בית פורומים אידישע געדאנק

דער היינטיגער טיילונג און די קליגע זקנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/12/2009 20:23 לינק ישיר 
דער היינטיגער טיילונג און די קליגע זקנים

ווער עס איז אביסל באקאנט און די ארצות אירופה; -ספעציעל און די מאדיארישע פראווינצען און אונגארען- געפונען זיך און פולע געוועזענע אידישע שטעט צוויי בתי חיים איינס אן נייערע וואס דאס האט געהערט בלויז צו די ארטעדאקסישע קהלה און דער צווייטע: אן אלטען פעלד וואס דארט ליגען די גדולי ומאורי ישראל נ"ע וואס זענען נסתלק געווארען פון בערך הינדערט יאר צוריק און פריער, וואס דאס איז געליגען אונטער די הענט פון די אזוי געריפענע ספרדישע קהילות און זענען באשטאנען פון די נעאלאגען און משכילים למיניהם, און איז געשאנקען געווארען פאר זיי דורך די רעגירונג ביי די באקאנטע היסטארישע טיילונג און אונגארען זייענדיג אנערקענט ביי די דארטיגע געריכטען אלס די אפיציעלע קהלה אין שטאט

און כאטש די צוויי בתי חיים זענען היבש ווייט איינס פון ס'אנדערע און זיי זעהען זיך געווענליך אפילו נישט, ווער רעדט נאך פון זיך גרעניצען איינע מיטן צווייטן דאך האט א ערליכע ארטעדאקסישע איד נישט געצווייפלט קיין מינוט, און נישטאמאל געזעהן פאר זיינע אויגען אן אויסווייל איינס פון צוויי, נאר ער האט פארשטאנען אז כאטש זיינע עלטערן ליגען נאך אונעם אלטען בית החיים און כאטש דער אלטער ביה"ח פארמאגט און זיך פולע גאונים וקדושים וועט ער בשום אופן זיך נישט לייגען אונטער די טריפה'נע הענט פון די אויפגעקלערטע (און טייל מאל שוין האלב געשמד'טע) חברה. נאר ער וועט ליבערשט מוותר זיין אויף די פריוועליגיע פון ליגען מיט זיינע רבי'ס און זיין א טייל נאר פון די ערליכע קהלה אין שטאט. איין ביישפיל איז קאליוו ווי מען זעהט אז מען האט באערדיגט דער לעצטער ארטיגער רב- דער באר מנחם זי"ע- אונעם נייעם ביה"ח כאטש וואס אונעם אלטען ליגט דער הייליגער ר' אייזיקל קאלייווער און נאך.

כלפי מה דברים אמורים, דער היינטיגער טיילונג און סאטמאר איז אפשר פונקט אזוי וויכטיג פאר כלל ישרא-ל -און ספעציעל פאר תלמידי וחסידי סאטמאר- ווי דער ערשטער טיילונג ביי די אונגערישע אידן. דער שארפער ציגאנג פון דער הייליגער חת"ם סופר און זיין באקאנטער לאזונג: חדש אסור מן התורה האט דעמאלטס געראטעוועט דער אונגארישער אידענטום און ראטעוועט נאך היינט טויזענטער אנ"ש נישט צי פאלען פאר דעם גרויסן מתחדש - דער אהרן חארינער בימינו, דער טיילונג אין אונגארען איז היינט א לייכטורעם פאר אלפים ורבבות צוריקצוקיקען און זיך אויך אפטיילען גענצליך פון די מתחדשים בדורינו. זיך ווייטער צו פירען על דרך אבותינ ורבותינו זי"ע בלי שום שינו.

ספעציעל איז דאס געקומען אין ליכט ווען די צענטראלע סאטמארע קהלה האט אפגעקויפט א נייעם חלקה צו דעם אלטען בית החיים אז אפילו און די קורצע צייט פון געציילטע יארן וואס דער בית החיים וועט ליגען און דער נעאלאגישע (און גלייכצייטיג ספרדישע...) הענט צוליב געריכטליכע מאנעווארעס, זאלען אנ"ש נישט דארפען ליגען אפילו פאר א קורצע וויילע אונטער זייערע שמיציגע נעגל און זאלען האבען א אייגענעם ווינקעל צו קענען דורעכפירען די כבוד המת כראוי (דאס איז שוין אויסער די טעם פון די שווערע געלטער וואס מען האט ארויסגעפרעסט פון דע ציבראכענע משפחות, וואס וויפל מאל דער 'מונחת קהילע' וועט דאס לייקענען שטייען די צובראכנע פאמיליעס דא, און געדענקען נאך גוט די טעראר וואס מען האט אויסגעאיבט אויף זיי).

דאס יעצטדערמאנטע איז מיר געקומען לעצטענס פאר די אויגען ווען איך האב מיר באקענט מיט א מציאות פון עטליכע פעלער ווי קליגע זקנים -ערענסטע אידן האבען זיך פארבינדען מיט די קהלה פארשטייער און אויסגעדריקט זייער וואונטש אז אזוי ווי זיי ווייסן נישט וואס די מארגען וועט ברענגען און אזוי אויך פארמאגען זיי קינדער אדער איידימער וואס געהערן צו די כת הנעאלאגען ומתחדשים געבן זיי איבער זייער צוואה פאר די הנהלת הקהלה אז מען זאל זיי ח"ו נישט איבערגעבן אין די הענט פון יענע כת אפילו פאר א קורצע צייט.(און לויט ווי איך הער טוט די קהלה לעגאלעזירען זייער פארלאנג צוליב פארשטענדליכע סיבות) און אזוי אויך בין איך זעלבסט באקאנט פון א איד וואס איז ארום געגאנגען ווי אן א קאפ, און ער האט ב"ה געקענט אפאטעמען ווען דער קהלה בהתייעצות כ"ק אדמו"ר שליט"א האט מחדש געווען דער נייעם ביה"ח ע"מ שיבלע המוות לנצח

און יעצט צו די חלה דעקליך, אריזאנע מצה טאשען וכו'! יובלעטס ווייטער מיט יעדער מת וואס גייט ליגען ביי אייך, (ביי אייך אויף נאך א קורצע וויילע) ב"ה מיר האבען די מעגליכקייט צו זיין אפגעטיילט פון ענק און ענקער מנהיג און מיר פלאנען-גענוי ווי די אונגארישע אידענטום- צו זיין אפגעטיילט ביז משיח'ס טאג ווען ילמדו טועים בינה

 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 21:17 לינק ישיר 

דו האסט אנגעהויבן פון די בריוו, טא ברענג דו א קאפי,

אבער נעם עס נישט צום הארצן, כ'האב מער געמיינט די זשאוק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 20:54 לינק ישיר 

אדרבה רעב סענדער, לאמיר זען אויב איז עס אמת וואס די שראבסט, אז סאיז מער ר''ת ווי גיווענדליך, איך וועל נישט זיין שאק אז דארט שטייט גאר המאור הגדול ארויס גישריבן, אבער לאמיר זען אויב איז באמת דא מער ר''ת ווי אין אלגעמיינע בריעוון, לייג ארויף א קאפי פין דעי הסכמה אין לאמיר זען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 20:40 לינק ישיר 

דער מציאות איז שטעל צאם די בריוון פון די מכתבים מיט די בריוו צום המאוה"ג, ס'איז אביסל א אנדערע שריפט.. אפשר מחמת גרויס חביבות צום ווישניצער'ס איידעם האט דער רבי געשריבן מיט מער ר"ת ווי ביי אנדערע.... ס'איז נישט נאר המאוה"ג, ברענג ביטע דעם ר"ת בריוו און דער עולם זאל דן זיין.

דעס מאכט נישט דעם רבין א טו פעיסר ווייל מ'דארף זיין בלינד נישט צו כאפן.. ס'איז א געווענליכע זאך צו שרייבן מיט ר"ת ווען ס'פעלט זיך אויס.. ס'אזוי ווייט אז די ארונים האבן געמוזט אויפמאכן אלע ר"ת וואס מען טוט נישט געווענליך ביים אפקלאפן א האנדשריפט

עניוועיס, איך האב געשריבן והמבין יבין, ס'איז נישטא וואס צו טענה'ן ווען מ'שרייבט והמבין יבין.... וד"ל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 19:09 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
די רבי האט געשריבן המאור הגדול אדער המאה"ג, ס'איז באקאנט פאר יעדעם אז דעם רבין'ס בריוו צום וויזניץ'ערס איידעם איז רוב געשריבן מיט ר"ת, והמבין יבין... די ארונים האבן איבערגעדרוקט דעם בריוו און אויפגעמאכט אלע ראשי תיבות... דער עולם דא וואלט געוואלט זען דעם בריוו מיטן רבין'ס האנט שריפט.. ווער ס'האט עקסעס זאל עס ביטע ארויפלייגן

קיינער האט נישט אראפגעריסן ר' אהרן'ס רעבעצין, זי איז אפשר א וואוילע פרוי זי באלאנגט נאר נישט אין סאטמאר, ווי קומט אריין אז אלטא פיגא איז געגאנגן אין שולע מיט..

 
יא יא, איך פארשטיי, דער רבי זי''ע איז גיווען א פלעינער טו פעיסער, (איך וויל נישט שראבן א פלעינער בלאפער, ווייל זיי וועלן תיכף אנהייבן צי שעלטן נאן סטאפ), רבי חיים מאיר וויזניצער האט נעבעך גימיינט אז דער דברי יואל שראבט אויף עהם כבוד קדושת שמו תפארתו, אבער ער האט דאס נאר גישריבן אין ראשי תיבות, ער האט גישריבן כקש''ת, אין דער אמת מאכט דאס .................. א מין כיטרער דאבל טאוקער, (גידענקט, איך האב נישט גישריבן בלאפער אין פעיקער),  פארפאלן א גיטס פונעם דברי יואל, אזוי אויך ער שראבט א הסכמה פאר זיין ברודערס אייניקל דער וויזניצער'ס איידעם, נו, לאמיר עם אויך געבן א גיזינטן פליק, איך וועל שראבן המאוה''ג זאל ער מיינען אז דאס מאכן המאור הגדול דערוויל מאכט דאס ............., אין דאס איז גיווען דער דברי יואל זי''ע לשיטתם פין די זאליס....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 16:54 לינק ישיר 

סא חוצפה פין דעם גימפעלע, דער גראבער שלמה יאנקל זאגט אז דער דברי יואל וואלט זיך נישט גיטראפן מיטן קלוזענבורגער איז זיכער אז ער וואלט זיך מיט עם נישט גיטראפן, דער דברי יואל וואלט זיכער נישט גיטין אנדערשט ווי דער געלער בדחן הייסט, אמת ער האט זיך גיטראפן מיט וויזניץ, מיט גער, מיט ערלוי, מיט ליבאוויטש, ער האט זי גיטראפן מיטן בעלזער, ער האט זיך גיטראפן מיט חברי הכנסת, ער האט זיך גיטראפן מיט ציוניסטישע צייטונג שרייבער, ער האט זיך גיטראפן מיט גרשון דזשעקובסון, אבער מיטן קלויזענבורגער וואלט ער זיך זיכער נישט גיטראפן, אז שלמה יאנקל זאגט ניין איז ניין, איי ער האט זיך גיטראפן מיט כ''ק אדמו''ר רבי הערשעלע ספינקער זצ''ל טראץ דעם וואס מיט זיין טאטן רבי אביש'ל זצ''ל האט דער רבי גיהאט א גרויסע מחלוקה, נו פארוואס זאל ער זיך נישט טרעפן מיטן היינטיגן קלויזנבורגער רבי?, ווייל ער האט גיהאט א מחלוקה מיט זיין טאטען?, עס שטייט דאך לא יומתו בנים על אבות, אבער אז  דער שלמה יאנקל, לאזט נישט איז דאך נישט שייך. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 07:22 לינק ישיר 

שלמה_יאנקל כתב:
בעל ויואל משה האט /וואלט זיך מיט אים נישט געטראפן!



פארוואס נישט? חוץ א פערזענליכער קאנפליקט, וואס איז ער אנדערש פון גערער רבי למשל???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 05:12 לינק ישיר 

די רבי האט געשריבן המאור הגדול אדער המאה"ג, ס'איז באקאנט פאר יעדעם אז דעם רבין'ס בריוו צום וויזניץ'ערס איידעם איז רוב געשריבן מיט ר"ת, והמבין יבין... די ארונים האבן איבערגעדרוקט דעם בריוו און אויפגעמאכט אלע ראשי תיבות... דער עולם דא וואלט געוואלט זען דעם בריוו מיטן רבין'ס האנט שריפט.. ווער ס'האט עקסעס זאל עס ביטע ארויפלייגן

קיינער האט נישט אראפגעריסן ר' אהרן'ס רעבעצין, זי איז אפשר א וואוילע פרוי זי באלאנגט נאר נישט אין סאטמאר, ווי קומט אריין אז אלטא פיגא איז געגאנגן אין שולע מיט..   


 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 04:35 לינק ישיר 

צביהירש כתב:
דעם בעל ויואל משה ז"ל האט נישט חתונה געהאט מיט א רעבעצין וואס האט שטודירט העברעיש אין בית יעקב סקול אין מדינת הציונים

ווי מיינסטי האט רעבעצין אלטע פייגע גילערנט? אין בית רחל?, טיפשל איינער, זי איז גיגאנגען אין די שולע מיט גוים אין גויטעס, אין אגב עברעיש שטודירט מען נישט!, אין וואס האלסטי, ווען דער רבי זי''ע האט גישריבן אויף רבי אהרן המאור הגדול האט ע פארגעסן אז ער איז א איידים אין וויזניץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 03:42 לינק ישיר 

בעל ויואל משה האט /וואלט זיך מיט אים נישט געטראפן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 01:44 לינק ישיר 

דעם בעל ויואל משה ז"ל האט נישט חתונה געהאט מיט א רעבעצין וואס האט שטודירט העברעיש אין בית יעקב סקול אין מדינת הציונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 00:58 לינק ישיר 

סאטמאר רב ז"ל האט נישט געהאט א דזשקאזי און אויך נישט דזשיגאן טעיפס, ממילא, וואס ווילסטו ארויסברענגן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 23:18 לינק ישיר 

אה! אבער דזשעקאזיס אין דזשיגאן טעיפס פלעגט דער ויואל משה יא האבן, אמת?, אין דער ויואל משה פלעגט אויך ארים צי טראגן די קינדער אוף ריידס, ער האט אויך גיהאלטן שיינע נעילת החג אין שושן פירום שויס, אין בכלל דיין רבי איז א קארבן קאפי פינעם דברי יואל, סארי דער ויואל משה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 23:07 לינק ישיר 

דער בעל ויואל משה איז געווען רבי אן א משולחן מלכים און מרן אדמו"ר שליט"א קען אויך זיין רבי אן דעם, זעט אויס דיין רבי ברויך עס יא פאר א סיבה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 22:34 לינק ישיר 

פארשטייצעך מיט כל הנערים האבן אפגימאכט ווער סאיז ערליך אין ווער סאיז א הולך לערכאות, ווער סאיז א מבזה גדולי ישראל אין ווער סאיז בכלל א גדול בישראל, לאמיך ענק זאגן, ענקער מיינונג איז קיין מיינונג, מיר קיקן וואס כל גדולי ישראל (עקסלאדינג די פאר זאלי אינטערגיקויפטע רבנים) האלטן, מיר איז אסאך חעשעבער וואב רבי חיים לייב כ''ץ האט צי זאגן, ווי וואס פארשטייציך האט צי זאגן, הרב וואזנערס מיינונג איז אסאך חעשעבער ווי כל הנעריםס מיינונג, סא איר קענט שעלן אין שרייען, גארנישט וועט ענק נישט העלפן, דע גאנצע וועלט ווייסט ווער סאיז היינט דער גדול הדור, אין מע זעט דאס יעדע וואך אין משלחן מלכים, אין איך הייס ענק נישט דאס ליינען ווייל איט קען בי דענדזשערעס טו יור העלטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 22:21 לינק ישיר 

א רב האט אמאל געזאגט, ווען קרח ועדתו וואלטן צו אלע קריגערייען אויך געווען ליצים, וואלט די מעשה מיטן גריב גארנישט אויפגעטון, ווייל מ'וואלט פון דעם אויכט ליצנות געמאכט....

יעדע ענטפער פון די ארונים איז געבויט אויף ליצנות אויף דעם איז געבויט די גאנצע בלאט און ווען נישט זייער ליצנות וואלטן זיי קיינמאל נישט געהאט קיין קאנפידענץ,

דעס וואס געלעכטער1 האט מיר געענפערט איז א ליצנות ס'איז נישט קיין שום דמיון צו וואס איך רעדט

זייטס מיר מוחל, ס'איז פשוט ענה כסיל כאוולתו..

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער היינטיגער טיילונג און די קליגע זקנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext