בית פורומים אידישע געדאנק

דער היינטיגער טיילונג און די קליגע זקנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2009 16:54 לינק ישיר 

סא חוצפה פין דעם גימפעלע, דער גראבער שלמה יאנקל זאגט אז דער דברי יואל וואלט זיך נישט גיטראפן מיטן קלוזענבורגער איז זיכער אז ער וואלט זיך מיט עם נישט גיטראפן, דער דברי יואל וואלט זיכער נישט גיטין אנדערשט ווי דער געלער בדחן הייסט, אמת ער האט זיך גיטראפן מיט וויזניץ, מיט גער, מיט ערלוי, מיט ליבאוויטש, ער האט זי גיטראפן מיטן בעלזער, ער האט זיך גיטראפן מיט חברי הכנסת, ער האט זיך גיטראפן מיט ציוניסטישע צייטונג שרייבער, ער האט זיך גיטראפן מיט גרשון דזשעקובסון, אבער מיטן קלויזענבורגער וואלט ער זיך זיכער נישט גיטראפן, אז שלמה יאנקל זאגט ניין איז ניין, איי ער האט זיך גיטראפן מיט כ''ק אדמו''ר רבי הערשעלע ספינקער זצ''ל טראץ דעם וואס מיט זיין טאטן רבי אביש'ל זצ''ל האט דער רבי גיהאט א גרויסע מחלוקה, נו פארוואס זאל ער זיך נישט טרעפן מיטן היינטיגן קלויזנבורגער רבי?, ווייל ער האט גיהאט א מחלוקה מיט זיין טאטען?, עס שטייט דאך לא יומתו בנים על אבות, אבער אז  דער שלמה יאנקל, לאזט נישט איז דאך נישט שייך. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 19:09 לינק ישיר 

סעננדר כתב:
די רבי האט געשריבן המאור הגדול אדער המאה"ג, ס'איז באקאנט פאר יעדעם אז דעם רבין'ס בריוו צום וויזניץ'ערס איידעם איז רוב געשריבן מיט ר"ת, והמבין יבין... די ארונים האבן איבערגעדרוקט דעם בריוו און אויפגעמאכט אלע ראשי תיבות... דער עולם דא וואלט געוואלט זען דעם בריוו מיטן רבין'ס האנט שריפט.. ווער ס'האט עקסעס זאל עס ביטע ארויפלייגן

קיינער האט נישט אראפגעריסן ר' אהרן'ס רעבעצין, זי איז אפשר א וואוילע פרוי זי באלאנגט נאר נישט אין סאטמאר, ווי קומט אריין אז אלטא פיגא איז געגאנגן אין שולע מיט..

 
יא יא, איך פארשטיי, דער רבי זי''ע איז גיווען א פלעינער טו פעיסער, (איך וויל נישט שראבן א פלעינער בלאפער, ווייל זיי וועלן תיכף אנהייבן צי שעלטן נאן סטאפ), רבי חיים מאיר וויזניצער האט נעבעך גימיינט אז דער דברי יואל שראבט אויף עהם כבוד קדושת שמו תפארתו, אבער ער האט דאס נאר גישריבן אין ראשי תיבות, ער האט גישריבן כקש''ת, אין דער אמת מאכט דאס .................. א מין כיטרער דאבל טאוקער, (גידענקט, איך האב נישט גישריבן בלאפער אין פעיקער),  פארפאלן א גיטס פונעם דברי יואל, אזוי אויך ער שראבט א הסכמה פאר זיין ברודערס אייניקל דער וויזניצער'ס איידעם, נו, לאמיר עם אויך געבן א גיזינטן פליק, איך וועל שראבן המאוה''ג זאל ער מיינען אז דאס מאכן המאור הגדול דערוויל מאכט דאס ............., אין דאס איז גיווען דער דברי יואל זי''ע לשיטתם פין די זאליס....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 20:40 לינק ישיר 

דער מציאות איז שטעל צאם די בריוון פון די מכתבים מיט די בריוו צום המאוה"ג, ס'איז אביסל א אנדערע שריפט.. אפשר מחמת גרויס חביבות צום ווישניצער'ס איידעם האט דער רבי געשריבן מיט מער ר"ת ווי ביי אנדערע.... ס'איז נישט נאר המאוה"ג, ברענג ביטע דעם ר"ת בריוו און דער עולם זאל דן זיין.

דעס מאכט נישט דעם רבין א טו פעיסר ווייל מ'דארף זיין בלינד נישט צו כאפן.. ס'איז א געווענליכע זאך צו שרייבן מיט ר"ת ווען ס'פעלט זיך אויס.. ס'אזוי ווייט אז די ארונים האבן געמוזט אויפמאכן אלע ר"ת וואס מען טוט נישט געווענליך ביים אפקלאפן א האנדשריפט

עניוועיס, איך האב געשריבן והמבין יבין, ס'איז נישטא וואס צו טענה'ן ווען מ'שרייבט והמבין יבין.... וד"ל





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 20:54 לינק ישיר 

אדרבה רעב סענדער, לאמיר זען אויב איז עס אמת וואס די שראבסט, אז סאיז מער ר''ת ווי גיווענדליך, איך וועל נישט זיין שאק אז דארט שטייט גאר המאור הגדול ארויס גישריבן, אבער לאמיר זען אויב איז באמת דא מער ר''ת ווי אין אלגעמיינע בריעוון, לייג ארויף א קאפי פין דעי הסכמה אין לאמיר זען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 21:17 לינק ישיר 

דו האסט אנגעהויבן פון די בריוו, טא ברענג דו א קאפי,

אבער נעם עס נישט צום הארצן, כ'האב מער געמיינט די זשאוק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער היינטיגער טיילונג און די קליגע זקנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.