פארוואס די זאליס זענען דערביטערט אויפן טרעפן די כתבי ידות!
די דערביטערקייט פון די זאליס!!!
וואס גייט לעצטענס פאר? פארוואס זענען די זאלונים אזוי דערשלאגן?
און אזוי דערביטערט, אז מען האט געטראפן א אוצר כתבים און מכתבים
וואס רבינו שליט''א האט פארלוירן בימי חורפו? וואס שעלטן זיי און מאכן חוזק?! מילא די אהרונים פרייען
זיך דערמיט און זענען בשמחה, פארשטיי איך ווייל זיי פרייען זיך בשמחת רבינו, און פארוואס דער
רבי שליט''א איז אזוי בשמחה איז אויך פארשטענדליך, ווייל ער האט געטראפן אזא פארלוירענעם אוצר
שאין לו תמורה, און טאקע אזוי בהיסח הדעת איז דאס געפינען געווארן איז פארשטענדליך
די שמחה רבה, אבער פארוואס זענען די זאליס אזוי פארווייטאגט?
איך רעד צו זיי און זיי שעלטן מיט קללות, וואס האט דערמציאה מיט זיי?. און פארוואס זענען
זיי לעצטענס אזוי פארווייטאגט און אזוי דערביטערט? א איד גייט נאך געלט ווארפט מען אים ארויס, וואס גייט פאר?
איך וועל אייך זאגן!, נאר (כנוסח הדברי תורה בספרי סיגוט), לכאורה איז
שווער נאך א קשיא, עולם הפוך ראיתי, די שנאה פון די זאלונים צו די אהרונים
איז פי כמה ווי פארקערט, לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין אז די אהרונים
זאלן פיינד האבן די זאלונים, פשוט זיי האבן צו געגנבעט די בנינים, און צו קיין
דין תורה ווילן זיי נישט גיין און בדרך הטבע זעהט מען נישט קיין וועג מען זאל
דאס קענען צוריק באקומען, און ביני לביני מיטשעט מען זיך למעלה מן המשוער
זיך אויף צובויען פרישע בנינים, וואלטן די אהרונים געדארפט האבן א שנאה עזה
צו די זאלונים, ווידער די זאלונים וואלטן געדארפט שטיין אין לאכן, זיי האבן א רבי
וואס הייסט נישט רבי אהרן טייטלבוים זייער רבי איז געקומען לתחי' בהיסח הדעת
ס'איז געווען בבחינת מאשפות ירום, קיינמאל נישט געהארעוועט, זיך קיינמאל נישט
געגרייט צו ווערן רבי, לא קרא ולא שנה, און פלוצלינג געווארן דער גרויסער "סאטמארער
רבי" און נאך דער אייגענטימער פון מאנכע בנינים אין די ווערט פון מיליונען דאלאר, נו,
וואלטן זיי געדארט לאכן פון די נעבעכדיגע אהרונים, און זיין צופרידן מיט זיך, איז שווער
פארוואס אין ווירקלעכקייט איז להיפוך, די אהרונים טראץ אלע שלעק אין פליקעס וואס
זיי האבן געכאפט, זענען זיי צופרידן און שמייכלען כסדר, און די זאלונים טראץ זייערע
כסדר'דיגע געווינסן און הצלחות, שימפען זיי, און זיי שעלטן כסדר, זיי זענען אנגעבלאזן
און ברוגז אויף די גאנצע וועלט, פארוואס?
דער תירוץ אויף ביידע קשיות איז איינס, אזוי ווי המן האט געזאגט, "וכל זה איננו שוה לי בכל
עת אשר אני רואה את מרדכי היהודי יושב בשער המלך" מאן מלכא רבנן!!!, דער פלאן פון
די אינוואזיע איז נאר מקויים געווארן למחצא לשליש ולרביע, דער ר' זלמן לייב האט געוואלט
זיין דער סאטמארער רבי, אבער א רבי בנוסח אנדערע רבי'לעך, אום אנגעשטרענגט,
ער איז גרייט צו זיין למשל ווי א טאשער רבי אדער א סקולענער רבי, צו א רבי לייבוש לייזער,
(כבודם במקומם מונח), ער איז גרייט צו טיילן שיריים, נעמען קוויטלעך, אנטוהן א שיינע ווייסע
בעקיטשע, גיין מנחם אבל זיין, באזוכן אין די שפיטעלער, זיין סנדק ביי ברית'ן, און מסדר קידושין,
גיין באזוכן דעם חדר, די מיידל סקול, די קעמפס, פארן אויף וועקעשאן צו קווינס קעמפ,
פארן קיין לעיקוואד און קיין פייוו טאונס, און דעטס איט, איז אבער דא א גרויסער פראבלעם, און
דער פראבלעם הייסט (רבי) אהרן טייטלבוים (שליט''א), דער פלאן וואלט העכסט געלינגען
ווען דער רבי אהרן וואלט מיט געשפילט מיטן פלאן און פארשווינדן קיין איסט פלעטבוש ווי
דער בלו פרינט האט פארצייכענט, נו, איז דער רבי אהרן א עקשן און א מחוצף, ער פאלגט
נישט די פארשריפטן פון דעם משתמש בקודש, און די צרות וואקסן פון טאג צו טאג, קודם
הייסט דער פראבלעם "תורה", און דאס איז לכאורה דער גרעסטער פראבלעם, ווען איר זאלט
וויסן וויפל שווייס און כח עס קאסט זיך פארצוקוקן א תורה פאר איינעם וואס איז זייער ווייט פון תורה
וואלט איר דאס פארשטאנען, יעדע מינדעסטע פשעטעלע אדער תורה'לע קאסט דמים תרתי משמע
קודם דארף מען באצאלן פארן מגיד שיעור תבין ותקילין, און דערנאך קאסט דאס מוח און כח
זיך דאס איינצוחזערן, און דערנאך דארף מען מתפלל זיין אז מען זאל חלילה נישט מאכן קיין
טעות ביים איבערזאגן עפעס א פסוק אדער א מאמר חז''ל, אלזא ס'איז א עבודה קשה שבמקדש,
ווען דער רבי אהרן וואלט נישט עקזעסטירט, נו, וואלט מען געזאגט א צוויי תורה'לעך א יאר און גמרנו,
קומט דער רבי אהרן, און זאגט דרשות און תורות ווי ווען ס'גייט געווען ארויס פון סטייל, ער ווערט פשוט נישט
מיד, ער זאגט און זאגט, עס איף טהער איז נא טומארא, נו, דארף מען דאך אביסל נאכטוהן, ועל זה
הם מצטערים, דאס איז דער וכל זה איננו שוה לי, ווי לאנג דער רבי אהרן איז דא אין זאגט
תורה איז נישט ווערט די בנינים, נישט ווערט די ניחום אבלים, נישט ווערט די ווייסע בעקיטשע,
גארנישט איז נישט ווערט.
און דאס איז נאך נישט אלעס, ס'איז דא א גאנצע ליסט מיט פראבלעמען וואס איז נאך מוסיף
על הראשונים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מהודרת, שחוטה מונחת, לימוד התורה, היכל התורה,
תקנות לחתונות, אינטערנעט, סעל פאונס, תכנית הליב''ה, משלחן מלכים, בית הוראה, וכו', דער רבי אהרן
פארט מיט אזא שנעלן צוג אז דער נועם המידות איז נאך מיט א צוואנציג סטעישאנס אונטערשטעליג,
יא מען פראבירט כסדר חוזק צו מאכן פון די אלע אויפטוהן, אבער סוף כל סוף זעהט דאך די וועלט
ווער עס איז באמת סאטמארער רבי און ווער עס פרובירט נאר צו שפילן רבי, און דארט ליגט דער בראך,
מען מאכט חוזק פון די שחיטה אין טעקסעס, און נאך אפאר חדשים ליצנות מאכן דערפון פארט
מען קיין שיקאגא צו א שחיטה, און וואס זאל איך אייך זאגן, די בושות זענען געוואלדיג, די שוחטים
וואס זענען על פי רוב זאלונים, און זענען באמת חפץ ביקרו, פראבירן אזוי מיט א דרך ארץ עהם
צו פרעגן אפאר שאלות, און באמת גרינגע שאלות, עהם חלילה נישט צו פארשעמען, נו, וואס מיינט
איר?, ער הייבט אן צו קעקעצן, און די שוחטים קענען זיך נעבעך נישט איינהאלטן..., איז אייך דען נישט
שווער געווען פארוואס ווען אונזער רבי גייט צו די שחיטה איז געניג א חאלאטל און א העלמעט,
און ווען דער גז''ל גייט אויף שיקאגו צו די שחיטה דארף מען אנטוהן א פארכטוך אויפן מויל, הא?
איך בין געוואויר געווארן דעם סוד פון מיין געשוועסטער קינד וואס איז איינער פון די שוחטים, זאגט ער מיר
אז דאס פאריגע מאל, ווען דער גז''ל האט גענומען דעם חלף בודק צו זיין, און האט נעבעך נישט געוויסט
ווי מען האלט א חלף, און האט זיך נעבעך מיאוס צושניטן, ופרצו כל הקהל מיט א געלעכטער ופני.....חפו,
האט מען באשלאסן אז פון היינט און ווייטער פארדעקט מען דאס מויל, קיינער זאל נישט זעהן אז מען לאכט.
על כל פנים, פארשטייט יעדער פארוואס די אהרונים זענען בשמחה טראץ זייערע פארלוסטן,
און די זאלונים זענען דערביטערט טראץ זייערע נצחונות, די אהרונים האבן א רבי כשאיפת לבבם,
זיי האבן א סיפוק, זיי האבן נאבעלע מוסדות, טראץ די שטרויכלונגען, אבער זיי קיקן פאראויס,
מען האט בתי מדרשים מלאים מן הקצה אל הקצה, היכלי התורה וואס טאמער קומט מען נישט
גענוג צייטליך האט מען שוין נישט קיין פלאץ, מען הערט דברות קודש וואס גיט אריין א חיות דקדושה,
מען האלט זיך צו תקנות וואס דער רבי שליט''א מתקן געווען און זיך געשפארט שוין שווערע געלטער,
מען עסט א שטיקל פלייש ווייסט מען אז דאס איז העכסט מהודר מיט די גרעסטע חומרות והידורים, און
נישט נאר ממליחה ואילך, מען האט מוסדות התורה דפקע שמיה אלץ די בעסטע מוסדות וואס יעדער
(א חוץ די זאליס) פראבירט נאך צו מאכן, מען האט מצות לפסח מיט די גרעסטע הידורים וואס ס'איז
נאר פארהאנען, בקיצור מען האט א סיפוק הנפש אויפן גרעסטן פארנעם, איי די בנינים, נו, שטנא נצח,
וואס זאל מען טוהן, מען מיטשטעט זיך אבער בעזר השם זעהט מען א סייעתא דשמיא למעלה מדרך
הטבע, במילא איז מען צופרידן,
ווידער ביי די זאליס, המן'ס מידה פון וכל זה איננו שוה לי דערביטערט זייער לעבן, זיי שעמען זיך מיט זייער
רבי, זיי האבן נישט קיין הקפות, קיין הושענא רבה, קיין חנוכה, קיין שובבי''ם, קיין ל''ג בעומר, קיין תורה, קיין דרשה,
קיין היכל התורה, קיין כשר פלייש, גארנישט מיט גארנישט, א נעילת החג און א שושן פורים שוי און דאס אלעס,
זיי ווייסן אז ביי די וועלט איז ער נישט מער ווי דעם סאטמאר'ער רבי'ס ברודער דער וואס האט פראבירט
צו צוגנבענען די ראביסטעווע און ס'גייט נישט, און וועגן דעם זענען זיי דערביטערט.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 25/12/2009 20:03:26
 |
|
|