בית פורומים כל העולם כולו

אנאליז: היסטארישער איבערזיכט איבער די סקווערע רעוואלוציע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2009 00:58 לינק ישיר 
אנאליז: היסטארישער איבערזיכט איבער די סקווערע רעוואלוציע

איעדער וואונדערצעך וואס האט פונקט יעצט פאסירט אין סקווירא

איך וועל אראפגעבן אביסל היסטאריע און פראבירן צו אנאליזירן דעם סיטואציע און אויסשמועסן דעם ענין דא

ווען דער סקוויראער רבי זצ"ל האט געגרינדעט זיין שטעטל האט ער געוואלט אוועקשטעלן א מין סארט שטעטל
אזוי ווי אין רוסלאנד מיט די פארצייטשע אמונת צדיקים וואס מהאט געהאט אין די פריערדיגע תלמידי בעש"ט
מיט א ביטול צום צדיק = האט ער געוואלט איינפעדימען אזא מין מושג דאהי אין אמעריקע נאכן קריג

דער אלטער סקווערער רבי זצ"ל איז געווען א הייליגער יוד א יוד וואס איז געליגן אין העכערס און סהאבן זיך טאקע
אנגעקלעיפט א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה רבנים = ווי למשל דער שאפראנער רב זצ"ל וכו' וכו'

ווי באקאנט פארווער סווייסט איז דער הייליגער רבי מסאטמאר זצ"ל דער בעל דברי יואל געווען זייער אויסגעשפראכן
קעגן דעם גאנצן מהלך פונעם סקווערער רבי זצ"ל = פארוואס טאקע על מה ולמה יצא חרי אף הגדול הזה?

ביי איעדן באזוך פונעם סאטמארן רבין זצ"ל מיטן סקווערער רבי זצ"ל איז געוען פייער
 דער סקוויראער רבי האט פארציילט מעשיות פון זיינע זיידעס אבער געוויסע קפעידות און כמעט ממש יעדע מאל
האט עם דער סאטמארער רבי אוועקגעמאכט
און נישט סתם אוועקגעמאכט נאר ממש מיטן גרעסטן שארפקייט אז סאיז גארנישט מיט נישט... = ביי די פרשה פון ילדי טעהראן איז ארויסגעקומען א קול קורא ווי כמעט אלע גדולי הדור ממש פון אלע קרייזן האבן אונטערגעשריבן און דער סקווערער רבי האט נישט געוואלט אונטערשרייבן ווייל דער טאטע האט נישט אונטערגעשריבן
און דער היינטיגער אדמו"ר האלט ווייטער אן די טראדיציע דער סאטמארער רבי האט זיך דאן געפערליך געבייזערט
ווי קומט אהער די טאטע וואס האט דאס אהער מרעדט דא פון ראטעווען ילדי טעהראן אין רוסלאנד איז בכלל נישט געווען אזא סיטואציע סאיז קיין פארגלייך די מצב הדור היינט צוטאגס צו אמאל = און בכלל דער מצב הדור אין אדמת אמעריקע
נאכן קריג איז קיין פארגלייך צו אמאל ווען דער עולם האט געלעבט אין אנדערע אומשטענדן בכלל דאמאלטס איז נאך געווען צדיקי אמת און דער פשוטער ציבור האט נאך אנדערש אויסגעקוקט מקען נישט אוועק שטעלן א דור מיט די אמאליגע מושגים
בכלל האט רביה"ק מסאטמאר געהאלטן אז היינט איז א מצב פון נשתכח דרך הבעל שם ווי ער איז מאריך אינעם ויואל משה
און מקען נישט מחנך זיין דעם עולם מיט פערדעריי ווי כאילו סשפינט זיך די אמאליגע גזע'ס און דער טשערנאבלער מגיד לעבט נאך וכו' וכו'  = אין א וועג איז דאס געווען די פייער פון צאנז אויף רוזשין = מפלעגט דאן זאגן א ווערטל אז ווען סאיז אנגעקומען 
פערד פון סאדיגער אין שטעטל ווי סהאבן געוואוינט רויזשינער חסידים זענען אלע געלאפן מקבל פנים זיין דעם פערד
וואס הייסט עפעס א קלייניגקייט א פערד פונעם רבינס שטאט איז אנגעקומען - און סגעווען דאן צדיקים אז סקען ווערן דערפון אמונות טפילות ווי מקען טאקע היינט צוטאגס זען ביי די ליבאוויטשע און ביי די בני יואל און אין נאך געציילטע מקומות
 מהאט געקענט זען ווען סזענען געקומען גרויסע רבנים צום סקווערער רבינס טיש פלעגט זיצן פאר זיי דער
היינטיגער סקווערער רבי נישט קיין חילוק ווי גרויס יענער רב אדער רבי איז געווען האט עס אפי' געקענט זיין
דער שאפראנער רבי איז דער הינטיגער בנש"ק'ל געזיצן פאר זיי - פארוואס? ווייל ער אידעך א טשערנאבלער אייניקל און א זין פונעם רבין מיילע איניש קיין חילוק צו ער קען לערנען צוניש נישט קיין חילוק ווי ערנסט און אפגעהיטן עריז
באלאנגט ער פאר די גרעסטע רבנים און תלמידי חכמים וכו' וכו'

מקען דערין מאריך זיין און שרייבן גאנצע בלעטער און ביכער און אנאליזן איבער די גאנצע צונויפשטעל פון די סקווערע אידעלאגיע און דאס פלאץ אינישט געאייגנט דא פארדעם מפראביר מיר נאר אביסעלע ארומצושמועסן

אגב א אינטערעסאנטע פונקט ווי רוב מנין ובנין פון סקווירא חסידים כהיום שטאמען ניטאמאל פון חסדים פון רוסלאנד
און רוב שטאמען פון אונגערישע אויבערלענדישע יודן און פון זיי האט מען געמאכט א גאנצער הויף מיט שטיוול און קניפלעך
העכער די אויערן מיט די גאנצע קלאפער געצייג 

ווי שוין פריער דערמאנט ווען דער סקוויראער רבי האט געגרינדעט דעם שטעטל זענען ארויס געפארן
אסאך חסידישע יודן ואנשי מעשה וביניהם אסאך בעלזער חסידים וכו' וכו' וואס צוליב וואס דער סקווערער 
רבי איז געווען א גרויסער מענטש און בכלל צוליב זיין אביסל אפגעזינדערט פון די טריפהנע גאס האבן זיי זיך אהין
געצויגן און דארט אויפגעשטעלט וואוילע יודישע שטיבער = עכ"פ דער ציבור דארט איז געווען צונויפגעשמאלצן
פון מערערע סארטן חסידישע יודן אונגערישע אויבערלענדישע יודן וכו' וכו' און דאן האט מען נישט צופיל געמוזט
דערקוטשען דעם עולם ווייל דער עולם האט פון זיך אליין געקענט באשטיין צו זיין דבוק אינעם סקוויראר רבי
און אפי' מאיז געפארן צו אנדערע רביס איז מען אבער אויך בטל געווען צום הייליגן סקווערער רבי

און ווען דער סקווערער רבי זצ"ל איז נסתלק געווארן איז דאן געעווען אסאך בעלזע חסידים וואס טאקע פארן אלטער
סקווערער רבין האבן זיי טאקע געהאט א ביטול אבער פארן זון וואס איז בסך הכל א בנשק"ל
האט זיי נישט אינטערעסירט צופיל און דאן האט זיך אנגעהויבן א קייט פון טעראר און אינטערדריקונגען
מהאט געהאקט אויף פענסטערס פרייטיג צונאכטס פון מענטשן מהאט טעראריזירט פון אלע זייטן גערודעפט מענטשן
אזש ביז די אלע ווי מזאגט בעלזע וכו' האבן געפאקט פעק און געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט
און ווער סאינישט געגאנגען מרצונו הטוב האט מען מיט געוואלד ארויסגעשמיסן פון דארט בשן ועין
אזוי האט מען במשך א תקופה אפגערייניגט דעם באדן פון אזעלכע וואס דרייען זיך מיט פייגעלעך אין קאפ
און זענען נישט אזוי נכנע צום צדיק הדור
דער דאזיגער אפעראציע איז כמעט געלונגען אבער נישט הינדערט פראצענט סזענען נאך היינטצוטאגס דא
געוויסע משפחות וואס זענען נישט בטל צום רעזשים און גלייבן נישט אז זיי זענען אינעם דור פון בעל שם הקדוש
נאר זיי האבן א פחד און זיי זענען שטיל און ווארטן אויף די גאולה שלימה =
סזענען דא פון די סארט וואס האבן שוין קינדער וואס זענען שוין נטמע געווארן און די קינדער זענען שוין כמעט ריין
אבער סזענען דא וואס אפי' די קינדער גלייבן נישט אינעם מלאך אלוקי

כהאב אמאל געהאט א לענגערן שמועס מיט א סקווערער האט ער זיך אויסגעגאסן דאס הארץ און זיך גענומען
פארציילן סודות פון חדר זיך אפגערעדט אז מלעבט דארט ממש ווי אין רוסלאנד אונטער די באלשעוויקן
אזוי ווייט אז אפילו דער יוד האט מיט מיר געשמועסט כמעט איבער א שטונדע האט ער בשום אופן
נישט געוואלט מיר זאגן זיין נאמען צוליב מורא אויס אז סוועט אנקומען צו די נישט געוואונטשענע אויערן און
דאן קען ער זיך זוכן א נייעם וואינארט מיט פרישע מוסדות פאר זיינע קינדער ממ כהאב באמת
געשוינט דעם יוד

די אלע זאכן זענען נישט קיין סודות און מדארף נישט צופיל נישטערן דאס פאסירט דא אונטער די נאס אין ניו יארק
אמאל האט דער סקווערער רבי געדארפט אדורכגיין א סעקיורעטי טשעק אין לופטפעלד און זיי האבן עם
אביסל מער אויפגעהאלטן ווי געווענליך הער איך ווי אגרופע סקווערע שעלטן די אנטיסעמיטן הלמאי זיי האבן נישט דאס
מינדעסטע רעספעקט פארן צדיק הדור
ווי כאילו אינדערע אדמורים און להבדיל אימאמס און גלחים און מיניסטארן פון אלע מדינות קען מען פונקט אזוי אויפהאלטן
אבער גיי רעד צום בהמה וואס האלט אז ער איז פונקט ווי דעם בעל שם טוב בדורו

און וואס האט היצט פאסירט?
נישט יעדער האט כוח אויפצוזיין און צו גיי צו יעדן טיש און אין די ווינטער שבתים צו דאווענען און ענדיגן מוסף
נאך צוויי אזייגער ווייל ערגעץ אנדערש טאר מען דאך נישט דאווענען און אזוי קען מען ניאמאל כאפן א דרימל
אין די קורצע ווינטער שבתים
זענען געגאנגען אפאר נישט מער און נישט ווייניגער אפיקורסים ממש און זיך געדאווענט עקסטערע
די דאזיגע מענטשן זענען שיריים וואס ביים קלינען די ראסע האט מען זיי פארזען און זיי זענען געבליבן וואוינען
דארט און זיי זענען נישט בטל געווארן און סדא פון זיי אפילו מיטל עידזש מענטשן וואס האבן געטראכט אז נאך אזויפיל יארן קען מען זיך שוין הייבן דעם קאפ

די סקווערע פרובירן מיט אלע מיטלען אראפצוגעבן ווי כאילו מרעדט דא פון שקצים און באמעס
אה"נ סזענען אינוואלווד דערין באמעס אויך ווייל זיי האבן נישט קיין מורא זיך ארויסצושטעלן אין די עפנטליכקייט אבער סזענען נישט נאר באמעס
נאר אויך אסאך יודן יראים ושלמים שטיצן די גאנצע מערכה און לאמיר זען וואס דא וועט זיך ענטגילטיג אויסקאכן
 
סנאך דא אסאך אסאך פאינטס וואס קענאך ווערן לאנג און ברייט אויסגעשמיעסט
נאר די צייט ערלויבט נישט




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 22:12 לינק ישיר 

יונה דאס קומט נישט אריין דא.
אבער אויב שוין  יא, קוק אין דף מ"ה. מ'קען ממש משוגע ווערן פון זיינע שטותים והבלים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 22:03 לינק ישיר 

אסעמבלי רעדט שטותים און נארישקייטן. די גאנצע אנאליז איז נישט צו די זאך. דא איז נישט קיין שום מרידה פון ערנסטע מענטשן.

דא רעדט מען פון בחורים און יונגעלייט אויסווארפן וואס האבן זיך באזעצט אין ישיבה און די קהלה האט זיי ארויסגעווארפן מיט סעקיוריטי.

א שאד יעדן קלאפ וואס אסעמבלי האט געגעבן אויף זיין קאמפיוטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 22:00 לינק ישיר 

שקר מיסודם. שלמה יאנקע'לס גרעבאכטס.
הער אויף צו פארקויפן שטותים און הבלים אויפן נאמען פון רביה"ק זי"ע.

ביי די וועי, וועט קיינער נישט רעדן דערפון אז רביה"ק האט אראפגעווארפען דעם דאזיגן ביכל
"מדור לדור" וואס איז פערפאסט געווארן דורך קאשויער רב זצ"ל.
פארוואס??? ווייל די געלבמאן און ר' מנשה פילאף וועלן דאס נישט פארציילן, הא?


קוק דאס ביכל,
דאס איז תורתו של רבינו


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 31/12/2009 01:01:59




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 21:34 לינק ישיר 

אמאל ביי א באזוך צווישן הרה"ק מ'סאטמאר ז"ל און הרה"ק מ'סקווירא ז"ל האט הרה"ק מ'סקווירא פארציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע'ן ז"ל.

הרה"ק מ'סאטמאר האט אוועק געמאכט די מעשה, האט הרה"ק מ'סקווירא געפרעגט, פריער האט די רבי פארציילט א מעשה וואס די רבי האט געהערט פון זיין טאטע'ן יעצט פארצייל איך א מעשה וואס איך האב געהערט פון מיין טאטע'ן מה שנא, פארוואס מאכט די רבי אוועק?

האט סאטמאר רב ז"ל גענטפערט, "די חילוק איז אזוי, איך האב נישט ליב צו הערן מעשיות און מיין טאטע האט נישט ליב געהאט צו פארציילן מעשיות, דעריבער אויב האט שוין מיין טאטע פארציילט און איך האב געהערט איז דאס א אמת'ע מעשה. משא"כ איר האט ליב צו הערן מעשיות און אייער טאטע האט ליב געהאט צו פארציילן מעשיות"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 21:27 לינק ישיר 

דער רעבעזעכערוינע לעבראווכע איז געווען קעגן הרה"ק מסקווירא זצוק"ל

אזוי?
אזוי שטייט אפשר אין מושיען של הגעלער בדחן?
אדער אזוי פארקויפט דיר זרילע שוחט?
אפשר איז ער אויך געווען קעגן הרה"ק מפשעווארסק זי"ע צי קעגן אנדערע צדיקי הדור?

אזעלכע שטירן אפפאל וואס אסעמלי/בני יואל פארקויפט דא קומט ממש צו ברעכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 21:23 לינק ישיר 

NO גארנישט געטראפן צו זאגן, איך וויל נישט מאריך זיין ווייל עס איז נישט ממין המדובר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 21:18 לינק ישיר 

נפל מאך אן ארטיקעל איבער די "מרידה" אין טאהש.

דארט איז אויך איין יונגערמאן פון 20...?

און איין אינגערמאן פון 40...?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 21:03 לינק ישיר 

אסעמבלי, האסט געמאכט א נאבעלן דזשאב,
און דער נייפעלע איז סתם א קריטיקירער,
וואס טראץ דעם וואס איך האלט אז ער איז גערעכט
אז רוב שטעטל וועט זיך אנעמען פארן רעזשים
און יד הרבי יהי' על העליונה,
אזוי ווי סקאטמאלן האט געפרעגט,
וואס דער רבי האלט, און איז דאס אקעגן רבי'ן?,
אבער דער נייפעלע, איז נאך א עכטער נפל,
ער איז נאכנישט אויף געוואקסן און ער קען פשוט נישט
פירן א אינטעליגענטער קאנווערסעישאן,

אגב, נפל האסטו שוין באקומען א ענטפער אויף דיין פראגע אין
אנדערן פורום, ווי דו פרעגסט וואס מען זאגט פאר די קינדער,
נאדיר א ענטפער, אפשר וועסטו דא טרעפן עפעס צו זאגן פאר דיינע קינדער,
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1835664&forum_id=16386




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 21:02 לינק ישיר 

ניין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 20:41 לינק ישיר 

איז בכלל דא א טשאנס אז די מורדים זאלען עפעס אויפטוהן ???



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/12/2009 20:01 לינק ישיר 

נפל כתב:
די אליינס האסט געשריבן אז פארמעגליך שרייבט נאר שקרים וכזבים קיין איין אמת ווארט נישט....

נ.ב. איך בין א טאהש'ער נישט א נערוויר'ער


אפשר ברענגסטו ווי איך האב אזוי געשריבן ?

נ.ב ביזט א טאהשע נערווירער  



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 19:48 לינק ישיר 

די אליינס האסט געשריבן אז פארמעגליך שרייבט נאר שקרים וכזבים קיין איין אמת ווארט נישט....

נ.ב. איך בין א טאהש'ער נישט א נערוויר'ער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 19:47 לינק ישיר 

אסעמבלי, אפשר קענט איר מיר מסביר זיין צו איז דער רעוואלוציע א מרידה קעגן רבי'ן אויך? אזוי ווי בני יואל און מאנרא? אדער זיי זענען לעולם יא חסידים פון רבי'ן, נאר זיי ווילן מ'זאל לאזן זיין א חסיד אויף א מער ליבעראלער אופן. אזוי ווי און סאטמאר אדער אנדערע חסידותן וואס קיינער האלט נישט חשבון צו מ'איז געקומען צום טיש אדער געזעגענען.

איך מיין ס'כאפט א געוואלדיגע נפק"מ, ווייל א מרידה קעגן א רבי'ן און א מרא דאתרא איז א גיפערליכע פירצה אין אידישקייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 19:32 לינק ישיר 

די נערווירער

פיין ער האט עס גענימען פין פארמעגליך
פין ווי ווייסטו אבער אז ער איז נישט גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 19:07 לינק ישיר 

ליינט'ס די פארמעגליך ארטיקלען וועט איר זען פון ווי ער האט גענומען זיין אינפארמאציע איבער סקווירא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנאליז: היסטארישער איבערזיכט איבער די סקווערע רעוואלוציע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext