די ליצנות פון שטאט: מאנארא'ער מגידי שיעורים שרייבן א בריוו
נאכן ווארטן צווי מאנאטן, וואס קיין איין ערענסטער דיין אדער מורה הוראה מפורסם, אדער א רב, האט זיך נישט אנגענומען פאר דעם ארגעטינער מסור ומלשין דוד עקשטיין מיט זיין שותף יודא יושע וויינשטאק, אפגערעדט אז זייער אייגענער דיין דער בעל אגלי דבש שליט"א האט זיי נישט געוואלט שענקען א בריוו.
האבן זיי היינט ארויסגעשאסן א באמבע וואס זונט עס איז ערשטאנען א יצור פון דעת תורה מיט קול קורא'ס אויף די וועלט, איז נאכנישט ערשיינען אזא קול קורא.
אלע איינגעשטעלטע מגידי שיעורים פון די גרויסע און מעכטיגע און אלוועלטליכע מתיבתא "דהושיבו ישיבה על קברו" פון מאנארא, האבן אונטעגעשריבן א בריוו ווי זיי שרייבן אז דער דין רודף וואס דער בית דין צדק דקרית יואל שליט"א האט ארויפגעלייגט אויף די אובערדערמאנטע צווי מוסרים ומלשינים איז קעגן די הלכה און עס איז אן עלילה.
אזא פנים טראגן מוסרים ומלשינים וואס קיין ערענסטער רב האלט זיך נישט ביים אננעמען פאר זיי.
האט איר דאס ליצנות פון שטאט.
נשלח ב-10/1/2010 05:09
אויב דו האלסט טאקע אז דער לינק איז דער ענטפער, דאן לייג עס נישט דא, גיב עס פאר דוד עקשטיין ער זאל דאס מיטנעמן ארויף צום בי"ד של מעלה ווען מ'וועט אים פארהאלטן איבער די מסירה זאל ער זיין גרייט וואס צו ענפערן.
נשלח ב-8/1/2010 19:57
zibala כתב:
איינגעבן פארן ריכטער אז די בעל הבתים פארשוועכן זיין פסק (מיט תפיסה"אן תפיסה) איז מער ווי "עפעס" מסירה
אז סיזדער שווער צו פארשטיין דאס, ביטע חזר איבער די משל פון קעניג געזעגנט זיך פון שטאט, שיין ארפגעלייגט מיט גרויס התעורורת דורך דעם חמלה פעישענט הושע"ר, און לאז איבער הלכות מסירה פאר קלוגערע
"סתם נאנ-סענס, מיטאמאל ווערד צו דיסקוסירן" !!! WOW אזוי קלאר יא אר סמארט
איך בין גארנישט צימישט, זיי האבן גענומען עפעס א סיעף פון די פאפירן וואס רעכנט אויס די אקטיוויטעטן פון דעם שול, אז דער שמש פארקויפט זאכן, זיי האלטן אז עקשטיין האט עס געשריבן דוקא צו פארמאסערן דעם שמש אז ער פארקויפט אומלעגאל אלקאהאל, און אזוי לייגן אין צרות אלע שמשים.
סתם נאנ-סענס, מיטאמאל ווערד צו דיסקוסירן
סקאט - גערעכט ביזטע' צומישט קענסטו שוין אויף דעם גולגול נישט ווערן,
"עפעס א סיעף" איז ריכטיג מסירה
קאנטעמפט קלאגע - פי' ע"ט - מסירה
יא קלאר ווי די טאג - איינגעבן אז די שמש פארקויפט "עפעס אומלעגאל" איז מסירה,
איינגעבן פארן ריכטער אז די בעל הבתים פארשוועכן זיין פסק (מיט תפיסה"אן תפיסה) איז מער ווי "עפעס" מסירה
אז סיזדער שווער צו פארשטיין דאס, ביטע חזר איבער די משל פון קעניג געזעגנט זיך פון שטאט, שיין ארפגעלייגט מיט גרויס התעורורת דורך דעם חמלה פעישענט הושע"ר, און לאז איבער הלכות מסירה פאר קלוגערע
"סתם נאנ-סענס, מיטאמאל ווערד צו דיסקוסירן" !!! WOW אזוי קלאר יא אר סמארט
תוקן על ידי zibala ב- 08/01/2010 19:44:55
נשלח ב-7/1/2010 23:31
קיט"ל זאגט אז זלמן לייב וואלדמאן האט געענפערט נאך די ערשטע הזמנה אז ער גייט נישט צו דין תורה, זלמן לייב וואלדמאן זאגט אז דעס איז שקר, וועם דארף מען גלייבן? דו פארשטייסט טאקע נישט פארוואס ס'פעלט אויס 3 הזמנות מיט א כתב סירוב?............ ביזט טאקע אזא נער?..............
אינטערסאנט דו זאגסט אז בית יואל האט נישט באקומען איזמענט רייטס, איך גיי נישט ברענגן א דאקומענט ווייל ס'שאד די צייט....... אבער א פלא פאר 3 וואכן צוריק פאר א קאורט קעיס האט קיט"ל שיין אויפגעמאכט אלע סערוויסעס ווי אטאטעלע? וואס האבן זיי מורא געהאט פון דעם קאורט, בית יואל האט דאך נישט באקומען קיין איזמענט רייטס?......
תשס"ד האט מען טאקע נישט פארלוין קיין קאורטס, פארוואס מ'האט זיך אויפגעוועקט תשס"ד ווייס איך אויך נישט (קיט"ל טענה'ט אז בית יואל האט פארשטאפט זייערע טוילעטס, ס'איז אבער אינטערסאנט אז דער ריכטער ביים געבן דעם TRO האט עס נישט געוואלט אנגענומען, זעט אויס אז דע טענה מאכט עפעס נישט קיין סענס....)
דיןתורה שרייבט אז בית יואל איז נישט צוריקגעגאנגן צו א אלטע פסק נאר געעפנט א פרישע קעיס אויף די איזמענט רעכטן, דע טענה איז גוט לשיטתו, אז בית יואל האט קיינמאל נישט באקומען איזמענט רעכטן, אבער אזוי ווי זיי האבן יא באקומען איזמענט רעכטן ביים הרמת יד בתורת משה תשנ"ה דעריבער איז דער יעצטיגע תביעה מ'זאל צוריקגעבן זייערע רעכטן נישט קיין פרישע טענה, די תורה קוקט אויפן סכסוך נישט אויפן אינדעקס נומבער,
פון כל הנערים'ס ווערטער זעט אויס אז בני יואל וואלט זיכער פארלוירן? אדער מ'קען נישט נעמן טשענסעס אויף נכסי ציבור ווילאנג מ'איז נישט מחיוב, ס'איז נישט זלמן לייב וואלדמאן'ס נכסים, און ער דארף נישט טון לפנים משורת הדין אויפן חשבון פון ציבור, פון וואס זלמן לייב וואלדמאן האט אזוי מורא איז איין ווארט, פשרה, בי"ד קען מאכן פשרות און יעדע סכסוך, סיי אויב ס'גיהערט כולו פאר ראובן אדער כולו פאר שמעון, קען בי"ד מאכן א פשרה, יעצט ערקלער פארוואס זאל זלמן לייב וואלדמאן מוותר זיין אויף האלב ווען ער איז נישט מחויב.
נשלח ב-7/1/2010 00:57
[e]
לויט דיינע פשט'לעך ביז אהער האסטו זייער גוט געענפערט ס'קען נישט זיין בעסער, אבער ווי איך האב דיר שוין געזאגט, דיין שיטה קומט באגלייט מיט 15 הסברים, אנדערש שטומט עס נישט מיטן מציאות,
אין קורצן, תשנ"ה האט קיט"ל אריינגעטראגן אין קאורט דעם סכסוך אן שיקן 3 הזמנות אן א כתב סירוב פונעם בי"ד המזמין, און אן א כתב היתר בי"ד קיט''ל פין ''וומ''ס'' האט עס אריינגטראגען אין קארט נאך די אנטווארט אויף די ערשטע הזמנה פין ז''ל וואלדמאן אז ער וויל נישט קומען צום בי''ד
בור כרה ויחפרהו ויפל בשחת יפעל, קאורט האט געפסקנט אז דאס הויז גיהערט פאר בית יואל און זיי האבן אויך לעגאלע איזמענט רעכטן לפי ידעתי האט קארט קיינמאל נישט געגבן פאר בית יואל די איזמענט רעכטן, אדרבה ווער עס קען שאפען די פסק פין דעמאלטס זאל עס ברענגן
תשס"ד בראותו כי כלתה אליו הרעה נאכן פארלירן אויך דעם אפיעלס קאורט, האבן זיי אפגעשפארט די סוער וואס איז א קעגן דעם פסק פונעם שופט וואס שרייבט אז בית יואל האט איזמענט רעכטן, בית יואל האט דאן געהאט צוויי ברירות אדער גיין אין קאורט אדער שיקן א הזמנה צו די"ת, 'תשס''ד' האט קהל נישט פארלוירן קיין שום אפיעלס קארט
ווען קהל זאל ווען אפהאקן דעם סוער פאר תשנ"ה וואלט בית יואל געלייגט דערויף אן עיקול און געשיקט א הזמנה ווי דער תורה הייסט, אצינד נאכדעם וואס דער שופט האט געפסקנט איזמענט רעכטן פאר בית יואל און די הולכי ערכאות האבן דאס געבראכן איז בית יואל געגאנגן איןקאורט, און קאורט האט תיכף אנגענומען זייער טענה און באפוילן די הולכי ערכאות דאס תיכף צוריק עפענען על אפם וחמתם קארט האט אנגענומען די טענה פין בני יואל, אדער געהייסען ווארטען ביז די פסק קומט ארויס?
ביז אהער איז דער מציאות. פון דא און ווייטער מיזטו נישט מקבל זיין און קענסט מיך אפפרעגן אויב דאס איז מציאות, דאן וואס איז פין דא אין ווייטער?
שולחן ערוך געט אן אפרעטאניטי פאר א דיפענדעד אז אין דעם סכסוך ווי ער איז אריינגעשלעפט געווארן אין ערכאות שלא ברשות בי"ד, איז ער נישט מחויב אנצונעמן הזמנות פונעם פלעינטיף און איז נישט מחויב צו שיקן קיין הזמנה צום פלעינטיף, אין שו"ע ווערט עס אנגערופן 'אין נזקקין' אין די בלאט אפיס איז עס א מיאוס'ע ווארט... אבער בית יואל האט יא אנגענומען דע אפרעטאניטי, דאס איז ווען יענער איז געגאנגען אין ערכעות נגד ההלכה, ביי מהר''א איז די ווארט בכלל נישט מיעס ווייל זיי האבען געהאט א היתר בי''ד נאכ'ן שיקען הזמנות אין בני יואל איז נישט ציריקגעגאנגען אין קארט אויף א אלטע פסק נאר געפענט א פרישע קעיס אויף די איזמענט רעכטן, אן קיין שום הזמנה אין אן קום שום היתר בי''ד, פשוט געגאנגען אין קארט. אויב איז עס איין קעיס דאן קומט אויס אין נ''ה איז בני יואל אויך געווען די קלעגער...... קוק די פאפרין וועסטו זעהן (ס'דאך איין קעיס)
פארוואס בית יואל האט נישט געטון לפנים משורת הדין געשיקט א הזמנה מיט א עיקול? נישט גיין אין קארט אין מרים יד זיין בתורת משה, איז לפנים משורת הדין....... ר''ל
בית יואל איז נישט קיין נכסי יחיד, בית יואל איז נכסי ציבור און זלמן לייב וואלדמאן קען נישט מאכן קיין דעסיזשן צו ער זאל יא טון לפנים משורת הדין צו נישט ווען ער שטייט אויס צו פארלירן ביים לפנים משורת הדין אפציע, קיט"ל האלט אין איין זינגען אז זיי זענען נאך אלס גרייט צו גיין צו די"ת לפנים משורת הדין און ס'איז אמת! אוודאי זענען זיי גרייט לפנים משורת הדין ווען זיי שטייען גארנישט אויס צו פארלירן...... די ביזט מודה אז ביי די''ת וואלט בני יואל זיכער פארלוירן? רעדט קלאר.
קלאהר?
נשלח ב-6/1/2010 23:24
די תביעה פון בית יואל תשס"ד איז געווען געבויט אויפן ריכטער אוען'ס פסק, וואס קיט"ל האט געבראכן תשס"ד אז בית יואל האבן איזמענט רעכטן, יעצט ס'איז א חילוק צו בית יואל געט אריין דע קלאגע א טאג נאכן פסק אדער 11 יאר שפעטער?! אין מיינע אויגן אפילו מ'טראגט עס אריין 100 יאר שפעטער ווערט נישט די תביעה מער פרעמד צום פסק ווייל ס'איז דוירך 100 טויטע יארן, וואס האלסטו?
נשלח ב-6/1/2010 23:10
די בריוו פון התאחדות צו קהל אז זיי קענען נאר שיקן הזמנה פאר ר' ש"מ ראזנער און מ"פ איז דער דאטום כ"א לחודש אייר שנת תשנ"ה, ס'טייטש עטס זענטס געגאנגן אין קאורט 3 יאר פארן שיקן די ערשטע הזמנה?
אויב איך האב נישט קיין טעות איז דער דאקעט נומער פון יענער טויטער קעיס, די יאר 1993, דער לעצטער ענדגילטיגער אפעלאט פסק איז געווען אום 1995, דאס איז מעגליך א חשבון פון קרוב צו 3 יאר.
נשלח ב-6/1/2010 22:34
מיינסט צו זאגן אז אין 95' האט מען געעפנט א קעיס פארלוירן אפיעלד און פארלוירן, אלעס אין ווייניגער פון 12 חדשים.. כ'מיין וואס ווילסטו יעצט? ווילסט עפעס ארויסברענגן?
נשלח ב-6/1/2010 22:16
איך פארשטיי אז א קעיס קען זיך ציען א 25 יאר, אבער נאר ווען ס'אקטיוו פאר 25 יאר, ס'דא שטענדיג אפענע קלאגעס וואס ווערן ארגומעטירן אין געריכט, אבער דער קעיס האט געהאט איר ענדגילטיגן פסק אום 1995 און זייט דעמאלטס איז עס טויט, געשטארבן, צו זאגן אז נאך 10 יאר וואס א קעיס איז טויט, טייל תובעים זענען שוין נישט בעלמא הדין, זאל מען זיך דערמאנען אז כלתה אליו הרעה, איז א לצנות, תמצית הדברים, ענקער תביעה בערכאות של עכו"ם האט קיין שום לאגישער המשך צו יענער פון לאנג טויטער 1993 קעיס.
נשלח ב-6/1/2010 21:57
צו ס'אמת צו נישט וועט מען זען מארגן אינעם בלאט
נשלח ב-6/1/2010 21:50
סאיז נישט אמת דע בריוו ר' שלמה זאבעל זאט אז ער האט נישט אינטערגעשריבן אזא בריוו
אין קורצן, תשנ"ה האט קיט"ל אריינגעטראגן אין קאורט דעם סכסוך אן שיקן 3 הזמנות אן א כתב סירוב פונעם בי"ד המזמין, און אן א כתב היתר בי"ד
בור כרה ויחפרהו ויפל בשחת יפעל, קאורט האט געפסקנט אז דאס הויז גיהערט פאר בית יואל און זיי האבן אויך לעגאלע איזמענט רעכטן
תשס"ד בראותו כי כלתה אליו הרעה נאכן פארלירן אויך דעם אפיעלס קאורט, האבן זיי אפגעשפארט די סוער וואס איז א קעגן דעם פסק פונעם שופט וואס שרייבט אז בית יואל האט איזמענט רעכטן, בית יואל האט דאן געהאט צוויי ברירות אדער גיין אין קאורט אדער שיקן א הזמנה צו די"ת,
ווען קהל זאל ווען אפהאקן דעם סוער פאר תשנ"ה וואלט בית יואל געלייגט דערויף אן עיקול און געשיקט א הזמנה ווי דער תורה הייסט, אצינד נאכדעם וואס דער שופט האט געפסקנט איזמענט רעכטן פאר בית יואל און די הולכי ערכאות האבן דאס געבראכן איז בית יואל געגאנגן איןקאורט, און קאורט האט תיכף אנגענומען זייער טענה און באפוילן די הולכי ערכאות דאס תיכף צוריק עפענען על אפם וחמתם
ביז אהער איז דער מציאות. פון דא און ווייטער מיזטו נישט מקבל זיין און קענסט מיך אפפרעגן
שולחן ערוך געט אן אפרעטאניטי פאר א דיפענדעד אז אין דעם סכסוך ווי ער איז אריינגעשלעפט געווארן אין ערכאות שלא ברשות בי"ד, איז ער נישט מחויב אנצונעמן הזמנות פונעם פלעינטיף און איז נישט מחויב צו שיקן קיין הזמנה צום פלעינטיף, אין שו"ע ווערט עס אנגערופן 'אין נזקקין' אין די בלאט אפיס איז עס א מיאוס'ע ווארט... אבער בית יואל האט יא אנגענומען דע אפרעטאניטי,
פארוואס בית יואל האט נישט געטון לפנים משורת הדין געשיקט א הזמנה מיט א עיקול?
בית יואל איז נישט קיין נכסי יחיד, בית יואל איז נכסי ציבור און זלמן לייב וואלדמאן קען נישט מאכן קיין דעסיזשן צו ער זאל יא טון לפנים משורת הדין צו נישט ווען ער שטייט אויס צו פארלירן ביים לפנים משורת הדין אפציע, קיט"ל האלט אין איין זינגען אז זיי זענען נאך אלס גרייט צו גיין צו די"ת לפנים משורת הדין און ס'איז אמת! אוודאי זענען זיי גרייט לפנים משורת הדין ווען זיי שטייען גארנישט אויס צו פארלירן......