| נשלח ב-29/12/2009 17:19 |
|
| |
בד"ה זווילער רבי פון ארץ ישראל
דער זווילער רבי פון א"י איז נפטר געווארן.
מיינט דאס אז מען קען זיך רעכטן אויף א פרישן פאליטיק???
דער נפטר פלעגט ארבעטן אין המודיע פאר ער איז געווארן רבי, און זיין עלטסטער זון, ר' גדלי' משה, וועמען זיין זיידע האט נאך געשטעלט צו פירן (בעסער געזאגט, בויען) די מוסדות, האט זיכער געמאכט אז זיין טאטע ווערט רבי.
אבער ברבות השנים האבן די ברודער אנגעהויבן קוקן מיט א שלעכט אויג אויף דעם עלטסטן ברודער, און זיי האבן מצליח געווען אנצוהעצן דעם טאטן קעגן דעם עלטסטן זון (איר האט שוין אפשר געהערט אמאל אזא מעשה), און מען האט דעם זון ארויסגעווארפן, עפעס איז געווען א דין תורה ביי די עדה איבער איינס פון די בנינים, און איך ווייס נישט ווער האט דארט געוואונען.
עכ"פ, די לעצטע יארן איז דער עלטסטער זון געווען ארויסגעווארפן פון זוויל.
עמער זען וואס וועט יעצט ווערן...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2009 20:41 |
|
| |
טייל האבן מכתיר געווען די עלסטע זון, און אנדערע האבן מכתיר געווען אן אנדערע זון.
עס קוקט אויס ווי עס ברענט א פייער.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 03:39 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מזוויל - צאנז שליט"א איז מקבל תנחומין בביתו און יוניאן סיטי
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 03:58 |
|
| |
עס איז אינטערסאנט מיט צוהאלטען די מחלוקה דארט, די 2 ברודערס רייסן זיך ביי די קעפ.
דער עלסטער זין איז געווען צוקריגט מיט טאטן די לעצטע 8 יאר, זיין טאטע איז נישט געגאנגען צו זיינע שמחות וכו', פארשטייט זיך אז עס האט געהאט צו טאן מיט אינשי דלא מעלי.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 04:46 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אויפן וועג איצט צו ניחום אבלים אין יוניאן סיטי
תוקן על ידי gimpele ב- 31/12/2009 04:46:42
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 07:21 |
|
| |
ר' יונה, דאס רופסטו צוקריגט מיטן טאטן? אזוי ווי מהר"א איז געווען צוקריגט מיטן טאטן.
דער בכור, ר' גדלי' משה, איז גאר א געלונגענער מענטש, א תלמיד חכם און חסיד'ישער איד, דער זיידע זיינער האט אים נאך געבעטן אז ער זאל פירן און בויען די מוסדות, (היינט באשטייט גאנץ זוויל פון עטליכע צענדליגער משפחות, דעמאלס האט מען גערעדט פון אפאר יחידים).
דער ר' גדלי' משה האט זיך איבערגעגעבן פאר דעם צוועק, און פאר יארן לאנג געבויעט דעם חצר. וואס זוויל האט היינט איז צו פארדאנקען פאר אים. עס איז נישט קיין שום סוד אז אין זוויל האט מען אלעמאל געוויסט אז רבי גייט זיין ר' שלמה, וועלכער איז היינט אין יוניאון סיטי (פארגעס נישט אז זוויל האט געהאט אזא רבין ווי ר' שלומקה, זיי האבן געוואלט אן ערנסטן מענטש א תלמיד חכם), און דער ר' אברהם (וואס איז יעצט אוועק) ער איז געווען א איינגעשטעלטער ביי המודיע, פשוט און פראסט, א צייטונגס ארבעטער, בערך אזוי ווי זיין ברודער שמוליק פון סקווירא, אבער דער זון זיינער, ר' גדלי' משה, ער האט זיכער געמאכט אז זיין טאטע (וואס איז דאך דער עלטסטער זון) ווערט רבי.
אזוי ווי ער האט מער נישט געארבעט אין המודיע, און פון קוויטלעך האט ער קיין פרנסה נישט געמאכט, איז זיין פרנסה אויך געפאלן אויפן זון, וועלכער האט עס אויסגעפירט בנאמנות.
איר פארשטייט, מען רעדט נישט דא פון רב הצעיר וכדו', דער גדלי' משה האט אויסגעהאלטן זיין טאטן, און חתונה געמאכט אלע זיינע ברודער, און אויפגעבויעט פאר זיי א שיין פלאץ, מיט מוסדות און בנינים ביז עס איז שוין געווארן אליינס א פרנסה פאר זיי.
איבריג צו זאגן, אז ווען מען ווערט אביסל עלטער, און קיין סך תורה, יראת שמים און מידות האט מען דאך נישט, הייבט מען אן צו קוקן מיט א קרום אויג אויף דעם עלטערן ברודער (עיין ערך "יקרבו"), און די גבאים, וועלכע האבן - ווי אלעמאל - מורא פון א זון וואס לאזט זיך נישט פירן ביי די נאז, האבן אנגעהויבן העצן דעם טאטן אויף דעם ברודער אז ער מיינט נאר זיך, און ער זאגט כסדר יקרבו.
דאס איז אזוי געגאנגען ביז עס האט זיך זיי געמאכט א גוטן געלעגנהייט און מען האט אים ארויסגעווארפן ווי א הונט, און ער איז געבליבן אן גארנישט.
ער האט גערופן די מוסדות צו דין תורה ביי די עדה החרדית איבער דעם זאל פון די תלמוד תורה, וואס ער האט גע'טענה'ט אז דאס איז זיינס, (ער האט עס געדארפט פאר פרנסה) אבער אויסער דעם האט ער קיינמאל גארנישט געטאן קעגן זיין טאטן.
די רשעים האבן נישט געלאזט זיין טאטן קומען צו זיינע שמחות, און וויפל מען האט געטרייט שלום צו מאכן האבן זיי נישט צוגעלאזט, און יעצט האבן זיי נאך איבערגעשטיגן אלע ביז יעצטיגע רשעות'ן, עפעס וואס מען האט אפילו אין סאטמאר נישט געטין. ביי די לוי' האט מען אים נאר אריינגעלאזט ווי א גאסט, און דער גבאי (דארט איז אויך דא עפעס א בן פראדל) האט מכתיר געווען דעם צווייטן ברודער פאר רבי בפניו פון דעם עלטסטן ברודער.....
דער בכור רג"מ האט אבער זייער אסאך אוהדים אין די גאס, כולל אסאך רביס רבנים און עסקנים, און זיי זענען זיך צוזאמען געקומען ביי אים אין שטוב צוזאמען מיט עטליכע חסידים וואס ער האט און מען האט אים מכתיר געווען פאר רבי.
איך האלט אז יעדער נארמאלער מענטש, ספעציעל די וואס קענען זיך אידענטיפיצירן מיט אזא מעשה, דארפן שטיצן דעם רג"מ מיט וואס מען קען. דאס רשעות שרייט עד לב השמים ווי מען קען זיין אזא כפוי טובה, גראדע שטימט עס יא אביסל מיט די היינטיגע צייטן, אבער טאקע פאר דעם האלט איך אז מען דארף אזא מענטש געבן שטיצע און חיזוק אויף יעדן מעגליכן וועג, כאטש באמת ווייס איך אליינס אויך נישט פונקטליך וויזוי.
למעשה איז דער ר' ג"מ זייער א געלונגענער מענטש, און עס איז מסתבר אז ער וועט מצליח זיין בעז"ה זיך שיין אויפצובויען, משא"כ זיין ברודער, אן גנב'ענען און זיך זעצן אויף יענעמס פלאץ איז ער גארנישט (פאני, עפעס סאונד די גאנצע מעשה זייער באקאנט, מען דארף נאר טוישן נעמען).
ע"כ פאר יעצט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 07:50 |
|
| |
איך מיין אז ער דארף שיקן אן הזמנה פאר זיין אינגערען ברודער, און א"י קען מען זיך זייער שווער ארויסדרייען פון זיך שטעלען צו דין תורה.
אינטערסאנט נאר אז דער פאטער האט נישט איבער געלאזט קיין צוואה, טראץ וואס ער איז קראנק געווען א לענגערע צייט, מסתמא מיינט דאס אז ער האט געוואלט אז בנו בכורו זאל פירן, און קען זיין אז ער האט דאס אפילו געשריבען, נאר די גבאים האבן עס געלייגט אין גארביטש, אולי?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 08:58 |
|
| |
לפי ידיעתי, ווי איך האב שוין געשריבן דא, איז אריגינעלער גערעכט, און איך וואלט אויך מסכים געווען מיט ר' יונה אז ער דארף עם שיקן א הזמנה, עס איז אמת אז אין א"י איז זייער שווער זיך ארויסצודרייען פון דעם. איך האף אז ער וועט אזוי טון, און איך האף ער וועט מצליח זיין מיט וואס ער וועט טון.
אלוקים יבקש את הנרדף
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 16:12 |
|
| |
| gimpele כתב: |  | כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א אויפן וועג איצט צו ניחום אבלים אין יוניאן סיטי
תוקן על ידי gimpele ב- 31/12/2009 04:46:42
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 16:13 |
|
| |

|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 16:14 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 22:43 |
|
| |
דער איד און דער בלאט האבן ביידע נישט גענומען קיין שטעלונג און נישט געקרוינט קיין רביס. (ווען זיי וואלטן אזוי געטון אין באבוב וואלטן זיי פיל קלוגער געטון, זעט אויס אז שכל קומט מיט די צייט)
איך האב שטארק הנאה אז די צוויי חברה האבן זיך געהאלטן ארויס פון די ווייטאגליכע רשעות וואס ווערט אפגעטון לעיני השמש.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 00:37 |
|
| |
דער איד אויף די לינקע זייט איז הרב וועבער דער מיסד פין חברה הצלה אין דער אויפטרעף פין דעם בייפאל
|
|
|
|
| נשלח ב-1/1/2010 09:23 |
|
| |
עטליכע פרטים וואס איך האב היינט מברר געווען, רעדנדיג מיט עטליכע אידן אין א"י, און אויך מיט א חבר דאהי וואס האט קשרים מיט בני המשפחה.
1 א נישט יעדער איז משוגע. עס איז דא א באדייטנדער צאל זווילער חסידים, טאקע א קליינער טייל, אבער א שיינע פאר חסידים האבן זיך יא צוגעשטעלט צום עלטסטן זון. צווישן זיי פון משפחת ראטה הידוע, פון די ערשטע זווילער חסידים אין א"י, נאך פון הרה"ק ר' שלומק'ה זצוק"ל.
2 די חלקה ווי מען האט קובר געווען דעם נפטר איז פשוט און פראסט א גע'גזל'טער חלקה. דער חלקה האט געהערט פאר ר' אליעזר גאלמאן שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסקווער, ער האט עס אפגעקויפט בכסף מלא, מיט א געהעריגער שטר געמאכט ביי און גע'חתמ'ט דורך ר' משה הלברשטאם זצ"ל, נאך די פטירה פון זיין טאטן, א ברודער פון דעם יעצטיגן נפטר, ווען זיין טאטע האט געדארפט דארט ליגן, אבער מען האט גע'טענה'ט אז די חלקה דארף בלייבן ליידיג מעזאל קענען תהלים זאגן דארט.
האט ער עס אפגעקויפט אויף דעם אז עס זאל בלייבן ליידיג. יעצט זענען געגאנגען די גנבים, זעט אויס עס איז זיי נישט גענוג געווען צו זיצן אין גע'גנב'עטע בנינים, האבן זיי אויך אריינגעלייגט זייער טאטן אין א געגזלטער חלקה.
עס איז ממש נישט צום גלייבן ווי מען קומט אן.
 |
|
|
|
|
|