בית פורומים כל העולם כולו

תקנות ביי זאליס / זייער אמת'ע פרצוף !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2009 18:34 לינק ישיר 
תקנות ביי זאליס / זייער אמת'ע פרצוף !

קוים אדורך א גאנצער חודש זינט די זאלונים האבן געמאכט א פאמפע דראמפע, מ'האט געמאכט א חתונה זאל.

WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE -

מ'האט געיובל'ט און געשיכור'ט און געמאכט דערפון 8 קעפלדיגע העדליינס אין דער איד און די ציוניסטישע פרעסע, מיט די מורא'דיגע דערגרייכונג אז די זאליס האבן אויפגעפיקסט זייער חורבה צורבה חתונה זאל, אלעס דורך דעם בארימטן נגיד האלוף המרומם, הקצין הטפסר המכובד, דער ראטשילד פונעם 22'טן יאר הונדערט, ר' אליעזר קעסטענבוים ירום הודו !

WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE -



יעצט. ווען די דאסט איז שוין געסטעטעלט ווי מ'זאגט אין אמעריקע, דעקט זיך אויף דער אמת'ער פרצוף ! וואס מיינט תקנות און וואס איז מען דארט מתקן באולם פרדס פיגא הנכבדה.

דאס איז אלעס די נייע תקנות נאכן ערשטן מאנאט!
1) מ'מוז נעמען זלמן לייב פעלדמאן דער זאלי משמש צו זיין דער מסדר החופה.
2) מ'מוז נעמען רז"ל טייטלבוים אלס מסדר קידושין.
3) מ'לאזט נישט געבן קיין פיש אלס "מעין דיש" וואו גאר אסאך מענטשן ווילן געבן פלאנדער אדער טעלפאיע פיש. דאס איז א נייע תקנה נישט וועגן כשרות נאר ווייל "יעדער מוז קויפן זייערע פלייש".


עס איז גוט דער ציבור זאל וויסן וואס תקנות ביי זאליס מיינט. נישט געבן אפשענס פאר מענטשן, נאר דאס פארקערטע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 19:24 לינק ישיר 

אין די בלאט פאריגע וואך איז געשטאנען אז די פרייז ביי פרדס פיגא גייט ארויפגיין פין 8900 צי 9800 פלאס א בדחן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 18:33 לינק ישיר 

ווייסט איינער פארוואס אין ויואל משה אין עטרת אברהם מעג א מדקדק בכשרות וואס וויל נישט עסן פין די מפוקפוק'דיגע פלייש, געבן פיש
אין ביי פרדס/ברכה סימא מעג מען נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 02:36 לינק ישיר 

ארירים טובתן של רשעים שאינן שלימה,

טיפיקעל זאליס, דער קעסטנבוים טיט עפעס א שטיקעל גוטע זאך, ער אלעדיגט א זאל אז יודן זאל קענען חתונה מאכען ביליג,

מאכט ער זיכער אריין צו ווארפען א שטיקעל רשעות, מיטן ארויף צווינגען אויף די בעלי שמחה, וועם זיי זאלן נעמן  צו זינגען ביי די חופת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2010 02:11 לינק ישיר 

אזוי אויך אין די קאנטראקט וואס די זאליס געבן פאר פרדס פייגא, שטייט דארט קלאר אז מען מיז נעמען פעלדמאן פאר די חופה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2010 01:24 לינק ישיר 

כ'געדענק נאך ווען יעדער האט דא אטאקירט רבי יונה
אז ער רעדט נישט צו די זאך
עס מאכט נישט קיין סענס עס שטייט נישט אויס פין זיי צו צווינגען מ'זאל מיזען נעמען פעלדמאן פאר די חופה,
אין מ'זאל צווינגען צו ניצען דווקא פלייש אפי' איינער וואס וויל געבן ענדערש פיש (אפגערעדט פין מהודר'דיגע פלייש)

אבער דאס איז א פאקט
כ'האב ביידע באשטעטיגט

אגב, אין א זיך צו... האט פעלדמאן אויסגערופן ביי די חתונה פין קנאפלער פאריגע וואך 'דער רב שליט''א אויפן סאטמאר וומ'ס רב....... וועלכע איז דארט מכובד געוארען מיט סידור קדושין.
(באטייליגטע האבען זיך געוויצעלט, אז פעלדמאן גייט נישט מעגן ארויף קומען אויפן באלעמער שב''ק אין ראדני..)
(ביי יענע חתונה האבען זיי די לעצטע מיניט געמאלדן, אז זיי געבן נישט קיין פיש אין אז מ'וויל קען מען זיכען א אנדערע זאל....... (1 וואך פאר די חתונה גיי זיך א זאל!)


תוקן על ידי rebyankel ב- 11/01/2010 01:25:01




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 05:30 לינק ישיר 

נפל כתב:
2 איז זיכער נישט אמת, איך האב געהאט דארט א משפחה שמחה און נישט ר' זלמן לייב איז געווען מסדר קידושין

פון וועם? פון דיין וויזניצער שוואגער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 04:24 לינק ישיר 

רבי דוד עקשטיין שליט"א האט נישט געספענדט קיין מיליאן דאלער פאר אולם עקשטיין און נישט האלב דערפון נאר אסאך ווייניגער.

די קאך אין ברכה סימא האט די פעדעראלע רעגירונג באצאלט!

עס האט נישט געקאסט פאר קעסטענבוים  קיין פעני.

איך וועל דיר באלד לייגן א לינק דא ווי מען זעהט אז די רעגירונג האט עס באצאלט.

איצט איבער סידור קידושין און נעמען פעלדמאן פאר שמש, די תקנה איז א נייער תקנה, און זיי גייען עס איצט שטרענג אינפארסען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 02:38 לינק ישיר 

רבי_יונה כתב:
די מאכסט א טעות ברכה סימא האט מען נישט איבער געבויעט נאר איבער געפיקסט.

די חילוק איז איבערגעבויעט מיינט אז מען האט אלעס צו ווארפען, און איבער געמאכט פון דאפסניי.

איבער געפיקסט מיינט דאס וואס מען האט געטאן אין ברכה סימא, די דאך איז די אלטע דאך, די מאלדינגס איז די אלטע מאלדינגס, די ווענט זענען די אלטע ווענט, מען האט געפיקסט ווי עס איז געווען צובראכען, איבער געפענעט, וכו'.

טישלארס און טירן זענען נייע.


ר' יונה האסט מיר נאך אלץ נישט גענטפערט פארוואס עקשטיין האט געדארפט ספענדן א מיליאן!!!

די ווענט זענען די אלטע ס"ה איבערגעפעינט
די דאך איז די אלטע
די פירהאנגן קומט פון באזאר פאר $3 א שטיקל
די פלאר איז (געווען) די אלטע טיילס (היינט האט שוין ר' יעקב סופר מנדב געווען פארקעי)
די טירן זענען די אלטע
ס"ה געבויעט א אריינגאנג

די קאך איז א באצאלטע פרוגראם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/12/2009 00:26 לינק ישיר 

ר' יונה איי עם ריעלי דיסאפוינטעד אוף יו

דער גאנצער אשכול דא ברענגט היבש אראפ דיינע קראדענשעלס

איך האב דיר נאכנישט געענטפערט אויף דיין אנדערע אומוויסנדיגקייט איבער וואס די האסט אזוי ווילד אויסגעבראכן אינעם דערנעבנדיגן אשכול איבער די רעוואלוציע איך וויל נאך מערצעשעם לענגער אויס שמועסן די זאך דארט די צייט זאל נאר ערלויבן = אבער איין כלל נעם דיר אין קאפ אריין "לא ראיתי אינו ראי'"

לכאורה ביסטו גערעכט מיט דעם אז די זאליס מיינען דא נאר זיך זייער פארטיי און נישט תקנות מדארף אבער וויסן ווי איין און ווי אויס אז נישט טראגט מען א פנים ווי דעם ווילדן מיידלעך שטערן = כבעטער זיי נישט בייז בעצם האב איך הנאה פון דיינע נייעסלעך און ארטיקלען נאר יעצט זעט אויס ווי די האסט נאכנישט געגעסן היינט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 00:08 לינק ישיר 

ר' יונה, כך עונשו של בדאי אפילו אומר אמת אין שומעין לו. אויב דו האסט דאס מינדסטע זעלבסט רעספעקט דארפסטו וויסן נישט צו שרייבן קיין נארישע שקרים.

קעסטענבוים איז א גנב און א רשע, און כ'בין טיף איבערצייגט אז דער גאנצער זאל איז בלויז געצילט צו מחפה זיין אויף זיינע מעשי רשע. כ'וואלט גערן געקענט באשטיין ער זאל נישט איבערבויען קיין זאלן און ער זאל אפגעבן וואס ער האט צוזאמגעראבעוועט פון עולם די לעצטע 30 יאר, ועוד ידו נטויה.

דער חתונה זאל האט גענוג פראבלעמען. ווי די פלאר, דער שפילער, וכו'. ווי אויך איז עס בכלל נישט אזוי אויסטערליש ביליג, ווייט נישט דאס וואס אולם עקשטיין שטעלט פאר מיט זיך אין קרית יואל.

אבער דאס מיינט נאכנישט אז דו קענסט דא קומען פארקויפן געבראטענע שטותים און אראפשלעפן דעם ניווא פונעם גאנצן פארום. נאך יעדע אזא אשכול באגראב איך מיך פאר בושה.

פאקט 1) מ'דארף נישט נעמען מהרז"ל דארט פאר מסדר קידושין. פאקט 2) דער זאל האט געקאסט מער ווי 200 טויזנט דאלער איבערצובויען. בלויז דער נייער קאך האט געקאסט א שיינע פאר מאות אלפים.

די איבריגע 'פאקטן' ווייס איך נישט, אבער איך שטעל ווייניגסטנס דעם אשכול אויף די חזקה.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 31/12/2009 00:10:57

_________________



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 00:05 לינק ישיר 

ר' יונה טייערע
די רעדסט ווי א פשוט'ע זאלי'ס..... זעהט אויס אז די ביסט אין א פארביסענע גיסטע
רעדסט זייער ווילד מיט קללות

כ'האב נישט נאכגעטשעקט וועגן פעלדמאן, אין וועגן מסדר קדישין זאגסטו אליין אז מ'האט עס נאכנישט אינפארסירט.
אבער וועגן פלייש ביזטו גערעכט אז מ'מעג נאר געבן זייער ממליחה ואליך פלייש פיל מיט די קולות אין היתרים, אין אויב איינער בעט פיש ווייל ער וויל אז זיינע ערליכע געסט זאל קענען עסן פין די סעודת החתונה רעכנט מען אים צו תבין ותקילין פאר יעדע פארציע

סיי וויאזוי, מ'דארף נישט צו קומען צו דעם, צו ווייזען פין וואס פאר א בלאפער מ'רעדט
די מציאות איז: היינט צו טאגס מאכט 82 מער געלט פין די זאל ווי פאר'ן איבערבויען
די חשבון איז פשוט אמאל האט געקאסט דארט א חתונה ארום $5000 אין היינט קאסט $9000 אין זיי זאגען אז ס'קען זיין אז קומענדיגע יאר וועט די פרייז שטארק געהעכרט ווערן
יא! מ'גיבט א זינגער (אויסוואל פין 3/4), א שפילער (אויסוואלן פין '1' אין אויך נאר פין 9:00 ביז 11:45) א פאטא גראפירער (אויסוואל פין 2) אין פאלטשע בלומען (ווערט יעדע נאכט איבערגעניצט)
אין פארדעם נעמט מען נאך $4000..... ווען אין פאקט קאסט עס נישט פאר זיין קיין גאנצע $2000, פרעגט די א''ד וויפיל מ'צאלט זיי. (זיי האבען א דיל אז מ'מעג נאר זיי נעמען אין ציליב דעם צאלט מען זיי נאר למחצה ולשליש)
אין די גאנצע איבערבויען האט אויך גארנישט געהאט מיט 82, אדרבה זיי האבען אינטערגעשטלט פיסלעך אין אלע זייטן ווי זיי האבען נאר געקענט.

אין יעצט ווען מ'האט גענדיגט בויען די זאל האט זיך 82 געזעהן אין א מורא'דיגע פראבלעם, וואס זיי האבען פארזעהן פין פאראויס
אה''נ מ'מאכט מער פין ברכה סימא פער נעכט, אבער די אנדערע זאלען ווי ויא'מ אין בית רחל זענען שטארק געפאלען (דאס איז אויך ציליב די 2 ראוז קעסיל זאלען, וועלכע האבען די גרעסטע מעלה אז מ'קען דארט האבען מהודר'דיגע אין כשר'ע פלייש)
אין וויבלאד זייער ציל איז נאר געווען צי פארשווייגען די למה נגרע געשרייען, (ווען זייער ציל וואלט געווען ארויסצוהעלפן דעם ציבור וואלטען זיי נישט געווארט אויף די למה נגרע'ס,) האבען זיי יעצט אפגעמאכט אז דערווייל בויעט מען נישט די צווייטע זאל....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 23:51 לינק ישיר 

ר יונה די שרייבסט פאקטן אדער דע שטעלסט זיך פאר אז סהאט נאר אזויפיל געקאסט

אין אויב האט עס יא געקאסט נאר 2 הינדערט טויזענט אין נישט א מיליאן איז וואס

קעסטענבוים איז וואס ער איז באט קאם און 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 23:27 לינק ישיר 

רבי_יונה ביסט זיס ווי צוקער, ווי זאגט יענער? קודם האב איך קיינמאל נישט געגאנבעט, אפילו יא האב איך שוין לאנג באצאלט, אזא גוטער אשכול האב איך שוין לאנג נישט געזען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 23:10 לינק ישיר 

דאס ווארט קעסטענבוים מיינט אידיש אפטייטש: גנב.

אז די ווארט איז דא אריין געקומען ביי ברכה סימא, מיינט אז דא איז געווען גניבות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 23:03 לינק ישיר 

אולם עקשטיין האט לפי דיין חשבון געקאסט 700-1000  דאלאר...

סוף דבר, די זאליס האבן איבערגעפעניט ברכה סימא פאר אפאר הינדערט דאלער און אויך די קליין געלט האבן זיי אריינגעלייגט נאר אז יונה זאל קענען שרייבן אז ר' זלמן לייב מיז זיין מסדר קידושין...

איין קליינע שאלה יונה, וויפיל זאלן האבן ענק אין מאנרא? קען איינער ניצן ר' זלמן לייב פאר סידור קידושין אין ענקערע זאלן? די דארפסט נישט ענטפערן ווייל די תירוץ איז א פשוטע בל'א'

פארוואס פארגינסטו נישט פאר די זאלי'ס 'איין' זאל אין וו"ב? (חוץ פון וואס עס איז שטותים, יעדער קען דארט מסדר קידושין זיין).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תקנות ביי זאליס / זייער אמת'ע פרצוף !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext