דער מעמד איז שוין גארנישט געווען אזא פשוט'ע מעמד
ווער עס געדענקט נישט יענע צייטן, ווען די אינשי דלא מעלי, האבען געניצט די כבוד פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל צו חרוב מאכען זיין אייגענע קהילה אין צו פאניגען זיינע אייגענעל באליבטע קינדער,
בשותפות מיט א קליקע פוחזים ורקים מיט די שב''ר (שני בני רבינו)
מ'האט אים נעבעך פארשעמט אין די גאנצע וועלט, עטליכע וואכען פריער, האט מען אים אויפגעשטעלט ביי א כינוס אין קאנקארד פלאזא ער זאל זאגען אז ער איז מסכים מיט די גאנצע הירוס, ווי ער האט נעבעך געהאט די עיקר שכחתי דרשה, אין די באטייליגטע דארט - זיינע וויסטע שונאים האבען זיך ג'קאטשעט פאר געלעכטער אין הנאה געהאט ווי זיינע אייגענע קינדער אין א''ג משמשים טוהן אזוי מיט זייער הייליגען טאטען אין רבין.
אבער דא ווי עס האבען זיך צוזאמגענועמן 'אלע' זיינע חסידים אין תלמידים, וואס האבען זיך מחמם געווען לאורו זינט ער האט איבערגענומען דעם הייליגען שרביט הנהגה, האבען די שב''ר מיט זייער שותפים זיכער געמאכט ער זאל נישט קומען
האלטענדיג פאר זיכער אז, אויב די רבי וועט נישט קומען וועלן זיי זיכער נישט קומען.......
אבער..... א רחמנות געווען צו קוקען אויף זיי,
זיי האבען נישט געגלייבט וואס פאר א רוב האט זיי געוויזען די רוקן, אין זיי געזאט די וועסט מיר נישט זאגען וואס די רבי (שליט''א) האלט, די תורה איז נישט קיין זאך וואס מ'קען איבערנאכט קענען,
וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
אשרי עין ראתה כל אלה, די עסקטסאז בשעת רבינו שליט''א דעמאלטסדיגער גאב''ד איז אריינגעקועמן אין זיך באגריסט מיט אזוויפיל רבנים ות''ח אויפן פראכטפולען אויבן אן,
חסדי ד' כי לא תמנו
 |
|
|