען און איבער חזרן,
ווילאנג דער זאגער וועט דאס אליין גלייבען,
בבחינת כבר היה לעולמים כלש"ק,

מיר געדענקן נאך גיט, ווען דער זעלבער דין תורא האט פאר צען יאר ציריק, איבער געזאגט,
כאטשיק אזויפיל מאל ווי ער זאגט יעצט איבער דין תורא, האט ער במקום הזה געזאגט שווארצע כאלאטעל, 
איך פארשטיי זייער גיט אז ער דארף געבען שטרוי פאר זיינע פערד,
און ער דארף זיי פארקויפען, וואס אימער עס פעלט זיך אויס לפי הרוח ולפי הזמן,
אז זיי זאלן נישט ווערען אויסגעטירקענט,

אבער די ענטפערסט עם ציריק אזוי תמימות'דיג, כאילו ער פרעגט טאקע דא פארוואס מען גייט נישט צי דין תורה,
וויל איך דיר זאגן האסט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט,
ער זאגט אזוי ,
איך וויל, אז הוא אמלוך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות,
וואס טי איך אז עס גייט נישט,
זיי נישט באזארגט,
וואס איך וועל טרעפן פאר מיינע אויגן, וועל איך ניצן פארדעם צוועק,
וועל איך טרעפן, א נפטר פון 41 יאר וואס האט איבער געלאזט יתומים און שטוב,
וועל איך טרעפען, אזא זאך וואס הייסט שחיטה, וואס דאס איז פון די גרויסע יסודות און אידשקייט,
איך וועל עס אויסניצן די מאקסמום וואס עס קען מיך גרויס מאכען,
איז דא א מלחמה קעגען ציונים,
אויב קען איך ארויס נעמן פון דעם עפעס פאר מיר, וועל איך עס ניצן, און אויב נישט, האט עס נישט מיט מיר,
אויב קען מיך די קארט ברענגען צי דעם צוועק, זאל זיין קארט,
אויב קען מיר א דין תורה ברענגען צי מיין מאכט, זאל זיין דין תורה,
אויב איך וועל איבער זאגען דין תורה טויזענט מאל וועט עס מיך ברענגען צי מיין מאכט, זאל זיין אזוי,
וועל איך זיין דער גרעסטער אויפטיער קעגען די גזרה פון חיטיטי שיכבי, הרי טוב,
אויב נישט זאל מען אויפגראבן וויפיל עס גייט,
קען מיר ברענגען כבוד, אז איך האב א וועד הצניעות, זאל זיין א וועד הצניעות,
קען איך בענעפעטירן, פון אריין ברענגען די ערגסטע פארדארבענע פראגראמען, וועט זיין אזוי,
נישט הדלקה ל"ג בעומר וועט מיך מאכען פאר גרויסע שטארקע ר"י, וועט מען דעס ניצן,
וועט הדלקה יא ברענגען אז איך בין די שטערקסטע און גרעסטע זאל זיין יא הדלקה,
ווער עס האט נאך, קען עס אראפ ברענגען,

 


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 15:07:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 05:50 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

ארונים'לך לעבעדג

מצוה גדולה להיות בשמחה,

אלע אנדערע סאטמערע אידן זאגן, עד פה תבא,
טאנץ וויפיל די ווילסט, טרעף וויפיל כתבים די ווילסט,
 ווילאנג די בלייבס  און דיינע גרענעצען, וואס מען האט די באשטימט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 01:05:14



ווער האט געשטעלט גרעניצען???
קום נאר צו א בי''ד, לאמיר הערן וואס פאר א גרעניצען די ''תוה''ק שטעלט'


דער זעלבער וואס האט באשטומט גרעיניצן תשמ"ה האט באשטימט גרעניצן תשנ"ט 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 02:21 לינק ישיר 

יא יא, דער ר' אהרן מיט זיינע אלע חסרונות, איז ער פארט אלס געווען א מענטש וואס איז געווען כל ימיו אריינגעטון אין תורה וחסידות, ער האט אלס געהארעוועט, זיין גאנצער דרך החיים איז נאר געווען איבער פרומקייט, דאס ווייזן די אלטע דאקומענטן

פון די אנדערע זייט דער ר' זלמן לייב מיט זיינע אלע שיינע מעלות, חן אין מידות, איז גארנישט דא וואס מ'ווייסט עפעס ספעציעל פון איהם פון זיין יוגנט ביז ער איז געווארן א רבי, ער קוקט מיר אויס ווי ער איז געווען א סתם א COOL מגיד שיעור'ל, ותו לא

דער ריינער אמת איז, יעדער דרויסנדיגער נייטראלער מענטש איז ביי דעם זעלבן מיינונג,

אויב איך דארף מיך אויסוועלן צווישן ר' זלמן לייב אין ר' אהרן, וועל איך ר' זלמן לייב נעמען פאר א חבר, און ר' אהרן פאר א רבי. 


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/12/2009 02:22:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 01:34 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:

ארונים'לך לעבעדג

מצוה גדולה להיות בשמחה,

אלע אנדערע סאטמערע אידן זאגן, עד פה תבא,
טאנץ וויפיל די ווילסט, טרעף וויפיל כתבים די ווילסט,
 ווילאנג די בלייבס  און דיינע גרענעצען, וואס מען האט די באשטימט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 01:05:14



ווער האט געשטעלט גרעניצען???
קום נאר צו א בי''ד, לאמיר הערן וואס פאר א גרעניצען די ''תוה''ק שטעלט''

אז נישט, לאמיך גיין צו דיר אינדערהיים, אין די ארויסשטופן אין שרייען היינט האט מען באשטימט די גרעניצן, אין דערווייג דיך נישט מיך צו רופן צו די''ת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 00:55 לינק ישיר 


ארונים'לך לעבעדג

מצוה גדולה להיות בשמחה,

אלע אנדערע סאטמערע אידן זאגן, עד פה תבא,
טאנץ וויפיל די ווילסט, טרעף וויפיל כתבים די ווילסט,
 ווילאנג די בלייבס  און דיינע גרענעצען, וואס מען האט די באשטימט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 01:05:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext