|
|
| נשלח ב-30/12/2009 23:27 |
|
| |
רבי_יונה ביסט זיס ווי צוקער, ווי זאגט יענער? קודם האב איך קיינמאל נישט געגאנבעט, אפילו יא האב איך שוין לאנג באצאלט, אזא גוטער אשכול האב איך שוין לאנג נישט געזען
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2009 23:51 |
|
| |
ר יונה די שרייבסט פאקטן אדער דע שטעלסט זיך פאר אז סהאט נאר אזויפיל געקאסט
אין אויב האט עס יא געקאסט נאר 2 הינדערט טויזענט אין נישט א מיליאן איז וואס
קעסטענבוים איז וואס ער איז באט קאם און
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 00:05 |
|
| |
ר' יונה טייערע
די רעדסט ווי א פשוט'ע זאלי'ס..... זעהט אויס אז די ביסט אין א פארביסענע גיסטע
רעדסט זייער ווילד מיט קללות
כ'האב נישט נאכגעטשעקט וועגן פעלדמאן, אין וועגן מסדר קדישין זאגסטו אליין אז מ'האט עס נאכנישט אינפארסירט.
אבער וועגן פלייש ביזטו גערעכט אז מ'מעג נאר געבן זייער ממליחה ואליך פלייש פיל מיט די קולות אין היתרים, אין אויב איינער בעט פיש ווייל ער וויל אז זיינע ערליכע געסט זאל קענען עסן פין די סעודת החתונה רעכנט מען אים צו תבין ותקילין פאר יעדע פארציע
סיי וויאזוי, מ'דארף נישט צו קומען צו דעם, צו ווייזען פין וואס פאר א בלאפער מ'רעדט
די מציאות איז: היינט צו טאגס מאכט 82 מער געלט פין די זאל ווי פאר'ן איבערבויען
די חשבון איז פשוט אמאל האט געקאסט דארט א חתונה ארום $5000 אין היינט קאסט $9000 אין זיי זאגען אז ס'קען זיין אז קומענדיגע יאר וועט די פרייז שטארק געהעכרט ווערן
יא! מ'גיבט א זינגער (אויסוואל פין 3/4), א שפילער (אויסוואלן פין '1' אין אויך נאר פין 9:00 ביז 11:45) א פאטא גראפירער (אויסוואל פין 2) אין פאלטשע בלומען (ווערט יעדע נאכט איבערגעניצט)
אין פארדעם נעמט מען נאך $4000..... ווען אין פאקט קאסט עס נישט פאר זיין קיין גאנצע $2000, פרעגט די א''ד וויפיל מ'צאלט זיי. (זיי האבען א דיל אז מ'מעג נאר זיי נעמען אין ציליב דעם צאלט מען זיי נאר למחצה ולשליש)
אין די גאנצע איבערבויען האט אויך גארנישט געהאט מיט 82, אדרבה זיי האבען אינטערגעשטלט פיסלעך אין אלע זייטן ווי זיי האבען נאר געקענט.
אין יעצט ווען מ'האט גענדיגט בויען די זאל האט זיך 82 געזעהן אין א מורא'דיגע פראבלעם, וואס זיי האבען פארזעהן פין פאראויס
אה''נ מ'מאכט מער פין ברכה סימא פער נעכט, אבער די אנדערע זאלען ווי ויא'מ אין בית רחל זענען שטארק געפאלען (דאס איז אויך ציליב די 2 ראוז קעסיל זאלען, וועלכע האבען די גרעסטע מעלה אז מ'קען דארט האבען מהודר'דיגע אין כשר'ע פלייש)
אין וויבלאד זייער ציל איז נאר געווען צי פארשווייגען די למה נגרע געשרייען, (ווען זייער ציל וואלט געווען ארויסצוהעלפן דעם ציבור וואלטען זיי נישט געווארט אויף די למה נגרע'ס,) האבען זיי יעצט אפגעמאכט אז דערווייל בויעט מען נישט די צווייטע זאל....
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 00:08 |
|
| |
ר' יונה, כך עונשו של בדאי אפילו אומר אמת אין שומעין לו. אויב דו האסט דאס מינדסטע זעלבסט רעספעקט דארפסטו וויסן נישט צו שרייבן קיין נארישע שקרים.
קעסטענבוים איז א גנב און א רשע, און כ'בין טיף איבערצייגט אז דער גאנצער זאל איז בלויז געצילט צו מחפה זיין אויף זיינע מעשי רשע. כ'וואלט גערן געקענט באשטיין ער זאל נישט איבערבויען קיין זאלן און ער זאל אפגעבן וואס ער האט צוזאמגעראבעוועט פון עולם די לעצטע 30 יאר, ועוד ידו נטויה.
דער חתונה זאל האט גענוג פראבלעמען. ווי די פלאר, דער שפילער, וכו'. ווי אויך איז עס בכלל נישט אזוי אויסטערליש ביליג, ווייט נישט דאס וואס אולם עקשטיין שטעלט פאר מיט זיך אין קרית יואל.
אבער דאס מיינט נאכנישט אז דו קענסט דא קומען פארקויפן געבראטענע שטותים און אראפשלעפן דעם ניווא פונעם גאנצן פארום. נאך יעדע אזא אשכול באגראב איך מיך פאר בושה.
פאקט 1) מ'דארף נישט נעמען מהרז"ל דארט פאר מסדר קידושין. פאקט 2) דער זאל האט געקאסט מער ווי 200 טויזנט דאלער איבערצובויען. בלויז דער נייער קאך האט געקאסט א שיינע פאר מאות אלפים.
די איבריגע 'פאקטן' ווייס איך נישט, אבער איך שטעל ווייניגסטנס דעם אשכול אויף די חזקה.
תוקן על ידי - מבקש_האמת - 31/12/2009 00:10:57
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 00:26 |
|
| |
ר' יונה איי עם ריעלי דיסאפוינטעד אוף יו
דער גאנצער אשכול דא ברענגט היבש אראפ דיינע קראדענשעלס
איך האב דיר נאכנישט געענטפערט אויף דיין אנדערע אומוויסנדיגקייט איבער וואס די האסט אזוי ווילד אויסגעבראכן אינעם דערנעבנדיגן אשכול איבער די רעוואלוציע איך וויל נאך מערצעשעם לענגער אויס שמועסן די זאך דארט די צייט זאל נאר ערלויבן = אבער איין כלל נעם דיר אין קאפ אריין "לא ראיתי אינו ראי'"
לכאורה ביסטו גערעכט מיט דעם אז די זאליס מיינען דא נאר זיך זייער פארטיי און נישט תקנות מדארף אבער וויסן ווי איין און ווי אויס אז נישט טראגט מען א פנים ווי דעם ווילדן מיידלעך שטערן = כבעטער זיי נישט בייז בעצם האב איך הנאה פון דיינע נייעסלעך און ארטיקלען נאר יעצט זעט אויס ווי די האסט נאכנישט געגעסן היינט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 02:38 |
|
| |
| רבי_יונה כתב: |  | די מאכסט א טעות ברכה סימא האט מען נישט איבער געבויעט נאר איבער געפיקסט.
די חילוק איז איבערגעבויעט מיינט אז מען האט אלעס צו ווארפען, און איבער געמאכט פון דאפסניי.
איבער געפיקסט מיינט דאס וואס מען האט געטאן אין ברכה סימא, די דאך איז די אלטע דאך, די מאלדינגס איז די אלטע מאלדינגס, די ווענט זענען די אלטע ווענט, מען האט געפיקסט ווי עס איז געווען צובראכען, איבער געפענעט, וכו'.
טישלארס און טירן זענען נייע. |
|
ר' יונה האסט מיר נאך אלץ נישט גענטפערט פארוואס עקשטיין האט געדארפט ספענדן א מיליאן!!!
די ווענט זענען די אלטע ס"ה איבערגעפעינט
די דאך איז די אלטע
די פירהאנגן קומט פון באזאר פאר $3 א שטיקל
די פלאר איז (געווען) די אלטע טיילס (היינט האט שוין ר' יעקב סופר מנדב געווען פארקעי)
די טירן זענען די אלטע
ס"ה געבויעט א אריינגאנג
די קאך איז א באצאלטע פרוגראם
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 04:24 |
|
| |
רבי דוד עקשטיין שליט"א האט נישט געספענדט קיין מיליאן דאלער פאר אולם עקשטיין און נישט האלב דערפון נאר אסאך ווייניגער.
די קאך אין ברכה סימא האט די פעדעראלע רעגירונג באצאלט!
עס האט נישט געקאסט פאר קעסטענבוים קיין פעני.
איך וועל דיר באלד לייגן א לינק דא ווי מען זעהט אז די רעגירונג האט עס באצאלט.
איצט איבער סידור קידושין און נעמען פעלדמאן פאר שמש, די תקנה איז א נייער תקנה, און זיי גייען עס איצט שטרענג אינפארסען.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2009 05:30 |
|
| |
| נפל כתב: |  | 2 איז זיכער נישט אמת, איך האב געהאט דארט א משפחה שמחה און נישט ר' זלמן לייב איז געווען מסדר קידושין
|
|
פון וועם? פון דיין וויזניצער שוואגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 01:24 |
|
| |
כ'געדענק נאך ווען יעדער האט דא אטאקירט רבי יונה
אז ער רעדט נישט צו די זאך
עס מאכט נישט קיין סענס עס שטייט נישט אויס פין זיי צו צווינגען מ'זאל מיזען נעמען פעלדמאן פאר די חופה,
אין מ'זאל צווינגען צו ניצען דווקא פלייש אפי' איינער וואס וויל געבן ענדערש פיש (אפגערעדט פין מהודר'דיגע פלייש)
אבער דאס איז א פאקט
כ'האב ביידע באשטעטיגט
אגב, אין א זיך צו... האט פעלדמאן אויסגערופן ביי די חתונה פין קנאפלער פאריגע וואך 'דער רב שליט''א אויפן סאטמאר וומ'ס רב....... וועלכע איז דארט מכובד געוארען מיט סידור קדושין.
(באטייליגטע האבען זיך געוויצעלט, אז פעלדמאן גייט נישט מעגן ארויף קומען אויפן באלעמער שב''ק אין ראדני..)
(ביי יענע חתונה האבען זיי די לעצטע מיניט געמאלדן, אז זיי געבן נישט קיין פיש אין אז מ'וויל קען מען זיכען א אנדערע זאל....... (1 וואך פאר די חתונה גיי זיך א זאל!)
תוקן על ידי rebyankel ב- 11/01/2010 01:25:01
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 02:11 |
|
| |
אזוי אויך אין די קאנטראקט וואס די זאליס געבן פאר פרדס פייגא, שטייט דארט קלאר אז מען מיז נעמען פעלדמאן פאר די חופה.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 02:36 |
|
| |
ארירים טובתן של רשעים שאינן שלימה,
טיפיקעל זאליס, דער קעסטנבוים טיט עפעס א שטיקעל גוטע זאך, ער אלעדיגט א זאל אז יודן זאל קענען חתונה מאכען ביליג,
מאכט ער זיכער אריין צו ווארפען א שטיקעל רשעות, מיטן ארויף צווינגען אויף די בעלי שמחה, וועם זיי זאלן נעמן צו זינגען ביי די חופת!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 18:33 |
|
| |
ווייסט איינער פארוואס אין ויואל משה אין עטרת אברהם מעג א מדקדק בכשרות וואס וויל נישט עסן פין די מפוקפוק'דיגע פלייש, געבן פיש אין ביי פרדס/ברכה סימא מעג מען נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/1/2010 19:24 |
|
| |
אין די בלאט פאריגע וואך איז געשטאנען אז די פרייז ביי פרדס פיגא גייט ארויפגיין פין 8900 צי 9800 פלאס א בדחן
|
|
|
|
|