בית פורומים כל העולם כולו

יארצייט פון די ערשטע קרבן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2010 01:59 לינק ישיר 
יארצייט פון די ערשטע קרבן

אין אפאר טעג ארום (כ טבת) פאלט אויס די יארצייט פוןהרה"ח  יוסל פראמער ע"ה (אדער הי"ד).
פאר ווער עס קען נישט די היסטאריע, וועל איך אויפמישן א בלעטעל היסטאריע פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

ר' יוסל איז געווען איינע פון די גרעסטע עסקנים אין סאטמאר במשך פולע יארן (צוזאמען מיט זיין ידיד נאמן להבח"ח העסקן ארי לייב גלאנץ) ער האט געפירט גאר אסאך פראטעסטן וואס סאטמאר האט געפירט. ער האט געשוויצט פאר סאטמאר, און אריינגעלייגט דמים תרתי משמע אין סאטמאר.

זיין אפיציעלע שטעלע איז געווען א מענידשער אין 82.

עס איז געווען אין יאר תשס"א, און איינע פון די מלמדים האבן געטראפן א בלאט אין זיין אפיס. ער איז גראד אריבער געלאפן צו ליפא ט"ב, און אים אויסגעזאגט, אז ער האט געטראפן ר' יוסל מיט נישט מער און נישט ווייניגער ווי מיט "דער בלאט" ה"י.

ליפא האט צוזאם גערופן א מיטינג אין UTA כדת המ לעשות? וואס טוט מען דא? תכלית, ביי די מיטינג האט זיך באטייליגט די גאנצע סטעף פון 82, און מען האט מחליט געווען אים ארויסצוווארפן. מען האט אריבערגערופן ר' יוסל, און אים קאלטבלוטיג געמאלדן אז מען האט אים געווארפן.

ר' יוסל האט זיך אנגעהויבן צו בעטן, איך האב דריי קליינע קינדער אינדערביים (א זוהן פון 11 יאר, און צוויי טעכטער אינטער די 10), פון ווי גיי איך שפייזן מיינע קינדער? פון ווי גיי איך האבן ברויט אינדערהיים?  אבער צו די בעלי נועם המידות, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן. און מען האט אים געהייסן אראפלייגן די שליסלעך אין אהיים גיין.

ר' יוסל האט זיך געטראפן אליינס אינדערהיים, אן קיין פרנסה, אן קיין לחם לאכול. ער האט פראבירט צו עפענען א טשעיר רענטאל, אבער עס איז אים נישט געגאנגן.

ער האט נישט אויסגעהאלטן זיין צער און ווייטאג, און האט ל"ע באקומען יענע מחלה. און איז שוין פון דעם נישט אויפגעשטאנען, אלע דאקטוירים האבן געזאגט, אז עס קומט קלאר פון דעם וואס ער עסט זיך אויף זיין הארץ.

ווען ר 'יוסל איז נפטר געווארן, האט זיך רבינו שליט"א, מיט'ן דיין ר' געציל שליט"א, און דעם ראש הכולל שליט"א אין געמאכט אן אפיעל פאר די צובראכענע שטוב וואס ר' יוסף האט איבערגעלאזט. כמדומה לי, איז עס די איינציגסטע אפיעל וואס די דריי גדולים האבן געמאכט פאר א פריוואטע יחיד. רבינו שליט"א האט דאן צוגעזאגט 1000 דולר. און האט אנגעוואונטשן "ווער עס געבן פאר די צוועק, וועט אי"ה קיינמאל נשיט דארפן צוקומען צו דעם".

ר' יוסל האט געשריבן אין זיין צוואה, אז ער איז נישט מוחל די אלע וואס זענען געזיצן ביי די מיטינג, נישט בזה און נישט בבא!!

שרעקליך ווי אידן קענען דערגרייכן.


תוקן על ידי יעקב_בער1 ב- 01/01/2010 02:01:13




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 03:31 לינק ישיר 

וואס איז נייעס?!


דא האט זיך דיין טינט אויסגעניצט? 
לייג צו ''און ביים סוף פון די מיטונג האט ליפא ארויסגענימען א מעסער גרויס ווי סטיינערס קאמפלעקס און אים געהרג'עט, דאן האט ער אריינגעלייגט די מעסער אין די בלאט וואס מ'האט ביי אים געפונען, אזוי מ'זאל מיינען אז די בלאט האט זיך צובלעטעלט...........'' 

ווער עס וויל קען ציען די מעשה ווייטער.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 01/01/2010 03:54:06




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/1/2010 03:47 לינק ישיר 

זעליג מיר געדענקען אלע זייער גוט די מעשה סוועט דיר נישט העלפן לייקענען אזוי ווי די אלע האלאקאוסט לייקענער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 03:53 לינק ישיר 

לאמיר א רגע אפלאזן די ספעצישע געבעקס

זאג קלאר און הויך:
איז ארויסוארפן א מענטש (איינגעשטעלטער, בחור וכו') פאר'ן האלטן אנדערש ווי דו, א פארברעך?


תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 01/01/2010 04:07:52




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/1/2010 03:58 לינק ישיר 

נישט ווען דיין בעל הבית טוט עס.

דו פאררוקט קינד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 04:01 לינק ישיר 

איך וויל הערן ווי א ארוני זאגט עס מיט'ן פולן מויל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/1/2010 04:34 לינק ישיר 

אינז געדענק מיר זייער פיין ווען מענדל שווימער פין קרית יואל איז געלאפן איבער בעטן די אלמנה מיט טרערן
ווייל ער איז אויך געווען ביי די הבה נתכחמה.
 





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/1/2010 04:49 לינק ישיר 

ביי די מיטונג ארויס צי ווארפען ר' יוסף הי"ד, איז געווען די 4 אכזרים אברהם לעפקאוויטש, אשר אלימלך מייזעלס, יוסף מרדכי כהנא, און ליפא טייטלבוים.

ר' יוסף האט כמה פעמים געזאגט פאר זיינע נאנטע אז ער איז נישט מוחל די 4 אכזרים בזה ובבא, ער איז געווען שרעקליך צובראכען ווען מען האט אים ארויסגעווארפען, ר' יוסף האט געבלוטיגט פון צער.

איך בין נישט אין הימל, אבער: די ערשטע 2 אכזרים ווייסט יעדער זייער מצב היינט, וואס על פי דרך הטבע האט זיך קיינער נישט פארגעשטעלט אז דאס קען פאסירן מיט זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 04:51 לינק ישיר 

ער האט געגעבן  25  אלפים פאר די יתומים קאסע.
איינע פון די קינדער האט נאכאלץ נישט געוואלט מוחל זיין טענה'דיג (מיט רעכט) אז א טאטע פארקויפט מען נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער. דאן האט רבינו שליט"א אנגערופן דעם קינד. און מסביר געווען אז דיין טאטע קען מען שוין נישט צוריקברענגן. פארוואס זאל נאך איינער דארפן איבערלאזן א שטוב מיט יתומים? (יואל ק. מענדל שווימער (די מעיאר) 'ס איידעם). און ער האט מוחל געווען.

און דרך אגב, פאר די אלע וואוילע מענטשן וועלכע טענה'ן אז מ'האט געדארפט און עס איז געווען  א נעימת המידות אים צוווארפן. באצאלט אים כאטשיק פענסיע? ווי אזוי עס גייט אין יעדע נערמאלע פלאץ? איבערלאזן א שטוב מיט קליינע קינדער אויף הפקר?

און ווען ער איז קראנק געווארן, פארוואס האט מען נישט געזעהן אים ארויפצולייגן צוריק אויף די טייערע העלט אינשורענס וואס ער האט געהאט פארדעם?פון ווי זאל א ארבעטלאזער מענטש האבן צובאצאלן די טייערע קאסטן פון די דאקטוירים?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 04:52 לינק ישיר 

סארי עס זענען דארט געווען 5 אכזרים, מענדל שווימער איז אויך דארט געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 05:00 לינק ישיר 

דער רשע אין אכזר ליפא טייטלבוים האט געשירגן אז מען מיז ארויס ווארפן יאסל פראמער הי"ד
ווייל ער האט אים געטראפן ליינען א בלאט.

ליפעלע דיך האט מען געטראפן אויף וואדהעווין בלאווארט צאלן קאווערלעך פין ווי דארף מען דיך ווארפן ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/1/2010 15:06 לינק ישיר 

ליפא האט זיין פאטער ארויסגעווארפן פון שטוב און רבינו שליט"א מיטן בארא פארקער רב שליט"א האבן עם דאן מקרב געווען און א רשע צאלט צוריק פאר א טובה א רעה און דערפאר מן הסתם רודפט ער רבינו שליט"א מיט זיינע שטיצער

סאיז וויכטיג צו באטאנען אז א גרויס חלק פון רבינס שונאים האבן שוין דירעקט אדער אומדירעקט געהאט א טובה פון עם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 17:32 לינק ישיר 

די דאזיגע בליטיגע מעשה רציחה, איז געווען פון די סאמע ערשטע פרשיות, וואס האט אנגעזאגט פארן ציבור, אז א נייע תקיפה קימט אויף סאטמאר,

 

ווען די נייע  עמי הארצישע הנהגה האט געלאנדעט אויף אונזער קעפ ביום המר והנמהר ח''י סוין תשנ''ט  לפ''ק, און דער גרויסער רבי ר' זלמן האט זיך אנגעריקט פון מיטל מזרח, האט ער תיכף איבערגענימען די הנהגה מיט א שטארקע האנט, און אנגעהויבן ארויס צו ווייזען זיין נעימות המידות, וואס ער איז באשאנקען במידה דגושה, דא האט איר א טיילווייזע ליסטע וואס דער גרויסער רבי ר' זלמן דער תלמיד מבהק פונעם אומפארגעסליכען רבי'ן רבי שימעלע מדשיגאן האט געטאן צו באפעסטיגען זיין הנהגה, און די ערשטע תקיפה!

 

ער האט געווארפען:

המנוח הקדוש מו"ה יוסף ב"ר משה פראממער ה' ינקום דמו. - יבלח"ט: ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו סגן משמש בביהמ"ד הגדול. - ר' אשר אנשיל שווארץ הי"ו מנהל כללי של משרד מוסדות יטב לב בעיה"ק ירושלים תובב"א. - הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ ומנה"ר בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' צבי פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' יוסף פריעדמאן שליט"א שו"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' רזיאל יודא בערקאוויטש שליט"א שו"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - הרה"ג ר' משה אפרים הערשקאוויטש שליט"א ר"מ בישיבה קטנה דסאטמאר וויליאמסבורג. - האברך מו"ה משה חיים בערקאוויטש הי"ו מנהל גשמי בישיבה קטנה בנין עסטרייכער. - מו"ה שלמה זלמן ווייס הי"ו עסקן נמרץ לטובת די 82 מוסדות. - הרה"ח מו"ה ברוך מרדכי ליכטנשטיין שליט"א מנהל רוחני בבית חינוך לבנות בית רחל. - ר' עזריאל יודא כ"ץ הי"ו מנהל מקוה טהרה אין ווילאמסבורג. – ר' שלמה הלוי ווערצבערגער הי"ו משמש קהל יטב לב ד'סאטמאר – ר' חיים אליעזר גראס הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול - ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד הגדול - ר' חיים אלי' ליכטמאן הי"ו גבאי ביהמ"ד תהלות יואל. - ר' שמואל ראזענפעלד הי"ו גבאי ביהמ"ד תהלות יואל. - הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד התאחדות האברכים בניני זופניק. - הרה"ח ר' הלל יושע קליין הי"ו צוגענומען די חזקה פון זאגן "ה' מלך" בס"ג אין ביהמ"ד אויף קליימער סט. - הרה"ח מו"ה יודא יעקב הלוי ווערצבערגער הי"ו בעל קורא מומחה בביהמ"ד הגדול. - ר' חיים דוד גראס הי"ו גבאי בית המדרש ק"ק יטב לב ב"פ. - ר' זעליג שעהנפעלד הי"ו גבאי בית המדרש ק"ק יטב לב ב"פ. - הרה"ג ר' אורי שווארץ שליט"א מנכ"ל דמוסדות קרית יואל, (געמאכט דעם ברך משה קאלן אויפן טעלעפאון אים ארויסצואווארפן). - מבזה געווען ברבים הרה"ח ר' דוד הויער הי"ו. - מבזה געווען און געשלאגן ברבים הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער הי"ו חוה"מ סוכות תש"ס אין די סוכה פון ברך משה, פארנט פון ר' זלמן לייב פערזענליך. - מבזה געווען און באשריגן הרה"ח ר' יקותיאל צבי הלוי ווערצבערגער הי"ו, תלמיד רביה"ק זי"ע פון קראלי. - מצער געווען און מערערע מאל מבזה געווען הרה"ח ר' יוסף יהושע גראס ז"ל, דער משב"ק האט אים "אנגעשפיגן" (יא, איר הערט גוט!) און מ'האט אים בא'שייגעץ'ט פארנט פון ר' זלמן לייב'ן עטליכע מאל אין ביהמ"ד הגדול. - פארשפארט בתי מדרשים פון אברכים יקרים מפארי בני הקהלה בוויליאמסבורג, וואס האט שפעטער געפירט צו עפענען דעם ביהמ"ד ויואל משה אויף ראסס סטריט. - אויפגעזאגט הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד איחוד התלמידים פון זיין מוהל ביי ברית'ן אין ביהמ"ד הגדול. - ארויסגעשטעלט הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ בוומ"ב פון לערנען בחברותא מיט רבינו הברך משה זי"ע.

- ר' מענדל גאלדבערגער ני"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יצחק קארצאג הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יעקב חיים דייטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' זאב בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט) - ר' יעקב בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו (שב"ק בהעלותך תשנ"ט לפ"ק). - ר' זאב לאנדא הי"ו. - ר' מנחם מענדל יאנקאוויטש הי"ו. - ר' חיים ווערצבערגער הי"ו (שב"ק ויחי תשס"א). - ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' בערל ווייס הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א לפ"ק). - ר' נפתלי משה אינדיג הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' ארי' לייבוש ט"ב הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר'יעקב יאקבאוויטש הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' מנחם דוב ווידער הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א). - ר' שמעון ישראל קליין הי"ו (אסרו חג שבועות תשס"א).

 

ווי פארשטענדליך אז די ליסטע איז נאך לאנג, מיר האבן בלויז געברענגט א טיילווייזע רשימה.

 

המשך יבוא!

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 19:59 לינק ישיר 

ליפא'ס משלם רעה טובה תחת טובה, דארף מען נישט קריכן ביז'ן רבי'ן שליט"א. דאס וואס ער האט געטוהן פאר זיין שוועסטער וועלכע האט אים אריינגענומען אינדערהיים, אפילו זי האט מורא געהאט אז ער וועט קאליע מאכן אירע קינדער, מיט דעם אלעם ווען זיין גרויסן טאטע האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער האט נישט געקענט אויסהאלטן פון אים, האט אים זיין געטרייע שוועסטער אריינגענומען אינדערהיים.

עס איז געווען פאר די חתונה פון סאטמאר בני ברק'ע ראש ישיבה, הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א מיט די טאכטער פון הגה"צ רבי ישראל האגער שליט"א. האט דאן משה גבאי שרעקליך פארפירט אז רבינו בעל ברך משה זי"ע זאל נישט פארן צו די חתונה. ער האט דאס געטוהן נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז ווען חייקי (ווי מ'האט איר גערופן) האט 100 מאהל מער השפעה אויפן רבי'ן, און ער האט גאר שטארק מקנא געווען, האט איבערגעדריייט טיש און בענק כדאי די רבי זאל נישט פארן.

דא  איז ליפא אריינגעקומען אינעם בילד, אזוי ווי יעדעס מאהל וואס די אויגן פון ליפא און די אויגן פון זיין שוועסטער האבן זיך צוזאמגעטראפן, האבן ביידע זיך דערמאנט פון די זעלבע זאך. און ליפא האט איר געוואלט ווייזן אז ער איז שוין גרויס גענוג, און ער האט אויך השפעה אויף זיין טאטע. איז ליפא דאן אריין און גענומען וויינען, אז מ'טאר דאס נישט טוהן, טאטי מעג נישט גיין. און אזוי נאך און נאך. וויפיל רבינו שליט"א האט געוואלט אויפטוהן פארקערט (וואס אויף דעם, איז וואס חייקי האט אים אזוי מכיר טובה געווען), איז עס נישט געגאנגן, משה און ליפא האבן צוזאם געשטעלט א גאנצע קאמפיין, און אריינגעמישט די אלע רבי ז"ל מענטשן, וואס רבינו האט שוין געגעסן פון זיי שטיינער גענוג. ביז רבינו בעל ברך משה זי"ע האט מחליט געווען צושיקן זיין זוהן רבינו שליט"א במקומו.

ווען חייקי איז קראנק געווארן (נישט לאנג שפעטער, ווער זאגט אז נישט צוליב איר הארץ ווייטאג, אז איר געטרייע טאטע וועלכע זי האט אזוי ליב געהאט, און געטוהן אלעס פאר אים, זיינע מענטשן האבן אים אזוי מצער געווען אויף איר חשבון???? וד"ל, והיינו טעמא דר' יוסל, והיינו טעמא דחייקי????) איז זי געליגן אין שפיטאל, און רבינו בעל ברך משה איז איר געקומען מבקר חולה זיין, צוזאמען מיט ליפא (זעהט זיך אויס אז עס נישט געווען קיין געים דעטמאלס) און חייקי ע"ה האט עפעס געבעטן פון רבינו ז"ל אז ער זאל עפעס ארלעדיגן פאר א קראנקע מענטש וואס ליגט אין א דערנעבעדיגע צומער. ליפא איז גראד אויפגעשפרינגען און זיך אנגערופן מיט חנופה, זארג דיר נישט, איך וועל עס שוין ערלעדיגן!

האט זיך חייקי אנגערופן: די האסט מיר שוין גענוג ערלעדיגט!!!!!!!!!. וד"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2010 20:01 לינק ישיר 

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די פרשה
עס וועט בלייבן א בליטיגע פלעק אויף די שמיציגע אכזרישע בעלי בחירה
ר' יוסל איז געווען דער געטרייעסטער מענעזשער אין סאטמאר אין אים פלעגט מען אלס געבן די נייעסטע בנין צו מענעזשען ווייל ער האט געארבעט געטריי אין געזעהן ס'זאל בלייבן ווי עס דארף צו זיין
אין ער האט נעבעך וועגן דעם געמיינט אז מ'גייט אים נישט ווארפן....

קיין טרוקען אויג איז נישט געווען ביים הארצרייסענדע לוי' ביי סיגוט'ע ביהמ''ד
ר' יוסל איז געווען צווישען אנדערע א זעלענע לב טוב אין אסאך געהאלפן אידן

עס דערמאנט מיך ווען רז''ל האט חתונה געמאכט מיט ר' אלעזר מענדל מייזליש אין נעווי יארד, (די חתונה ווען דער ברך משה האט געוויזען א זעלטענע חביבות פאר רבינו שליט''א אין אים געוואלט איבערגעבן זיין פלאץ ביי די קבלת פנים) האבען די אכזריים דעמאלטס אראפגערופן ר' יוסל ע''ה זאל קומען געבן א עסטימעט פאר דעם זאל אין ער זאל געבן א פלאן וויאזוי מ'זאל אויסשטעלט די זאל אין מ'וועט נעמען פין אים די טשעיר רענטל
ר' יוסף איז שוין דאן געווען זייער שוואך אבער פין אזא זשאב וואלט ער געקענט מאכען שיין געלט, האט ער דעריבער זיך אנגעשטרענגט אין אראפ געקומען, אבער יעדער שטעלט זיך אליין'ס פאר אז מ'האט אים קיינמאל נישט גענומען פאר טשעיר רענטינג אבער זיין אויסשטעל האט מען געניצט...

עס איז אגב כדי צו באמערקן אז ביי יענע חתונה איז כמעט קיין סופלייער נישט געווארען באצאלט, אין זענען נאך עד היום הזה שילדיג געלט, זיי האבען דעמאלטס ציגעפיקסט יעדען סאטמערען עד כמה שידם מגעת, די גאנצע האלץ אין די ווערט פין קרוב צו 2 הינדערט טויזענט דאללער האבען זיי גענומען פין סערטיפייד אין קיינמאל נישט באצאלט..
אזש ווען איינס פין קינדער פין בעלי בתים פין סערטיפייד האט געזאגט עטליכע יאר ציריק אז מ'זאל נעמען די שכ''ל וואס ער דארף צאלען פין יענע חוב אלס שועבידא דר' נתן זענען זיי ווילד געווארען (איר געדענקט נאך די משפט שלום סקאנדאל?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > יארצייט פון די ערשטע קרבן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext