דער ר' גימפעלע קוקט אויס צו זיין א שיינע ת"ח... ווען עס פליסט פון אים פסוקים און לומדישע שטעלעס, כמעין הנובע. און גראדע, גימפל מוז איך דיר קאמפלימענטירן פאר דיין חוש צו ברייטקייט, און דיין שרקן רצון צו דערגיין דעם אמת. (נישט אז דו וועסט טוישן דיין אמונה און פארטיי = סביבה אבער עפעס ביי דיר אינעווייניג וועט דיך קוועטשן און ווען ס'וועט קומען "האלי" צייט, און דו וועסט וועלן זיך פארערנסטן ביי עפעס א אום ב'חנ'טע תנועה פוןן המאה"ג, וועט דיך דיין געוויסן נישט צורו לאזן און שרייען: ווי קען זיין דער מענטש מיינט עס ערנסט, ווען בשעת מעשה זענען ידיו דמים מלאו??? די ליסטע פון "על שאול ועל בית הדמים" (סארי פאר השגת גבול פון ציטירן פסוקים...) לאז איך פאר דיר פריוואט אין יענע געהויבענע מאמענטן, וואס דו קענסט פרענטפערן, פארענטפער, און אויף ס'איבריגע וועט דיר כאטש ווייטאן דאס הארץ וואס דו ביסט נעבעך נלכד געווארן בפח היצר און זיך געלאזט אבעררעדן עובר צו זיין אויף די 2 זאכן וואס דער מאור'ל האט גע'אסר'ט בכל תוקף. א) אינטערנעט (עיין ערך: איך בין געווען דער ערשטער צו אסר'ן דעם אינטערנעט) ב) זיך טענה'ן מיט די זאליס. והיה בזה שלום.) נ.ב. קצרתי במקום שאמרו להאריך, אבער די לחכימא ברמיזא
 |
|
|