בית פורומים כל העולם כולו

א קלאסישער ביישפיל פון קאפיטאליסטישער קאמוניזם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/12/2009 18:48 לינק ישיר 
א קלאסישער ביישפיל פון קאפיטאליסטישער קאמוניזם

פאריגע וואך ביים לערנען חומש רש"י האב איך אביסל אריינגעטראכט אין די פרשה פון יוסף מיט די מצריים (סוף סדרה), און ס'האט מיר באלד אויפגעבליצט אז דאס איז ממש מענינא דיומא [כ'האף אז קיינער וועט נישט ארויסנעמען מיינע ווערטער פון קאנטעקסט כאילו איך בין ח"ו פוגע אין כבוד פון דעם קדוש אלקי, איך באצי זיך אויסשליסליך צום פשוטו של מקרא און די לעקציע וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם "מעשה אבות סימן לבנים" אויך אין די פשוט'סטע ענינים גשמיים].

יוסף הצדיק איז לכאורה נישט געגאנגען מיט קאמוניזם/סאציאליזם. ער איז געווארן משנה למלך און אנגעהאלטן דעם מאכטפולן אמט פאר זיבן יאר אבער נישט אויסגענוצט זיין כח ארויפצוצווינגען קאמוניזם אויף מצרים. במשך די גאנצע צייט האט יעדער געהאט די רעכטן צו זיין אייגן פעלד און זיינע אייגענע בהמות, און ווי ס'שיינט האט מען ניטאמאל געדארפט צאלן שטייערן. די אוצרות תבואה וואס מ'האט אוועקגעלייגט זענען אויבנאויף געקומען דוקא נאר פון די רעגירונג'ס, אדער פרעה'ס, אייגענע ריזיגע פעלדער.

למעשה אבער ווען די מצריים האבן זיך געטראפן אין א קלעם, די עקאנאמיע איז געגאנגען שלאפן און יעדער איז געלאפן צו די רעגירונג אז זי זאל עפענען אירע אוצרות און ראטעווען דאס לאנד פון אונטערגאנג, האט יוסף נאר מסכים געווען עס צו פארקויפן געהעריג, ווי א ריכטיגער קאפיטאליסט. ווען יענע זענען געבליבן ארעם און נאקעט האט ער גענומען זייערע פעלדער און זאגאר זיי אליין פאר קנעכט, איבערנאכט האט די רעגירונג אויסגענוצט אירע פעדעראלע אוצרות און אפגעקויפט גאנץ מצרים, אפילו זייערע אייגענע רעכטן האבן זיי פארלוירן ווען זיי האבן זיך געמוזט פארדינגען אלס קנעכט פאר פרעה!

המשך יבא



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 18:59 לינק ישיר 

פארזעצונג:

יעצט האט זיך אנגעהויבן דאס ריכטיגע. נאך וואס די רעגירונג האט לעגאל און ביזנעסמעסיג אויסגעקויפט גאנץ מצרים האט יוסף אויסגענוצט די געלעגנהייט אלס פאקטישער באלעבאס פון מצרים און גענומען טון דארט כאדם העושה בתוך שלו, ווי צב"ש דאס ארומטוישן די וואוין ערטער פון גאנץ מצרים! מיטן ציל צו ראטעווען זיינע ברידער פון די בושה אז זיי זענען גלות פארטריבענע, אא"וו.

נאכמער, ער האט פון דאן און ווייטער געטוישט דעם סיסטעם אין מצרים צו כמו קאמוניזם, א שטייגער ווי א רוסישער קאלכאז אדער ציוני'סטישער קיבוץ. יעדער מצרי וועט באקומען זרע פון רעגירונג'ס שפייכלער, און ווארשיינליך אויך אלע אנדערע נויטיגע צוגעהערן, און וועט ארבעטן פאר די רעגירונג. ער האט טאקע נישט איינגעשטעלט אזויווי ריינער סאציאליזם וואלט פארלאנגט אז אלע אוצרות זאלן אריינגיין אין די רעגירונג'ס קאסע און פון דארט וועט מען געבן פאר יעדן צו עסן, ער האט נאר געלאזט א סיסטעם פון כמו-קאפיטאליסטישער קאמוניזם. אכציג פראצענט פון די פירות איז דיינס און צוואנציג פראצענט געהער דער רעגירונג/קעניג אלס שטייערן. אויך די קרקע געהער פאר די רעגירונג.

פארשטייט זיך אליין אז כל זמן יוסף הצדיק פון די שבטי קה, דער מקור המוסר פאר די גאנצע וועלט ביזן היינטיגן טאג (זע דעם הסבר פון רמב"ן פארוואס פרעה האט אים געדארפט 'הייסן' שיקן עגלות צו ברענגען יעקב אבינו קיין מצרים), האט פארפיגט אויף דעם סיסטעם האט יעדער מצרי געוואוסט אז ער קען ערווארטן יושר און צדק, וואס מיט אן ערליכן פירער איז קאמוניזם ווירקליך א העכסט ערהאבענער אידעאל.

די מינוט אבער וואס ס'איז געווען "ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף", א גלוסטיגער גוי פרעה הרשע האט איבערגענומען די מאכט, האט ער באלד גענומען אויסנוצן דעם פאקט אז יעדער ארבעט פאר די רעגירונג ארויפצולייגן עבודת הפרך אויף די אידן צוליב זיין אייגענע פאליטישע אגענדע פון "פן ירבה"!

המשך יבא

תוקן על ידי - אפשר_דאך - 28/12/2009 19:00:53

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 19:26 לינק ישיר 

וואס וויל איך מיט די גאנצע מגילה?

איך האלט אז ס'איז זייער פאסיג פאר די היינטיגע תקופה, אבער לאמיר צוערשט אנכאפן א משל.

נניח אז די שטאט וויליאמסבורג שטייט פאר א געפערליכן קריזיס. ריעל עסטעיט האט שרעקליך געטראסקעט, דער עולם האט נישט קיין זשאבס, דריי פערטל דירות אין וויליאמסבורג שטייען פאר פארקלאזשור.

קומט צו גיין א ריזיגער גוטהארציגער עושר, א לעצט פארבליבענער אין די ביטערע עקאנאמיע (לאמיר נישט געבן קיין משלים...), און נעמט זיך אויסקויפן מארטגעדזשעס רעכטס און לינקס. ס'גייט דורך קוים א יאר צייט און גאנץ וויליאמסבורג באלאנגט פאר דעם איינעם ריזן עושר. דער עולם אטעמט אפ א מחיה, וויליאמסבורג איז געראטעוועט!

גייט דורך עטליכע חדשים און דער עושר באטראכט זיך אז ער וויל אויפשטעלן א ריזיגן שאפינג מאל לי ביי וועלעבאוט, ער באפעלט אלע משפחות פון דארט אז זיי מוזן זיך גרייטן ארויסציען. ער שטופט יעדע משפחה אריין אין א לאך ערגעץ וואו אין אלע עקן וויליאמסבורג, כ'מיין ער האט דאך גענוג וואו זיי צו לייגן. ס'הייבן זיך אויגן ברעמען אין אלע זייטן אבער קיינער וואגט נישט צו לאזן הערן א פיפס. נאך אלעם גלוסט זיך נישט פאר קיינעם צו מופן מיט די גאנצע שמענדרע קיין מאנסי, וואו ריעל עסטעיט איז נאך אלץ גוט אין דער ערד (בלויז א משל, פארשטייט זיך...).

מ'קען אזוי מאריך זיין גענוג, אבער כ'וועל איבערלאזן די איבריגע פאר אייער אייגענע פרוכטבארע פאנטאזיע.

דאס איז א קלאסישער ביישפיל פון קאמוניזם (לייען: דיקטאטורשאפט) עפ"י קאפיטאליזם, אדער אין איר שיינעם נאמען "מאנאפאל". אלעס איז געמאכט געווארן מיט א געהעריגן לעגאלן קאנטראקט, אבער עווענטועל קומט עס אן ביז די ערגסטע אומשטענדן.

דאס איז שטארק נוגע אצינד ווען די רעגירונג אונטער פרעזידענט אבאמא יר"ה האט זיך אויסטערליש צעברייטערט. איך בין נישט א טייל פון די רעפובליקאנער משוגעים, קאנסערוואטיוון בלע"ז, וועלכע פארפירן אז ער איז א קאמוניסט, פאשיסט, מוסולמענער, און אטעאיסט, אלעס אויפאמאל (ווי יענער וואס איז געווען א גר צדק און אן אייניקל פון רבי ר' אלימלך), אבער איך האלט אז זיי האבן א פוינט.

בפרט פאר אונז אידן, וועלכע האבן גענוג געהערט און געזען אין אונזער בלוטיגע היסטאריע וואו צופיל רעגירונג'ס קאנטראל קען פירן דארף מען אויפנעמען אלעס מיט פארדאכט. און נאכאמאל, איך האלט דירעקט נישט אז ער האלט שוין דארט, אדער אפילו אז ער צילט אנצוקומען אהין, אבער זיינע פאליסיס קענען עווענטועל דערפירן צו א מצב וואס די רעגירונג זאל איבערנעמען גענצליך אונזער לעבן. היינט אדער אין צען יאר ארום. און אפילו אויב אבאמא מיינט גוט, קען מען נישט וויסן וואס וועט פאסירן מיט א "מלך חדש" [אך און וויי וואלט געווען פאר אמעריקע אויב דער דיקטאטור דיק טשעיני וואלט געהאט די רעגירונג'ס מאכטן וואס אבאמא וואלט געקענט באשטיין צו האבן].

סתם, א נקודה למחשבה.

נ.ב.
דאס זעלבע קען טאקע פאסירן מיט "ביג ביזנעס", אבער דארט איז כאטש דא א רעגירונג און א פעדעראלער געריכט סיסטעם וואס שטייט אויף דער וואך קעגן ריזיגע מאנאפאלן. קעגן א גרויסע רעגירונג איז דער סיסטעם מאכטלאז אויסער א רעוואלוציע, האפנטליך א פרידליכע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 23:34 לינק ישיר 

שעם דיך די תרה הקדושה איז נישט קיין צייטונג

איך וויל דיר זאגן

די קומסט אן אזוי מיט א קלאמפערשטן תמימותדיגן פנים ווי די מיינסטאך חלילה גארנישט

די שרייבסט סתם אזוי נאך פשוטו של מקרא

די משכילים און די נוצרים האבן אויך נאר געשריבן פשוטו של מקרא

מדארף זייער אכטונג געבן די תורה איז נישט קיין שפילעריי =קענסט מאכן וויצן אלס פיין און וואויל

אבער מיש נישט אריין תורת משה די תורה"ק וואס איז געגעבן געווארן אויפן בארג סיני מיט קולות וברקים מיט התגלות השכינה - האט קיין שייכות חלילה וחס מיט קאמאדיע

איך בין דיר דן לכף זכות = אבער וויסן זאלסטו סאיז נישט קיין שפילעריי די סארט זאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 04:15 לינק ישיר 

און די געזעצן פון מצרים אז פוטיפר האט געוואלט טשעפן מיט יוסף, ממש ליבעראלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 17:25 לינק ישיר 

גאנציגער כתב:
און די געזעצן פון מצרים אז פוטיפר האט געוואלט טשעפן מיט יוסף, ממש ליבעראלן.


הוא אשר דיברתי דער פאנגט דא קודם אן ממש נאר מיט פשוטו של מקרא ער נעמט סך הכל נאר א קלאסישער ביישפיל ער מייט גארנישט עפ"ל

און נאכדעם קומט דער גאנציגער און פירט עס נאך ווייטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א קלאסישער ביישפיל פון קאפיטאליסטישער קאמוניזם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext