בית פורומים אידישע געדאנק

היפאקריטיזים און תקנות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2009 22:46 לינק ישיר 
היפאקריטיזים און תקנות

מיינע אויגן האבן געשווינדעלט ווען איך האב געזעהן אין די ארוינישע צייטונג מיט קידוש לבנה אותיות "א נייע תקנה" דער רבי האט געמאלדן אז ברוך השם גייט מען מאכן א פרישע תקנה[ליין= אז ברוך השם גייט מען שוין קענען שטאלצירן נעקסטע יאר ביים כ"א כסליו דינער אז עטליכע קהילות בישראל מאכן שוין נאך אונזערע תקנות  וכו' וכו' בבחינת יהללוך זר ולא פיך)

די תקנה איז אז פון היינט און ווייטער טאר מען נישט מאכן קיין ווידיאוס ביי קיין מסיבות אין קרית יואל, ער איז מאריך אז מען קען געזונטערהייט קומען מאכן דא פארטי'ס און מסיבות (כאילו איינער האט אים געפרעגט) אבער אן קיין ווידיאו'ס

איך האב נאך אזא היפאקריטישקייט נישט געזעהן די ערשטער וואס האט פורץ גדר געווען ביי אונז היימישע אידן די ענין פון ווידיאו'ס איז געווען ווען מען האט געמיזט אלס עת לעשות להרבי הפרו תורתיך צו ווייזן ווידיאו'ס ביי אלף שמת

עס איז נאך פאר דעם נישט געווען אזא זאך אז ביי היימישע חסידי'שע מסיבה זאל מען אפיציעל זיצן א שעה צייט און קוקן אויף ווידיאו'ס וואס ווערט געוויזן אויף די וואנט, אידן מיט לאנגע בערד האבן נישט מער און נישט ווייניגער זיך געזעצט פיס אויף א פיס און אראפגערוקט די גלעזער צו קוקן ווידיאו'ס (פארשטייט זיך אז מען האט נישט געהאט קיין ברירה מען האט געמיזט ראטעווען נכסי ציבור וואס פאר דעם ווערט דאך די גאנצע אידישקייט געדאמפט אין א זייט)

און יעצט קומט ער כחזיר הפושט טלפיו אז ער גייט איינפירן נישט צו ווייזן קיין ווידיאו'ס ביי מסיבות
היפאקריט! פיר נישט איין און פיר נישט אויס


תוקן על ידי נערמאלער ב- 30/12/2009 22:50:18




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 22:55 לינק ישיר 

פאר איננפירען א פירצה איז מען נישט א היפקריט נאר א שייגעץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היפאקריטיזים און תקנות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext