בית פורומים אידישע געדאנק

5 ארעסטירט און שיכון סקווירא,שטעטל איז לעבעדיג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2009 06:12 לינק ישיר 
5 ארעסטירט און שיכון סקווירא,שטעטל איז לעבעדיג

יעצט מאנטיג נאכט איז לעבעדיג און שיכון סקווירא, פאליציי איבער די גאנצע שטעטל, 5 ארעסטירט געווארן, ווייסט איינער מער דעטאלן?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 21:32 לינק ישיר 

די חיליק פון די מכות דם צפרדע כינים,
סקווער,
האט אלס פראבירט צי לעבן בשלום מיט די דרוסנדיגע וועלט, און זיך נישט איינרייסן מיט קיינעם,
ווידער ביי זיך פאר זיינע מענטשן, האט ער אלס אויסגעדראשן וויפיל עס איז געגאנגן,
אסאך טעראר איז פאר געקומען און סקווער זעלבסט,
אסאך פיינע אידן און סקווער נישט קיין באומעס, זענן שטארק פארווייטאגט אויף די הנהגה און סקווער,
בעלזא
האט זיך געשלאגן מיט אנדערע פון אינדרוסן, און אסאך טעראר געניצט פאר דעם צוועק,
א יעדע רבי אדער מנהיג, פאר ער גייט צום בעלזא'ר רבי טראכט ער צווי מאל,
פשוט א נערישע קינדערישע טשעפנאק,
זיינע מענטשן געט ער אסאך, טאקע ברוחניות האט ער זיי אוועק געהארגעט,
אבער ער בילד זיי אויף פאר געלערנטע מענטשן, ער האט אינזין פארשידענע זאכן בפרטיות פון זיינע חסודום,
ארונים
זיי האבן ביידע מעלות,
רייסט שטיקער פון זיינע חסודום,
געט זיי בזיונות פאר די גאנצע וועלט, טאג איין טאג אויס,
און שלאגט זיך מיט וועם ער קען נאר,   

וועסטו מיך פרעגן ווי אזוי האט ר אזויפיל חסידים,
דער תירץ איז,
אז אויב מען האט געקענט דינען צי עץ ואבן וואס טיען נישט גארנישט,
קען מען פארשטיין דעס אויך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 20:51 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 15:48 לינק ישיר 
אנאליז: היסטארישער איבערזיכט איבער די סקווערע רעוואלוציע

א יעדער וואונדערט  זיך וואס האט פונקט יעצט פאסירט אין סקווירא?

איך וועל אראפגעבן אביסל היסטאריע און פראבירן צו אנאליזירן דעם סיטואציע און אויסשמועסן דעם ענין דא

ווען דער סקווערער רבי זצ"ל האט געגרינדעט זיין שטעטל האט ער געוואלט אוועקשטעלן א מין סארט שטעטל
אזוי ווי אין רוסלאנד מיט די פארצייטשע אמונת צדיקים וואס מהאט גע'האט אין די פריערדיגע תלמידי בעש"ט
מיט א ביטול צום צדיק = האט ער געוואלט איינפעדימען אויך אזא מין מושג דאהי אין אמעריקע נאכן קריג

דער אלטער סקווערער רבי זצ"ל איז געווען א הייליגער יוד, א יוד וואס איז געליגן אין העכערס און עס האבן זיך טאקע
אנגעקלעיפט צו אים א ציבור חסידים ואנשי מעשה רבנים = ווי למשל דער שאפראנער רב זצ"ל וכו' וכו'

ווי באקאנט פאר ווער עס ווייסט איז דער הייליגער רבי מסאטמאר זצ"ל דער בעל דברי יואל געווען זייער אויסגעשפראכן
קעגן דעם גאנצן מהלך פונעם סקווערער רבי זצ"ל = פארוואס טאקע על מה ולמה יצא חרי אף הגדול הזה?

ביי איעדן באזוך פונעם סאטמארן רבין זצ"ל מיטן סקווערער רבי זצ"ל איז געוען פייער
 דער סקוויראער רבי האט פארציילט מעשיות פון זיינע זיידעס אבער געוויסע קפעידות און כמעט - ממש יעדע מאל
האט עם דער סאטמארער רבי עס אוועקגעמאכט, און נישט סתם אוועקגעמאכט נאר ממש מיטן גרעסטן שארפקייט אז עס איז גארנישט מיט נישט... =
ביי די פרשה פון ילדי טעהראן איז ארויסגעקומען א קול קורא ווי כמעט אלע גדולי הדור ממש פון אלע קרייזן האבן אונטערגעשריבן און דער סקווערער רבי האט נישט געוואלט אונטערשרייבן, "ווייל דער טאטע האט נישט אונטערגעשריבן"
און דער היינטיגער אדמו"ר האלט ווייטער אן די טראדיציע,
דער סאטמארער רבי האט זיך דאן געפערליך געבייזערט, ווי קומט אהער די טאטע וואס האט דאס אהער מען רעדט דא פון ראטעווען ילדי טעהראן, אין רוסלאנד איז בכלל נישט געווען אזא סיטואציע סאיז קיין פארגלייך די מצב הדור היינט צוטאגס צו אמאל,
און בכלל דער מצב הדור אין אדמת אמעריקע נאכן קריג איז קיין פארגלייך צו אמאל ווען דער עולם האט געלעבט אין אנדערע אומשטענדן בכלל דאמאלטס איז נאך געווען צדיקי אמת און דער פשוטער ציבור האט נאך אנדערש אויסגעקוקט מקען נישט אוועק שטעלן א דור מיט די אמאליגע מושגים,

בכלל האט רביה"ק מסאטמאר געהאלטן אז היינט איז א מצב פון נשתכח דרך הבעל שם ווי ער איז מאריך אינעם ויואל משה
און מקען נישט מחנך זיין דעם עולם מיט פערדעריי ווי כאילו סשפינט זיך די אמאליגע גזע'ס און דער טשערנאבלער מגיד לעבט נאך וכו' וכו'  = אין א וועג איז דאס געווען די פייער פון צאנז אויף רוזשין =
מפלעגט דאן זאגן א ווערטל אז ווען סאיז אנגעקומען פערד פון סאדיגער אין שטעטל ווי סהאבן געוואוינט רויזשינער חסידים זענען אלע געלאפן מקבל פנים זיין דעם פערד וואס הייסט עפעס א קלייניגקייט א פערד פונעם רבינס שטאט איז אנגעקומען - און עס איז געווען דאן צדיקים אז עס קען ווערן דערפון אמונות טפילות ווי מקען טאקע היינט צוטאגס זען ביי די ליבאוויטשע און ביי די ארוינים און אין נאך געציילטע מקומות,

מהאט געקענט זען ווען סזענען געקומען גרויסע רבנים צום סקווערער רבינס טיש פלעגט זיצן פאר זיי דער היינטיגער סקווערער רבי נישט קיין חילוק ווי גרויס יענער רב אדער רבי איז געווען האט עס אפי' געקענט זיין דער שאפראנער רבי איז דער היינטיגער מהר' דוד'ל געזיצן פאר זיי - פארוואס? ווייל ער איז דעך א טשערנאבלער אייניקל און א זין פונעם רבין מיילע איז נישט קיין חילוק צו ער קען לערנען צונישט נישט קיין חילוק ווי ערנסט און אפגעהיטן ער איז באלאנגט ער פאר די גרעסטע רבנים און תלמידי חכמים וכו' וכו'

בדרך אגב דער ברך משה רבי ז"ל האט שטארק מקנא געווען דעם סקווערען סיסטעם, פון דעם שטארקן קאטראל איבער די תושבים אין סקווער, אז אימיטן די הייסע מלחמה קעגן די בני יואל האט ער אמאל ברבים ביי א דרשה אין ק"י געפרעגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס דער פעטער רביה"ק האט געלאזט אזא הפקירות אין ק"י, פארוואס ער האט נישט געמאכט אזא פיינער סיסטעם ווי אין סקווער?

און ווי יעדן באוויסט אז דער סקווערער רבי כסדר געווען דער יועץ פרטי פאר זיין שוואגער מהר"א פון קרית יואל, ביי אלע מערכות אין מלחמות אין קרית יואל קעגין די בני יואל און זיינע מתנגדים איז דער סקווערער רבי געווען דער וואס האט אינטערוויילעכטס געפירט פאר זיין שוואגער די מערכות, עס איז נישט אדורך איין טאג וואס די צוויי שוואגערס האבן נישט דורעך געטון און די ענינים ווי צו דערשטיקן די בני יואל אויפשטאנד.
יעצט וועט מען זען ווי דער עקספיריענס וועט דעם סקווערן רבין צוניץ קומען, 

מקען דערין מאריך זיין און שרייבן גאנצע בלעטער און ביכער און אנאליזן איבער די גאנצע צונויפשטעל פון די סקווערע אידעלאגיע און דאס פלאץ איז נישט געאייגנט דא פארדעם מען פראבירט נאר אביסעלע ארומצושמועסן

אגב א אינטערעסאנטע פונקט ווי רוב מנין ובנין פון סקווירא חסידים כהיום שטאמען ניטאמאל פון חסדים פון רוסלאנד
און רוב שטאמען פון אונגערישע אויבערלענדישע יודן און פון זיי האט מען געמאכט א גאנצער הויף מיט שטיוול און קניפלעך
העכער די אויערן מיט די גאנצע קלאפער געצייג 

ווי שוין פריער דערמאנט ווען דער סקווערער רבי האט געגרינדעט דעם שטעטל זענען ארויס געפארן
אסאך חסידישע יודן ואנשי מעשה וביניהם אסאך בעלזער חסידים וכו' וכו' וואס צוליב וואס דער סקווערער 
רבי איז געווען א גרויסער מענטש און בכלל צוליב זיין אביסל אפגעזינדערט פון די טריפהנע גאס האבן זיי זיך אהין
געצויגן און דארט אויפגעשטעלט וואוילע יודישע שטיבער = עכ"פ דער ציבור דארט איז געווען צונויפגעשמאלצן
פון מערערע סארטן חסידישע יודן אונגערישע אויבערלענדישע יודן וכו' וכו' און דאן האט מען נישט צופיל געמוזט
דערקוטשען דעם עולם ווייל דער עולם האט פון זיך אליין געקענט באשטיין צו זיין דבוק אינעם סקוויראר רבי
און אפי' מאיז געפארן צו אנדערע רביס איז מען אבער אויך בטל געווען צום הייליגן סקווערער רבי

און ווען דער סקווערער רבי זצ"ל איז נסתלק געווארן איז דאן געעווען אסאך בעלזע חסידים וואס טאקע פארן אלטער
סקווערער רבין האבן זיי טאקע געהאט א ביטול אבער פארן זון וואס איז בסך הכל א בנשק"ל
האט זיי נישט אינטערעסירט צופיל און דאן האט זיך אנגעהויבן א קייט פון טעראר און אינטערדריקונגען
מהאט געהאקט אויף פענסטערס פרייטיג צונאכטס פון מענטשן מהאט טעראריזירט פון אלע זייטן גערודעפט מענטשן
אזש ביז די אלע ווי מזאגט בעלזע וכו' האבן געפאקט פעק און געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט
און ווער סאינישט געגאנגען מרצונו הטוב האט מען מיט געוואלד ארויסגעשמיסן פון דארט בשן ועין
אזוי האט מען במשך א תקופה אפגערייניגט דעם באדן פון אזעלכע וואס דרייען זיך מיט פייגעלעך אין קאפ
און זענען נישט אזוי נכנע צום צדיק הדור,

דער דאזיגער אפעראציע איז כמעט געלונגען אבער נישט הינדערט פראצענט סזענען נאך היינטצוטאגס דא
געוויסע משפחות וואס זענען נישט בטל צום רעזשים און גלייבן נישט אז זיי זענען אינעם דור פון בעל שם הקדוש
נאר זיי האבן א פחד און זיי זענען שטיל און ווארטן אויף די גאולה שלימה =
סזענען דא פון די סארט וואס האבן שוין קינדער וואס זענען שוין נטמע געווארן און די קינדער זענען שוין כמעט ריין
אבער סזענען דא וואס אפי' די קינדער גלייבן נישט אינעם סקווערן מלאך אלוקי

כהאב אמאל געהאט א לענגערן שמועס מיט א סקווערער תושב האט ער זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און זיך גענומען
פארציילן סודות פון חדר זיך אפגערעדט אז מען לעבט דארט ממש ווי אין רוסלאנד אונטער די באלשעוויקן
אזוי ווייט אז אפילו דער יוד האט מיט מיר געשמועסט כמעט איבער א שטונדע האט ער בשום אופן
נישט געוואלט מיר זאגן זיין נאמען צוליב מורא אויס אז עס וועט אנקומען צו די נישט געוואונטשענע אויערן און
דאן קען ער זיך זוכן א נייעם וואוין ארט מיט פרישע מוסדות פאר זיינע קינדער ממ כהאב באמת
געשוינט דעם יוד

די אלע זאכן זענען נישט קיין סודות און מדארף נישט צופיל נישטערן דאס פאסירט דא אונטער די נאס אין ניו יארק
אמאל האט דער סקווערער רבי געדארפט אדורכגיין א סעקיורעטי טשעק אין לופטפעלד און זיי האבן עם
אביסל מער אויפגעהאלטן ווי געווענליך הער מען ווי אגרופע סקווערע שעלטן די אנטיסעמיטן הלמאי זיי האבן נישט דאס
מינדעסטע רעספעקט פארן צדיק הדור ווי כאילו אינדערע אדמורים און להבדיל אימאמס און גלחים און מיניסטארן פון אלע מדינות קען מען פונקט אזוי אויפהאלטן אבער גיי רעד צום בהמות וואס האלטן אז ער איז פונקט ווי דעם בעל שם טוב בדורו על"פ

און וואס האט איצט פאסירט?
נישט יעדער האט כוח אויפצוזיין און צו גיי צו יעדן טיש און אין די ווינטער שבתים צו דאווענען און ענדיגן מוסף
נאך צוויי אזייגער נאכמיטאג ווייל סקווער  טאר מען דאך נישט דאווענען ערגעץ אנדערש און אזוי קען מען ניט אמאל כאפן א דרימל אין די קורצע ווינטער שבתים
זענען געגאנגען אפאר נישט מער און נישט ווייניגער אפיקורסים ממש און זיך געדאווענט עקסטערע
די דאזיגע מענטשן זענען שיריים וואס ביים קלינען די ראסע האט מען זיי פארזען און זיי זענען געבליבן וואוינען
דארט און זיי זענען נישט בטל געווארן און סדא פון זיי אפילו מיטל עידזש מענטשן וואס האבן געטראכט אז נאך אזויפיל יארן קען מען זיך שוין הייבן דעם קאפ

די סקווערע פרובירן מיט אלע מיטלען אראפצוגעבן ווי כאילו מען רעדט דא פון שקצים און באמעס
אה"נ עס זענען אויך דא אינוואלווד דערין באמעס אויך ווייל זיי האבן נישט קיין מורא זיך ארויסצושטעלן אין די עפנטליכקייט אבער עס זענען נישט נאר באמעס, נאר אויך אסאך יודן יראים ושלמים שטיצן די גאנצע מערכה און לאמיר זען וואס דא וועט זיך ענטגילטיג אויסקאכן
 
עס איז נאך דא אסאך אסאך פאינטס וואס קען נאך ווערן לאנג און ברייט אויסגעשמיעסט
נאר די צייט ערלויבט נישט



תוקן על ידי 123news ב- 30/12/2009 16:02:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 14:41 לינק ישיר 
פאר JNET



http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=12021



תוקן על ידי united1 ב- 30/12/2009 14:42:52




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 14:30 לינק ישיר 
די טעראר פון סקווערע רעבן'ס שוואגער אין מאנרא (וואס דער סקווערערע איז אלס געווען דעם מהר"א חארינערס יועץ ווי צו טעראזירן די ק"י אידן)

 

תוקן על ידי united1 ב- 30/12/2009 14:57:34




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 14:25 לינק ישיר 

* width="660" height="525"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 14:22 לינק ישיר 
ממש ווי אין סקווער, צוויי טייערע איידעמער האט ר' משה'לע געברענגט אויף כלל ישראל

* width="660" height="525"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 14:16 לינק ישיר 
סקווערע רבי! ממש א קאפי פון די ווערטשרפט פון זיין שוואגער מהר"א פון מאנרא

* width="660" height="525"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 05:47 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 00:13 לינק ישיר 

גערעכט טאקע אז מ'דארף טאקע פארמאכן אפשר דאס פלאץ דארט צוליב מעשים אשר לא יעשו וואס האט זיך אפגעטוהן דארט. אבער פארוואס ווען מ'איז געקומען צום סקווערע רבי אז ה.ב. טוט מעשי נוולה, אין זיין גבאי שטוב האט ער געזאגט "איך וועיס נישט"????



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/12/2009 23:17 לינק ישיר 

נפל כתב:
עס האט גארינשט מיט כולל אינגעלייט.

עס רעדט זיך וועגן א גרופע אלטע בחורים וואס ווערן געפירט דורך 2 אויסווארפן


ווער האט דיך דעס דערציילט??? דיין סקווירא שוואגער אדער וויזניצער שוואגער....

---
איז דעס אמת?

היינט גייט זיין א פראטעסט קעגען "אסורים".... אין שיכון סקווירא...

Als53: FWD: Protest tonight 9:30 in front of Yosef Yisroel Eisenberger's house's, at 73 washington ave, for asserting 5 Bucherim last night.


yoselsox: Is this true?? Fwd: Breaking! Skver Rabbi going to visit michelle Obama, pidyon shviyem to
 release the 5 bucherim arrested at protest.




תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/12/2009 23:34:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 19:14 לינק ישיר 

עס האט גארינשט מיט כולל אינגעלייט.

עס רעדט זיך וועגן א גרופע אלטע בחורים וואס ווערן געפירט דורך 2 אויסווארפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 18:04 לינק ישיר 

קען איינער מסביר זיין פונקטליך וואס עס גייט פאר דארט? לויט באריכטן האט עס בכלל נישט צו טוהן מיט באמעס נאר מיט עטליכע כולל אינגעלייט וואס האלטן זיך נישט ביים צושטעלן צו די קאמוניסטישע רולס, ווער האט מער פרטים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2009 17:40 לינק ישיר 

http://www.vosizneias.com/45762/2009/12/29/rockland-county-ny-another-protest-in-new-square-draws-about-800



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 17:33 לינק ישיר 
לעבעדיג אין סקווער, צווייטע נאכט! גואישע צייטונגען באשרייבן חילול ה' !!


Another protest in New Square draws about 800

Steve Lieberman
[email protected]

NEW SQUARE — For the second time in two nights, protesters took to the village streets on Monday.

Ramapo police were still looking into the cause, but they believe the protests centered on who can worship at a synagogue at 91 Washington Ave. and other conflicts involving two factions within the Hasidic Jewish community.

Ramapo police arrested five village residents on trespass violation after they were accused of refusing to leave the building. Their names were not released this morning.

The Monday demonstration started at 10 p.m. and included an estimated 800 people in and around 91 Washington Ave., Sgt. Margaret Sammarone said.

The building houses Congregation Ber Yakov, a yeshiva where students are permitted to worship.

The rabbi who oversees the school could not be reached. Police are investigating whether the rabbi was the target of Sunday night's protest.

Police suspect the demonstration on Monday countered a Sunday protest on Bush Lane against a rabbi that drew about 500 people about 9:30 p.m.

Police were given advance information about the protest on Monday. Ramapo officers were assisted by officers from Spring Valley and the Sheriff's Department.

In both demonstrations, the protesters dispersed when the police arrived. No property damage or injuries were reported.

A YouTube video of the Sunday night demonstrations includes people chanting, "Stop the Terror" outside the Bush Lane house





תוקן על ידי סאנז ב- 29/12/2009 17:38:19




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > 5 ארעסטירט און שיכון סקווירא,שטעטל איז לעבעדיג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext