בית פורומים כל העולם כולו

מחזה הוד ביי שמחת הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, ראש הקהל דקרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2009 20:15 לינק ישיר 
מחזה הוד ביי שמחת הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, ראש הקהל דקרית יואל

די וואך דינסטאג איז פארגעקומען אין קרית יואל די חתונה פון בת הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א, מו"ץ דקהלתינו הק' בקרית יואל, איידעם פון הרבני החסיד ר' דוד עקשטיין שליט"א, פרעזידענט דקהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל. הונדערטער תושבים זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די שמחה בבית הראש הקהל שליט"א און אים ארויסווייזן סאלידאריטעט און שטיצע אין א צייט וואס ער ווערט באשמוצט אין די גאנצע וועלט פאר זיין 'חוצפה' פון ראטעווען די נכסי הקהלה.

א ספעציעלער מחזה הוד איז געווען ווען הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל שו"ת אגלי דבש, דער איינציגער דיין אין קהל יטב לב ד'סאטמאר וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט זעלבסט אויסגעקליבן לדון ולהורות, איז געקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה פונעם ראש הקהל, און ער האט זיך שלא כדרכו געשטעלט טאנצן מיטן ראש הקהלה אליין אינמיטן זאל בפני כל עם ועדה, אין א דירעקטן ענטפער צו די שלשה רועי בקר וועלכע האבן זיך דערקלערט אלס א.ג. 'בית דין' וואס טיילט פסקים און שיקט הזמנות קעגן זייער אייגענעם בעל דין אין א סכסוך בעניני ממונות.

ווער ס'קען זאל ביטע ארויפלייגן דא די בילדער פון בלאט, ולמצוה רבה יחשב.

וראו כל עמי הארץ!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 22:34 לינק ישיר 

ר' דוד פירט אויס זיין תפקיד בשלימות, ווי ער האט צוגעזאגט פאר רביה"ק בעל ברך משה זצוקללה"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 22:30 לינק ישיר 

די מעשה מיטן ברך משה'ס הויז איז געווען פאר אים א ביטערע דורךפאל
ווען משה האט גערופן קהל צו די''ת (דעמאלטס האט ער נאך געמעגט) אין איז ארויסגעלאפען נאך פאר'ן חתמן'נן ש''ב
אשריך ר' דוד

אגב, דער שוטה זינגט נאכמאל דער לא לי ולא לך ניגון
אז די וועסט גיט אריינטראכען ווער עס האלט בפועל ציריק אז דער פלאץ זאל נישט ווערן קיין ביהמ'ד וועסטו דיך זעהן אין שפיגעל, ווייל איינמאל ענק שרייבן אינטער ש''ב אין דער פלאץ אי'ה א ביהמ''ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 20:57 לינק ישיר 

אז מען רעדט שוין יא.

ברויך מען דא ארויס ברענגען א דאנק, פאר הרה"ח רבי דוד שליט"א פארן ראטעווען די הויז פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין קרית יואל, פון די הענט פון משה גבאי און רז"ל, וואס מיט גרויס סייעתא דשמיא האט ער עס געראטעוועט.

שטעלט אייך פאר ווען די הויז באלאנגט ווען צו די זאליס, וואספארא ווערצהויז דאס וואלט געווען.

איצט טוט די זעלבע רבי דוד מיט די הויז פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, מיטן פארמאכן די ווערצהויז און ארויס יאגן די מהרסים.

אשריך רבי דוד שליט"א אשריך!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 19:53 לינק ישיר 

זעליג, מזעט האסט שוין לאנג נישט געפארקט נעבן ביהמ"ד...

אפגערעדט פון די עירקאנדישענס וואס ליגן אזוי רואיג אויפן דאך פון די ליידיגע ווערצהויז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 19:50 לינק ישיר 

ער האט דאך נאכנישט ''געראטעוועט די נכסי הקהלה''?

סך הכל האט ער עס נאר פארשפארט, קיין בעלות האט נישט דערויף קיין כי הוא זה, 
א בחינה פון ''לא לי, ולא לך!''



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/12/2009 06:43 לינק ישיר 

רעכטער כתב:
אלע חרדי'שע אידן זענען דאנקבאר פאר ר' דוד פארן ווייזן קבל עולם ומלואו אז דער שלחן ערוך איז קאי וקיים


איך  מיין אז מען זאל אנפרעגן ביי די אידען אויף Quickway Rd. ווי דוד האט געבויט און אראפ געווארפען די מקוה, דין תורה האט דארט אויך געפסקנ'ט אז ער מיז איבערגעבן די בעיסמענט צו די מענטשן וואס וואוינען דארט און דוד זאגט אז ער האלט נישט אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/12/2009 21:24 לינק ישיר 

אלע חרדי'שע אידן זענען דאנקבאר פאר ר' דוד פארן ווייזן קבל עולם ומלואו אז דער שלחן ערוך איז קאי וקיים, און ווען איינער גייט בערכאות שלא ברשות בי"ד באגראבט מען זיך אליין.

ברוך אשר יקים את דברי התורה הזאת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 20:37 לינק ישיר 

געגאנגען כתב:
אין א צייט וואס ער ווערט באשמוצט אין די גאנצע וועלט פאר זיין 'חוצפה' פון ראטעווען די נכסי הקהלה.


!

כ'ווייס נישט אויף וועלכע 'וועלט' די רעדסט
אבער אין אינזער וועלט וואלט איך געראטען די זאלי'ס מיט די קווינס אין שאפראן'ער בחורים צו ווארפען נאך פאשקעווילן
זיי באשמיצן זיך אליין'ס בלינדערהייט,
עס באשמיצט זיי אויף א געשמאקע פארנעם.
(פינקט ווי זיין אריין אין קארט איז געווען א טובה פאר קהל, די זעלבע איז מיט זיין פאשקעווילן געווארפעכץ)

קיינער איז נישט משוגע, נישט פאר יעדן קען מען זאגען אז מ'האט אינטערגעקויפט די געריכט סיסטעם אין זיי האבען געשריבן אויף די בני זאלי'ס ''קלעגער'' און אויף קהל ''אנגעקלאגטע'' ווען (לויט זייער) פאקט איז פארקערט (לאך נישט...)

זיי ווארפען פאשקעווילן, אין ווען מ'רופט די פשקעווילן שרייבער צו די''ת, דאן קומט נאך א פעקל פאשקעווילן.....

הלוואי זאל איך האבען אזא כבוד ווי ר' דוד האט אין די וועלט, איינער וואס האט די גאטס אין זיך נישט געלאזט פין אזעלכע נידריגע פארשוינען,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מחזה הוד ביי שמחת הרה"ח ר' דוד עקשטיין שליט"א, ראש הקהל דקרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext