בית פורומים כל העולם כולו

שאלה בנוגע די צוקומפט פונם פורום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2009 01:30 לינק ישיר 
שאלה בנוגע די צוקומפט פונם פורום

אין א אנדערע אשכול ווער אויסגעשמועסט א אסיפה וואס איז פארגעקומען די וואך אין וו"ב בנוגע די 'היימישע' אינטערנעט סייט'ס לויטן בילד האט זיך אב"ד סאטמאר וו"ב משתתף געווען.

עס זעט אויס אז די ארץ ישראל'דיגע מערכה כאפט זיך אויך אריבער קיין אמעריקע

וואס וועט זיין אויב וועט ער אינטערשרייבן א איסור קעגן דעם פורום (נאך מער אויב זיין טאטע וועט אינטערשרייבן) וועסטו פארמאכן דעם פורום?

שאלה צום עולם:

וואס האלט איר, איז דאס בבחינת עת לעשות לד' און מען דארף נישט פאלגן אדער מלך שמחל על כבודו און מען דארף זיכער נישט פאלגן אדער מען פאלגט בלינדערהייט?


תוקן על ידי נפל ב- 30/12/2009 01:31:18




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 23:08 לינק ישיר 

אויב די באציסט זיך צו מיר...

איך האב קיין פאוטו שאפ בילדער נישט געלייגט 'קיינמאל', איך האב קיינמאל געפענט א אשכול יעדע 3 מינוט, אדרבה, צייל וויפיל אשכולות איך האב גענפעט זיין איך בין דא, אפשר 5

איבערלייגן די זעלבע תגובה יעדע פאר מינוט איז א זאך וואס 'די' טוסט, אדרבה צייל וויפיל מאל א טאג די שרייבסט "מנהל טראסקע אים ארויס", כמעט יעדע אשכול און יעדע ניק וואס האט אנדערע דיעות ווי דיר באקומט דעם קאמפלימענט פון דיר.

זאגן א מיינונג און גיין ווייטער איז נישט א שמועס...

נ.ב. איך וועל דיר מער נישט אפענטפערן די נערישע סארט קינדישע טענה'ריי, די רעדסט נישט צו די זאך... אוי נאוי די...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 22:19 לינק ישיר 

טאטעלע האסט מיר ממש אויסגעכאפט דאס ווארט

דאס איז וואס איך טענה איך האב נישט דערקעגן אז בני יואלע מיט זאליס מיט מאכניפקע מיט נטורי קרתא זאלן זיך שפירן היימיש דא

נאר וואדען זאליס מיינט מען א שטייגער ווי דוד46 וכדומה ביי די אנדערע

למשל דער ניק א בני יואל פעגערט נישט אבי געזונט ער זאגט זיין מיינונג פיין דאס איז בסדר אבער אבי זאגן שקרים מיט בעיבישע געמויזעכצער און סתם קריכן און איבערלייגן די זעלבע תגובות נאכאנאנד און האלטן און איין איבער לייגן די זעלבע פאטאשאפ בילדער וכהיינו דאס האט נישט קיין שום פשט

דער דאזיגער פארום איז געמאכט פאר מענטשן וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט און ווען זיי ווילן זיך אביסעלע אויסטשוכען ד נערוון אנשטאט זיי זאלן זיך גיין דרייען אין אומווערדיגע מקומות זאלן זיי ארויסקומען דא אויפן פארק און אביסל אויסשמועסן נייעס א שטייגער ווי אין א קאווע שטיבל און נארמאלע מענטשן גלייכן נישט די קינדישע רייד ווי עמיצער דרייט א קאפ ער איז א טאהשער ער האט קאנעקשנס אין סקווער וויזניץ פאפא בעלזא סאטמאר געט די העל אוט אוף היער יאג אפ פון דא דא איז נישט קיין קינדערגארטן

דאס האט נישט קיין שום שייכות נישט מיט די סאטמארע פאליטיק ווי שוין פריער ערווענט איעדער איז דא וועלקאם עס לאנג ער רעדט צו די זאך און פעגערט נישט מיט שטותים און נארישקייטן און עפנט נישט איעדע דריי סעקונדעס נאך אן אשכול א שטייגער ווי דעם ווארימער = למשל אז ער וויל מיטטיילן דעם עולם די בהמה שטיק זייערע זאל ער אויפן ערגסטן פאל עפענען איין אשכול און דארט אריינפעיסטן זיינע נייעס און נישט סתם פארדרייען א קאפ און אנכאזערן דעם פארום

אדרבה אויב דער מנהל שפארט אויס אזאנע נודניקעס וועט עס קיינער נישט אנקוקן ווי א איינזייטיגן שריט נאר אדרבה איעדער פארשטייט אז די כעוורע באלאנגען נישט דא

איך מיין כהאב שוי גענוג גוט ארויס געברענגט דעם פאינט ודי בזה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 18:35 לינק ישיר 

לאגיש כתב:
איינמאל דער מנהל ווארפט ארויס נפל ווייזט ער אז ער איז אן אהרוני און דעמאלס אויב עס קומט אזא איסור וועט ער עס מוזן פארשפארן.

ווילאנג יעדער קען דא פאוסטן און שמועסן נארמאל קען קיינער נישט פארשפארן דעם סייט.

וועגן דעם קען מען דווקא נישט ארויסווארפן נפל און די אלע בני יואל און נטורי קרתא.


אמת איעדע זאלי בני יואל דארף זיך גיט געפינען דא וויל דאס איז דאך די תכלית פין דעם פורום אז היימישע אידן וואס מיזען ניצען די אינטערנעט זאלן האבן א כשרע פלאטץ ווי צי שמיסען  

דא איז למשל דא א חבר דוד46 (שוין לאנג נישט געהערט פין עם) וואס איז א פארברענטע זאלי ,נערווירט ער אבער נישט דעם ציבור דא אפילו ער איז ביזו מיט האקן אויפן רבין אין ארונים ,ער איז בסך הכל א שטארקע פארטיי מענטש

ווידער דער נפל איז סתם א נערווירער (איידעל גערעדט) אין ער באלאנגט נישט דא וויל ער פארטרייבט נארמאלע מענטשען פין דא 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 17:54 לינק ישיר 

SatmarBum זיי מיר מסביר ביטע וואס דאס מיינט "אויב אזוי באלאנגט ער אין טאהש קודש אןו נישט דא אין סאטמאר" וואס איז דאס 'דא אין סאטמאר'?

קען שוין איינער ביטע א טובה טון און נישט פארקריכן מיט קינדישע דיסקוסיעס?

וואס וועט איר טון אויב אייער רב\רבי וועט זיין אינטערגעשריבן, וועט איר פאלגן אדער ווייטער שרייבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 12:25 לינק ישיר 

"נפל" האט א פיסעל אין יעדען חסידית.... שוואגערס סקווירא וויזניצער פאפאנער גערע וכו... אין די גרעסטע וויץ פון אלע אז ער איז גאר א "טאהשער".... אויב אזוי באלאנגט ער אין טאהש קודש אין נישט דא אין סאטמאר....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 04:13 לינק ישיר 

איינמאל דער מנהל ווארפט ארויס נפל ווייזט ער אז ער איז אן אהרוני און דעמאלס אויב עס קומט אזא איסור וועט ער עס מוזן פארשפארן.

ווילאנג יעדער קען דא פאוסטן און שמועסן נארמאל קען קיינער נישט פארשפארן דעם סייט.

וועגן דעם קען מען דווקא נישט ארויסווארפן נפל און די אלע בני יואל און נטורי קרתא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/12/2009 02:15 לינק ישיר 

אפשר עפנסטו אזא אשכול:

שאלה בנוגע צוקומפט פון עטרת אברהם
ווי איך הער האט רז"ל פיליפ דערעדט די וואך ביי ש"ס בנוגע צניעות, ווייסט איינער צו עטרת אברהם גייט ווייטער אנגיין?
וואס האלט איר, איז דאס בבחינת עת לעשות לד' און מען דארף נישט פאלגן, אדער מלך שמחל על ממונו און מען דארף זיכער נישט פאלגן, אדער מען פאלגט בלינדערהייט?

בנוגע יענע אסיפה: די אינטערנעט פראבלעמען וואס מ'האט דארט אויסגעשמועסט איז עפעס מער ווי די "היידפארק" פירצה...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/12/2009 02:13 לינק ישיר 

ס'איז צייט ארויס ציווארפן די נוטרי קרתא בני יואל מיט די זאליס וואס דרייען דא סתם א קאפ .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 01:57 לינק ישיר 

גם אני הקטן
כמיין סשוין העכסט צייט אביסל סדר צומאכן דא און צוריק שטעלן דעם פארום אויף די ריכטיגע רעלסן און פארשיקן פון דא אלע אנשיקענישן למיניהם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 01:48 לינק ישיר 

לעקסינגטאן כתב:
מיט אזעלעכע נודניקעס און נפלים ווי דיר האט דער פארום אן ערנסטער פראבלעם דאס שלעפט אראפ דעם ניווא פונעם פארום

ג''א מצטרף



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 01:44 לינק ישיר 

לעקסינגטאן

לכתחילה האב איך זיך דערשראקן ווען די האסט מיר אטאקירט און געשירבן מיט באלד אותיות "מנהל קאפע אים ארויס"

עס האט גענועמן ווייניגער ווי א וואך ווען איך האב אנערקענט אז די מאכסט פשוט "קאפי פעיסט" נאך יעדע תגובה וואס געפעלט דיר נישט, היינט אליינס האב איך געזען נאך א ניק אויף וועם די שרייבסט "מנהל קאפע אים ארויס"...

ממילא דערשרעק איך זיך נישט פון דיר...

נ.ב. קענסט אויך זיך מתייחס זיין לענין אדער נאר פארקריכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 01:40 לינק ישיר 

מיט אזעלעכע נודניקעס און נפלים ווי דיר האט דער פארום אן ערנסטער פראבלעם דאס שלעפט אראפ דעם ניווא פונעם פארום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאלה בנוגע די צוקומפט פונם פורום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext