בעקער טייערע כ'האב פאר דיר נייעס ר' משה קעסטנבוים ע''ה האט לפי ידעתי נאר געהאט 2 זין, אין ביידע האבען אינטערגעשריבן דעם בריוו על אפך וחמתך נאכדעם וואס זיי האבען געהעריג באצאלט פאר די ח''ק די פארלאנגטע סכום.
אין קארט האט געקלאגט א אייניקעל, לכאורה א תלמיד פין קווינס, ער האט געקלאגט קאנטעמפט אויף ר' יוסף ווייס סעקרעטאר פין די ח''ק, אין ר' יואל קויפמאן משמש פין וומ''ס, אין ב''ה אז די ריכטער האט עס אפגעווארפן.
די סיכסוך פין וואס זיי רעדן איז, ווען אסאך יארען פריער האט ר' משה געבארגט געלט פאר די זאלי'ס - אברהם בער יאקאבאוויטש, אין ער האט זיך אויסגענומען אז אויב דערלעבט ער נישט צו באצאלען די חוב, וועט $4000 גיין פאר א קרקע, למעשה האט אברהם בער קיינמאל נישט געגבן די געלט פאר חברה קדישא אין אוודאי האט ער זיי נישט געלזאט וויסען איבער אזא זאך, אין וועגן דעם האט חברה קדישא נישט אנערקענט זייער טענה, אין פארשטייט זיך אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די''ת.
יעצט נפל טייערע באק ווייטער, בעט דיין חבר אין ישיבה ער זאל דיר העלפן, אפשר וועסטו טרעפן א קעסטנבוים וואס וועט קענען באשטיין צו ווערן דיין שוואגער פאר א פאר מיניט.
 |
|
|