די וואך האבן די זאליס ארויס מארשירט פינעם צענטראלען בית מדרש אין מאנטיראל
אין זיך געפענט א נייעם שיל פין אן ערך 35 זאליס
זייער שיינער איד איז ר' משה מנחמ'ס איידים א יונגערמאן יושע לערנער.
דעס קומט נאכדעם וואס די זאליס האט געקלעמיט זיג ביי די וואלן פאר 3 יאר צוריק אז זיי האבן געווינען
די וואך האבן זיי קאפטעלירט אין ארויס פין בית מדרש.
ס'וועט זיין אינטערסאנט צי זעהן ווי ס'וועט זיך אויס שפילן מיט רב אין ר' משה מנחם
אין וויפיל פראקציעס ס'וועט זיין אין מאנטיראל ?
נישט פארגעסן אין מאנטיראל וואינען 220 סאטמערע יודען.
שכוח פאר איינמאל שרייבן דעם אמת, פאר א טויש "אז ס'טוט וויי די ברך משה שול שווייגט מען".
פאר די וואס וויל וויסן "דעם אמת" אז די וואך מיט די "ברך משה" שול און דער נייער מנין איז נישט געווען קיין פלאץ זיך ווי צו זיצן שבת צופרי, מאנטריאל האט שוין לאנג אויסגעוואקסן די שול וואס מען האט געבויעט 25 יאר צוריק.
נשלח ב-27/12/2009 21:29
אז ס'טוט וויי שווייגט מען.
נשלח ב-27/12/2009 21:27
דעקלעראציע דאכט זיך מיר אז ענקער ראש הקהל האט פארלוירן און די זאלי ראש הקהל האט געווינען, דאס הייסט אין די וועלט א 'געווינס' און ביי די ארוינים א 'פארלוסט'...
נשלח ב-27/12/2009 21:25
ני אז טאמיר אין ברך משה דאוונען שוין 50 יונגעלייט דארף דאך שוין זיין אסאך איבעריגע פלאץ אין ביהמ"ד אלא מאי די זאליס זענען ארויס ווי לוזערס ווייל זיי ווייסן אז האבן עס ביק טיים פארלוירן.
נישט פארגעסן אלעס בלייבט ביים אלטען.
נשלח ב-27/12/2009 21:23
די ארונים ווילן ענדערש רעדן פון א "מנין" אין ישיבה קטנה (וואס געהערט אויך פאר די זאליס) פון קארגע 20 יונגעלייט, וואס ווילן נישט דאווענען צוזאמען מיט זייער שווער, און נישט פון די "בירך משה" שול וואס האט די וואך געהאט פופציג מתפללים.
נשלח ב-27/12/2009 21:20
האסט פארגעסן צוצולייגן והמבין יבין, ווייל איך האב נישט פארשטאנען
נשלח ב-27/12/2009 21:17
דיין ווייטאג איז גרויס אין נאטרילך, נאך אזעלכע געווינסן ווער דארף פארלירן.
נשלח ב-27/12/2009 21:14
דעקלעראציע וועסט גארנישט פארדינען פון פארדרייען א קאפ, אדער אזוי ווי מען זאגט אין ארץ ישראל 'גיסן זאמד אין די אויגן.
די זאלי'ס טראגן זיך נישט אפ, שלש סעודות זענען זיי יא אין ביהמ"ד הגדול, נאר א גרופע פון בערך 35 אינגעלייטלעך וועלכע האבן חתונה געהאט די לעצטע 3 יאר האבן זיך גרופירט אין די 'ישיבה קטנה' בנין ווייל זיי האבן נישט קיין זיצן אין ביהמ"ד הגדול צוליב געדרענג.
די ליסטע פון שטעט האסטו פערגעסן צוצולייגן פון ווי איר זענט געפלויגן פין וויליאמסבורג מאנסי מאנטיראל אנטווערפן ירושלים לאנדאן
נשלח ב-27/12/2009 21:07
די זאליס שיקן נעבעך ארום צימישטע מעסיזשעס וועגן מאנטיראל, זיי קענען עס נעבעך נישט אראפ שלינגען אז זיי האבן פארלאזט דעם שול אין ענדליך איינגעזעהן אז דער שוהל באלנאגט פאר ר' דוד מייזעלס אין נישט פאר די זאליס, אין טאמיר הגז"ל וויל קומען א שבת קיין מאנטיראל מיז ער זיך אליינס מאכן א שול.
ווי ס'קוקט אויס וועט מאנסי נאכפאלגן.
למעשה איז הגז"ל ארויס געפלויגן פין קרית יואל בארא פארק בני ברק מאנטשסטער מאנטיראל אין יעצט קומט מאנסי אויף די ריי.
נשלח ב-27/12/2009 20:22
ווער איז דער מו"ץ אין די נייע ברך משה שוהל?
נשלח ב-27/12/2009 16:33
לעקסינגטאן דרייט אויס די אמת ווי א טיפיקל ארוני,
דאס וואלט געדארפט זיין די אמתדיגער נייעס וואס די ארוינים שעמען זיך צו שרייבן
ארונים טראגן זיך אפ פונעם צענטראלן ביהמ"ד אין מאנטריאל
דריי יאר נאך פארלירן די וואלן האבן ענדליך די ארונים זיך פארשאפט עפעס געלט צו עפענן א ביהמ"ד אין מאנטריאל, און זיי האבן געענעפט ביהמ"ד "בירך משה" אבער די פארלירער ליידען נאך פון די נאכווייען פון די וואלן וואס זיינט דעם, זענען זיי צוריסן און צושלאגן און יעדער לייגט אן דעם דורכפאל אויפן צווייטן, צוליב דעם זענען נאר האלב ארונים ארויס, און די אנדערע פראקציע איז געבליבן און זאגן א זיי וועלן עפענן אן אנדער ביהמ"ד בקרוב (בידערווייל ווארט מען נאך א זייער צוזאג, זעט אויס אז די ארימע ארונים קענען נישט צזאמשטעלן א פאר דאלער צו דינגען א פלאץ).
איך וויל נאר דערמאנען די ארוינים אז די זאליס האבן נישט לאנג צוריק געבויט אין מאנטריאל א תלמוד תורה פאר 6 מיליאן און א קורצער צייט, און אויב זיי וועלן בויען א נייער שול וועט מען בויען א מעכטיגער שול פאר 12 מיליאן
נשלח ב-27/12/2009 09:46
דער ברך משה זי"ע איז ארויף געקומען אויבן און בי"ד של מעלה און האט אנגעפאנגען מאכן סדר דארט. קודם די בית החיים דערנאך א זיסע נקמה און בני יואל און אזוי ווייטער.....