| נשלח ב-28/12/2009 03:29 |
|
| |
זאליס ב"פ: רביה"ק זי"ע נישט בעל הבית!
היינט איז געווען טישן אויף בענק ביי די דין תורה אין ב"פ, דאס איז געווען ווען די הנהלת המוסדת בראשות רבי אהרן וועלץ שליט"א האבן געזאגט ביי די דין תורה, אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז די פולקאמער בעל הבית אין די מוסדות, און רבי אהרן וועלץ איז נאר איין איינגעשטעלטער, אזוי ווי עס איז געווען ביי מרן רביה"ק בעל דברי יואל, און מרן רביה"ק בעל ברך משה.
און אזוי ווי דער אמת איז.
ווי א עראפלאן קראך האט עס געלאנדעט אויף די זאליס, שניאור קליין האט אנגעהויבען צו שרייען קולות אז טאמער מען ברענגט דא אריין איבער די רבנות דעמאלס לאזט ער איבער די דין תורה און קומט מער נישט צוריק, און רז"ל האט אים בפירוש געזאגט אז טאמער מען רעדט איבער רבנות אדער פון סיי וועלכע זאך חוץ בארא פארק, זאל ער איבער לאזן די דין תורה.
בי"ד האט געזאגט אז זיי זעהן נישט פארוואס מען טאר דאס נישט אריין ברענגען, און זיי קענען לכאורה נישט גיין ווייטער, ווייל מען דארף דן זיין צו רבינו שליט"א איז בעל הבית, מען דארף צוריק גיין ווי די שורש פון די מוסדות קומען, און ווער עס האט עס מייסד געווען.
און דאס איז זיכער אז רביה"ק בעל דברי יואל האט געגרידערט די מוסדות און ער איז געווען בעל הבית, דארף מען קוקן ווער עס האט עס פון אים איבער גענומען, און ווער האט די כוח פון אים היינט.
דא איז אויפגעשפרינגען שניאור קליין, און געשריגען מיט עזות און חוצפה, אז רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז נישט בעל הבית געווען אין די מוסדת!!!! און ער האט עס נישט געגרינדערט!!! נאר יונתן פייערווערקער, ממילא באלאנגט עס היינט פאר יעקב בערקאוויטש...
ווי שעמט זיך נישט אזא יונג צו זאגן אזא זאך!!!
אוי לאותה בושה!!!
נאך זיך ארום הרג'נען פאר 4 שעה איבער די נושא, האט שניאור געזאגט אז טאמער מען גייט זיך נעמען רעדן איבער די נושא, דעמאלס לאזן די זאליס איבער די דין תורה, עס איז געבליבען אז מען וועט ווייטער זיך ארום טענה'ן ביי די נעקסטע זיצונג.
ווי עס קוקט איצט אויס האלט עס ביי דעם, אזוי ווי יעדער האט זיך פארגעשטעלט, אז די זאליס וועלן אוועק גיין פון דין תורה, ווייל דין תורה איז ביי זיי חזיר טרייף, איצט גרייטן שוין די זאליס צו גאנצע זעק מיט תירוצים פארוואס זיי האבן איבער געלאזט די דין תורה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2010 21:36 |
|
| |
איצט היינט זינטאג תרומה קומט פאר א זיצונג ביי די דין תורה בארא פארק.
ווי די זאליס געבן נאך נישט אויף זייער שמוציג קאמף אז רביה"ק זי"ע איז געווען בעל הבית אויף די מוסדות.
האט איינער אפדעיט פון היינט?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 01:17 |
|
| |
היינט זינטאג וארא איז דא נאך א זיצונג, מען האלט נאך אינדערמיט.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 17:56 |
|
| |
דאס לייצנות איז דאך עד לב השמים,
די זאליס טיילען איין פארן ב''ד, אויף וואס זיי מעגן יא דן זיין און אויף וואס נישט, אויב דער ב''ד איז דן אויף אזאך וואס זיי ווילן נישט, וואס ביי אונזער פאל איז דאס די רבנות, הייבן זיי אן סטעראשענען, און שעלטען, אז זיי גייען דראפען דעם באשעפער מיט זיין תורה, עפ''ל,
זעט אויס אז די זאליבאנצעס ציטערן פון דער סיגיא פון רבנות, אזוי די נישט גיטע פון ויהי נועם,
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 15:10 |
|
| |
זעליג ביסטו נישט גראדע נאנט פארבינדן מיט דעם מסור יאשקע? איך זעי דיר כסדר נאכאנאנד רעדן פון עם און בכלל רעדסטו זיין שפראך!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 03:59 |
|
| |
דרך אגב איז דא אויף טעיפ ווי די הלכה וואס ווערט דא דן איז נתחדש דורך נישט קיין אנדערע ווי די היינטיגע ראש גולת אריאל רשכבה''ג געוועזענע ק''י רב שליט''א, ער זאגט עס פאר זיין געוועזענע פריינט (מיט וועם ער האט א סך פארברענגט אויפ'ן פאון) הרה''ג גאב''ד בעל הצלת יוסף שליט''א........................ ליצנוות אין א זיייט, ער זאגט אים אז ער דארף זיך מתדיין זיין פאר אונזערע דיינים, און ער דרייט א 15 מינוט ארום מיט די צונג וויל ער וויל נישט ארויסזאגן אז ער האלט ניט ביים גיין צו לאנדעסבורג בי''ד
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 03:30 |
|
| |
שכלדי'ג פארוואס קענסטו נישט שרייבן מיט נארמאלע פאנטס אזוי ווי יעדעם? מוז מען זיך טאקע יעדעס מאל אויסשטעכן די אויגן ליינענדיג דיינע גאוניש'ע רייד?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 02:12 |
|
| |
| שכלדיג כתב: |  |
יענקעלע11
די זאליס זענען נישט אזוי צוקאכט אין ב"פ, (און פליז זיי דו נישט אזוי צוקאכט...)
זיי האבן זיך זייעהר שיין אנגעהויבן צו בויען |
|
און דארט זענען זיי געבליבן...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 01:31 |
|
| |
יענקעלע11
די זאליס זענען נישט אזוי צוקאכט אין ב"פ, (און פליז זיי דו נישט אזוי צוקאכט...)
זיי האבן זיך זייעהר שיין אנגעהויבן צו בויען
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 23:46 |
|
| |
די זאליס אין בארא פארק זענען שטארק צוקאכט, ס'איז אוי לי ואוי לי, דער בית דין ריקט זיך נענטער צו די אישו פון מי בראש, דאס רבנות אישו קומט ארויף אויפן טיש און די זאליס ווערן ווילד, זיי וואלטן ארויס געלאפן און אפגעלאזט די גאנצע דין תורה, אבער דא האלט מען שוין נאכן אינטער שרייבן שטרי בירורין, און דער בית דין דארף זיי בכלל נישט אויף צו געבן א פסק, איז קענען זיך דער בית דין רישן אויף א שרעקליכן טעראר ווי דער נעוואריגער בית דין האט געליטן, ווייל כך דרכם, דאס קענען זיי גיט, און איך האף אז דער בית דין איז גענוג שטארק מקיים צו זיין דעם ולא תגורו.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 22:20 |
|
| |
איינמאל מהאט אונטערגעשריבן שטרי בירורין קען בית דין דן זיין אפילו אן זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 04:20 |
|
| |
שניאור קליין האט היינט געזאגט אין בארא פארק, אז די זאליס גייען איבער לאזען די דין תורה.
מען וועט נאך זיצן איינס אדער צוויי, אבער זיי וועלן עס איבער לאזן, ווייל די בי"ד וויל דן זיין אויף די רבנות.
איצט איז די שאלה וואס גייט די בי"ד טאן ווען די זאליס לאזן איבער די ד"ת?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 20:56 |
|
| |
די דיון אין בארא פארק איז נישט איבער די רבנות, עס איז נאר איבער די בארד, ווער עס איז די בארד. בעל הבית אויף די מוסדות איז די בארד, אזוי ווי ביי קהל איז קהל בעל הבית.
טאמער קומט אריין די ענין פון רבנות, קען מען נישט דן זיין דעראויף, אזוי ווי הרבנים דייני דקהלתינו שליט"א האבן שוין געשריבען, און אויך הרה"צ רבי אברהם לייטנער זצ"ל האט עס געזאגט אין א דרשה, און דאס איז שוין געפסקנט געווארן דורך דייני קהלתינו פאר די לווי', ווער ממלא מקומו איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:50 |
|
| |
נאך מער די פליפ פלאפיקייט פון די זאליבאנער איז אזוי שרעקליך, אז מען זיצען און וויינען פאר געלעכטער!
ביי די סיכסוך און ווילאמסבורג, האבן די זאליבאנער מחדש געווען א חידוש און חושן משפט, וואס די גרעסטע גאונים האבן פארזען, וואס? אה! הערט!
אז אויב למשל קהל בגנב'עט עמיצען, זאל זיך נישט מאכען, קענען מען דאזיגע סיכסוך, נאר דן זיין ביי די באצאהלטע דיינים, אויב דער דיין באקימט נישט באצאהלט פון קהל'ס קאסע, ווערט ער אויטעמאטיש פסול צו פסק'ענען די דאזיגע דין תורה! איר הערט? עס איז דאך ממש ל''ע! לאמיר גיין מיט די דאזיגע שיטה!
בארא פארק, די הנהלת המוסדות האט צו טאן מיט א יחיד, וואס האט זיך פארגליסט צו ווערן מנהל המוסדות, ער הייסט מנחם מענדל בן חיים צבי שווימער, ( ביים כלל ישראל ווערט ער אנגעריפן ''מסור שווימער'')
איז לשיטת הזאליס, ווער וואלט געדארפט פירן דעם דין תורה? הרה''ג ר' משה פריעדמאן שליט''א, הרה''ג ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט''א, הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א, הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א, הרה''ג ר' אלטר אליעזר האראוויטץ שליט''א, הרה''ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט''א, די זענען אויפן פעראל פון קהל יטב לב, ניין? דאס איז לשיטת האזאליס! אזוי פארשטייט שאול פערלשטיין, קיטשי וואלי, משה וואלף קליין, שמשון יעקב גאלד, און אלע אנדערעע זאלי קעפ,
ביזדערווייל? הערט און שטוינט!
דער שניאור קליין דער יושב ראש פון די זאליבאנער, זעצט זיך אריין אונעם אוטו, אונאיינעם מיט איינער פון די גרעסטע עסקנים פון די זאליס און בארא פארק, הרב חיים דוד כ''ץ הי''ו, און היידא! מען פארט! וואו אהין? און א ווייטע שטאט א סאך נאכן דשארש וואשיגטאן בריק, מען דארף דערנאך נעמען דעם פאליסייט, ביז עקסיט 9W דער שטאט דאכט זיך רופט זיך מאנסי, וואס איז דארט?
דער ווילדער שניאור איז געוואר געווארן אז דארט איז דא א פאר יונגלייט וואס שפילן ב''ד, דער הויפט פון די דאזיגע יונגעלייט, איז עפעס א באגאבונד וואס ריפט זיך הרב משה גאביאף, אין דארט קען מען פאר א פאר דאללאר באקימען פערטיגע 3 הזמנות מיט א כתב סירוב, מיט א רשות הליכה לערכאות, אויף איינמאל, מען דארף נישט ווארטען ביז דער נתבע ענפערט, דאס איז אויך א חידוש און חו''מ, אז פאר א פאר דאללאר, קען מען באקימן דעם פארטיגען פעקעש דיל, מען דארף נישט דירוך גיין די געווענדליכע בתי דין פראצעדור,
וכאן הבן שואל, 18 מינוט פון בארא פארק, געפינט זיך א בית דין וואס דארטן זיצען די שרי תורה, פונעם לעצטען יאר הינדרעט, עס איז דא דארט א ריזיגע סיין, מיט די ווערטער ''לישכעס בית דין'' וואס זיי באקימען א פעטען געהאלט פון א קאפעראציע מיטן נאמען קהל יטב לב 152, און איינער פון די דיינים וואס זיצען דארט א גאנצען טאג מעיטף בטלית, איז טאקע איינער וואס האט מחדש געווען דעם וואנדערבארען חידוש, אז נאר עמיצער וואס באקימט וועכנטיליך א טשעקעל פון קהל, קען פסקענען א דין תורה וואס עמיצער האט מיט קהל, זיין נאמען איז הרב חיים דוד הכהן כץ, און דער זעלביגער געפינט זיך איצט און מאנסי ביי דעם גאביאף קארפעראציע, און איבט אויס א אפנארמאלע דרוק, אז מען זאל אים גיבן רשות צו גיין צום גוי און קארט,
דער הרב משה גאביאף הי''ו איז בכלל נישט אויף קהל'ס פעראל, א סאטמארע יונגעמאן וואלט פון זיין הכשר קיין גלאז וואסער נישט גטרינקען, אוודאי אים נישט געפרעגט קיין שאילה,
אלזא? וואס טיט זיך מיט די טענה קאוד נימער תהליכי הקהלה? דייני קהלתינו?
וואו לייגט זיך דאס אויפן שכל,? מען מיז דאך זיין א געבוירענע זאלי דאס צו פארשטיין,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 22:14 |
|
| |
רבי יונה, איך האב פאר אייך נייעס,
די זאליבאנער וואלטען ח''ו קיינמאל נישט נישט געקימען צו דין תורה און בארא פארק, דאס ביי זיי א סאך א סאך הארבער, וואו די שלוש עבירות החמירות, נאר וואס קען מען טאן אז דער שופט האט געהייסען,? דער גוי האט פארשטאנען וואס די עבריינים האבן נישט פארשטאנען, אז יודן האבן א סיכסוך גייט מען צום ב''ד,
נישט וואו די ניו טעסטעמאן, די תורה חדשה פונעם גרויסען רבי ר' זלמן לויטעט אז מען מיז גיין און ערכאות, און מרים יד זיין בשט נפש און תורת משה רבינו ע''ה, רח''ל
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 28/12/2009 22:15:21
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 19:51 |
|
| |
איצט אין בארא פארק קראכט נאכמאל די זייפן בלאף וואס די זאליס האבן כסדר פארקויפט אז וועגן דעם גייען זיי נישט צו דין תורה ווייל רבינו שליט"א וויל נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין.
1) קודם ווי אזוי זענען זיי געגאנגען אין בארא פארק צו דין תורה, בשעת רבינו שליט"א האט נישט אונטער געשריבען שטרי בירורין דארט?
2) איצט ווען ר' אהרן וועלץ שרייט אז ער איז נאר איין אייגעשטעלטער אין די מוסדות, און רבינו שליט"א איז דער בעל הבית, ד.מ. אז רבינו שליט"א וועט מיזן אונטער שרייבן שטרי בירורין, שרייען די זאליס קולות ביים בי"ד להדם, אז רבינו שליט"א איז נישט קיין צד דא, ער איז נישט דא ארייין געמישט, און ער טאר קיין שטרי בירורין נישט אונטער שרייבן, און טאמער בי"ד האלט אים פאר א צייט דעמאלס לאזן די זאליס איבער די דין תורה.
פארוואס שרייען זיי אזוי: ווייל טאמער רבינו שליט"א איז דא א צד, און דארף אונטער שרייבן שטרי בירורין, מיינט דאס אז רז"ל וועט אויך דארפן אונטער שרייבען, און דאס וועלן די זאליס נישט צו לאזן, ביי זיי איז דאס ארגער ווי עסן חזיר בעצם יום הקדוש.
|
|
|
|
|