צום סוף איז געבליבן אז די מרימי יד בתורת משה רבינו ע"ה האבן קיינמאל קיין קלאגע אין געריכט איינגעגעבן.
כשיורדים יורדים עד לעפר? יורדים עד לתהום!
נשלח ב-25/12/2009 19:14
זייער פשוט, קיינער זוכט זיך נישט דעם טעראר וואס ענק האבן אראפגעברענגט אויף דער וועלט די לעצטע 30 יאר!
וואס דארפסטו מער, אפילו ביי אונזער אייגענע קהלה וועסטו נישט נאר טרעפן ווייניג דיינים וואס זאלן זיך מסכים זיין מטפל צו זיין מיט די שלשה רועי בקר, נאר אויך צווישן די חברי הנהלת הקהלה וועסטון טרעפן ווייניג אזעלכע גבורי חיל ווי ר' דוד עקשטיין, וועלכער איז גרייט אז מ'זאל אים באגיסן מיט פאשקעווילן אין די גאנצע וועלט ממש אבי להציל עשוק מיד עושקו און אפשטעלן די שענדליכע גניבה!
נשלח ב-25/12/2009 19:05
דעס וואס די זאגסט אז סאיז אזוי פשוט פארוואס איז נישט דא קיין איין בי"ד אדער רב דיין אדער א כולל יונגערמאן אדער א מגיד שועור אדער אמלמד אדער א בחור אין ישיבה וואס שרייבט עס נאר א הייד פארק שרייבער ????????????
=אין דעס איז מיין לעצטע ענפער אי"ה וועגען דעם ענין נישט איך אין נישט די קענען דא אריין רעדען סאיז א תורהדיגע שמועס =
נשלח ב-25/12/2009 19:01
דאס עם הארצות, טיפשות, און רשעות וואס שרייט ארויס פון דעם בריוו איז דאך אין לשער.
1) דא איז נישטא קיין שום רעדע פון א "בית דין", דאס זענען דריי מענטשן - וואס זענען בכלל נישט מוחזק אלס דיינים בעניני חו"מ, און האבן דעריבער לויטן שו"ע א דין ווי "שלשה רועי בקר" - וואס האבן זיך אוועקגעזעצט ביי זיך אין דיינינג רום און געמאכט א חוכא וטלולא פון דעם גאנצן ענין פון דין תורה און בתי דין. די אלע מראי מקומות זענען אינגאנצן נישט גילטיג ביי אפאר אפגעפרעגטע חברה וואס זיצן אינאיינעם און ווארטן אז די ביהכ"ס זאל ליידיג ווערן. קיינער האט זיי קיינמאל נישט אויפגענומען, ניטאמאל ביי זייער ציבור זעלבסט ווערן די מענטשן באטראכט אלס א 'בית דין' (נאך ווייניגער פונעם פורים בד"צ וואס די זאליס האבן דא אין וויליאמסבורג). זייערע אלע 'הזמנות' און 'אזהרות' האבן נישט דאס מינדסטע הלכה'דיגע האפט.
2) אלע דריי מענטשן זענען טייל פון די בעלי דינים זעלבסט. ס'איז נאכנישט געהערט געווארן אין דער וועלט אז דער בעל דין, זאל זיין כגובה ארזים גובהו, זאל זיך קענען אוועקזעצן און זאגן אז ער מאכט אן א.ג. 'בית דין' אויף דעם אייגענעם סכסוך אויף וואס מ'קריגט זיך!
3) זיי האבן אריינגעשלעפט דעם סכסוך אין געריכט, נישט קהל יטב לב. אנשטאט זיך אויפפירן ווי אידן זענען זיי געלאפן צום גוי, און ווען יענער האט זיי געוויזן די טיר ווערט עס מיטאמאל מסירה, הליכה לערכאות, וכל שום וחניכא דאית להו.
3) ר' דוד עקשטיין שליט"א האט קלאר געזאגט "אלך ולא אמסור".דאס אריינגעבן קאנטעמפט קלאגעס אין געריכט זענען שוין געטון געווארן צענדליגער מאל אין די אידישע היסטאריע אין אמעריקע ווען א סכסוך איז אנגעקומען אין גוי'אישן געריכט מאיזה סיבה שיהי' און זענען קיינמאל נישט באטראכט געווארן אלס מסירה. איך האב מיט די אייגענע אויגן געזען וויאזוי די זאליס האבן אויפגעהאנגען אין זייער 'פענסטער' אין ראדני (מזרחית צפונית, נעבן די געוועזענע שמש שטיבל, ווער ס'געדענקט נאך...) א צעטל פון באראש אז ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יצחק ראזענבערג און די אנדערע ראשי קהלה וועלן באקומען געלט שטראף אדער תפיסה אדער ביידע, וואס ס'האט זיך ב"ה מיט גארנישט אויסגעלאזט.
ר' דוד עקשטיין האט קלאר געזאגט אז ער וועט נישט לאזן ארעסטירן קיינעם. ס'איז פאראן גענוג אנדערע מיטלען וויאזוי ארויסצוזען איינעם פון א הויז וואס ער האט געגנב'עט. די קאנטעמפט קלאגעס זענען געווען סתם א געווענליכער געריכטליכער פראצעדור וואס פארלאנגט זיך צו קענען נעמען שארפערע שריט. און די שלשה רועי בקר ווייסן דאס זייער זייער גוט!