בית פורומים אידישע געדאנק

דיאלאג מיט ווארימער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/1/2010 12:19 לינק ישיר 
דיאלאג מיט ווארימער

שלום וברכה!

אצינד האבן מיר זיך גענומען די מיה, צו פירן אן אינטערעסאנטן דיאלאג מיט דער ניק "ווארימער", וואס איז פון די נטורי קרתא. דער דאזיגער דיאלאג וועט איבערגעזעצט ווערן אין די ענגלישע שפראך און אריינגעלייגט ווערן אין די צייטונגען, ווי טויזנטע גוים וועלן דאס קענען ליינען.

דער דיאלאג וועט געפירט ווערן אויף אן אופן וואס איך וועל פרעגן שאלות און ווארימער וועט ענטפערן, אזוי אז ער וועט זיך קענען ארויסגעבן מיט זיין שיטה לויט זיין באקוועמליכקייט, ויראה הקהל למי החותמת ולמי הפסילים.

מיר בעטן פון יעדן איינעם, אז מען זאל בשום אופן נישט מגיב זיין אין דעם אשכול, נאר לאזן דא דער דיאלאג געפירט ווערן על צד היותר טוב.

ובזה החלי:

ווארימער, ביזט גרייט?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2010 16:01 לינק ישיר 

פארוואס טוהען אנדערע כמעט גארנישט?
אויסער מפעל החשוב נטרונא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 04:14 לינק ישיר 

וואס האלט איר
קומט ר' משה בער אן צו שפיץ נאגל פון בעלזא רב זי"ע תורה און עבודה און קדושה ויראת שמים

זיכער וועסטו זאגן אז יא
אז ר' משה בער איז סאך מער אויס געארבעט, וכו' ?!?

אבער ווי יעדער איינער ווייסט
און ווי ס'איז באקאנט איז אפי' די רבי ז"ל אויס געגאנגען פאר התפעלות פון בעלזא רב

אבער דעסוועגן דאך
האט די רבי נאך אלץ געהאלטן אז בעזלא רב ז"ל האט געהאט א טעות בעניני השקפה באמונה ודעות
און עס נעמט נישט אראפ קיין כי הוא זה פון די קדושה פון בעלזא רב

צו זיין קלאהר ווי אזוי אום צוגיין בהנהגה בעניני אמונה ודעות דארף מען זיין א מנהיג מיט ביידע פיס אויף די ערד וראשו מגיע לשמים
ראשו מגיע לשמים איז נישט גענוג
מונקאטשע רב האט א תשובה אז מען קען יוצא זיין הבדלה אויפן טעלעפאן
מונקאטשע רב האט פונקט נישט געוויסט ווי אזוי א טעלעפאן ארבעט
און קלענערע תלמידי חכמים קלענערע צדיקים האבן גע'פסק'נט אנדערש, און ס'איז נישט קיין סתירה

הנהגהות העולם
פירן
מאכן הצלה
דיפלאמאטישע געשפרעכן
רעדן צום גוי

דארף מען זיין א מנהיג מיט ביידע פיס אויף די ערד וראשו מגיע לשמים

אבער וראשו מגיע לשמים און נישט זיין אויף די וועלט קען מען נישט און מ'טאר נישט אריין רעדן זאגן א מיינוג בהנהגת העולם הזה

אויף אידיש רופט מען אזא איינעם א מח קטן

ער האט נישט קיין שכל צו וויסן צו בלייבן זיצן אין ביהמ"ד

הרב ר' משה בער שליט"א
איז באקאנט פון אלס קינד אויס אלץ קדוש ופרוש

דאס הערט מען סיי פון זיינע חברים און וויזניץ ישיבה
און סיי אלץ יונגערמאן
און ווער רעד נאך היינט ווער ס'האט עפעס שייכות מיט עם זעהט וואס פארא צדיק וקדוש ר' משה בער איז

אבער צו הנהגת העולם האט ער נישט קיין שייכות
און ס'איז נישט קיין סתירה

ר' משה בער האט דורך געטוען ש"ס ופוסקים מיט מדרשים בעניני ציונות, בעניני הצלה, בעניני כניעה, בעניני גלות, בעניני קבלת עול הגלות, בעניני אמונת הישמעאלים בעניני אמונה טפילות און היינטיגע אזוי געריפענע רבי'ס וכו' וגו'
אבער בעניני עוה"ז איז האט ער נישט קיין שייכות
ווער רעדט נאך בעניני הנהגת עוה"ז האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות

לכאורה אזא מענטש וואס די נטו"ק החדשה (החדשה = ווייל מיט די אלטע נטו"ק האבן זיי נישט קיין שייכות, די אלע תלמידים פון די פריעדיגע נטו"ק האבן נישט קיין שייכות מיט די באנדע)

בקיצור אזא איד וואס די נטו"ק החדשה האלטן אז ער איז די אייציגסטע און בעסטע אויסגעקאכטע איד וואס קען טוען און הנהגה
ער פארשטייט וואס מען דארף אלץ זאגן, אויסלערנען, ווייזן, טוען, וכו' וגו'

נישט סתם אויף קליינע זאכן,נאר אויף די גרעסטע וועלט זאכן, דיפלאמאטישע געשפרעכן וואס איז נוגע מדינות אויף די וועלט, האקעלע פאליטק ענינים וואס איז נוגע מדינות אויף די וועלט,
ממש זיין א חלק פון די טאן געבער אויף די "וועלט"

אזא איד וואלט זיכער שוין געהאט אויפ געשטעלט וועלטן פון אידישע שטובער, מוסדות החינוך, ישיבות, אויפגעשטעלט תלמידי חכמים, אויף געשטעלט מורה הוראה'ס פאר דעם פינסטערען דור

איך מיין נישט ממש ווי די רבי ז"ל
וואס איז אן געקומען צום וויסטן אמעריקא
און אנגעטוען בערד פאר טויזענטע אידין,
צו געדעקט די קאפ פאר טויזענטע פרויען,
אויף געשטעלט מוסדות התורה אונעם פיסטען אמעריקא וואס הונדערטע יארן כמעט יעדע איד וואס האט אראפ געטראטן א פוס אין די גאלדענע אמעריקא איז ל"ע נישט געבליבן פון עם קיין אידיש אייניקל רח"ל,
די רבי ז"ל האט איבער געלאזט מורה הוראה'ס אויףן וועלט
די רבי האט ארום גענומען יעדע זאך אויף די וועלט און איבער געלאזט קלאהרע הוראות פאר די קומען'דיגע דורות צו וויסן וואס צו טוען די פאר יאר נאך ביז משיח קומט בב"א, (*עי' הערה למטה)

אבער עכ"פ א מעין זה

די תי' איז ניין
בעניני הנהגת עוה"ז האט ער נישט קיין שייכות

בערך ווי רב קינעבסקי אין בני ברק וואס זיצט על התורה ועל העבודה מתוך יגיעה ודחק
אבער בהנהגת עוה"ז האט ער נישט קיין שייכות

און ווען די נטו"ק החדשה זאגט אז ר' משה בער זאגט זיי וואס צוטוען
און ר' משה בער אליינס שטעלט זיך אויף און זאגן דרשות וואס מען דארף טוען בהנהגת העולם
האט אזא פנים ווי די ליצנות פון די בני ברק'ע ליצים קומען יעדן טאג ארויס מיט נייע סטעיטמענטס פון ר' חיים קינעבסקי,

ר' משה בער'ס זאגן א מיינוג צו מען זאל זיך יא טרעפן מיט איראנער פרעזידענט יר"ה אין אמעריקא נאכדעם וואס יונייטעד סטעיט זאגט מיר ווילן נישט האבן קיין שייכות מיט עם
איז א ליצנות פונקט ווי ר' חיים קעינעבסקי זאל זאגן אז מען דארף בויען א נייע גאס פון רמת גן קיין בני ברק מיט 2 לעינס אדער מיט 3 לעינס

לעניני
כבודו במקומו מונח
ר' משה בער וואס האט אזוי וויפל דוירך געטוען ש"ס ופוסקים און מדרשים בעניני גלות וגאולה ואמונה ודעות
דארף טוען וואס ער איז געבויט צו טוען
ער דארף אויסלערנען שלש שבועות פאר די אידין אין שטאט
ער דארף מודיע זיין און חזר'ן יהודי לא ציוני  מיט אידין אין שטאט,
ער דארף אויף שטעלן תלמידי חכמים וואס זאל זייין קלאהר אין און אמונה ודעות זי זאלן ווייטער קענען לערנען נאך אידין,
ער דארף אויפשטעלן אידישע שטובער וואס זאלן זיך פירן ע"פ תורה וחסידות
און טאקע אויף דעם האט ער באקומען די שענסטע הסכמות אויף זיין ספר יסודות בית היהודי
וואס אני הקטן לערן אין דעם מיט די משפחה, אני הקטן האב זיך צוגעגרייט מיט דעם צו די חתונה


אבער גיין אויף די גאס
ראטעווען מענטשען, געבען סי.פי.אי. ווען ער האט נישט געטרעינט אין א קאלעדזש אויף דעם
רעדן דיפלאמאטישע געשפרעכן ווען ער האט נישט שטודירט די זאך
אריין רעדן אין די וועלט פאליטיק ווען ער האט נישט געלערנט ווי אזוי די וועלט פאליטיק גייט
היתכן!

נאר וואס דען
אז ביבי נתני' מעג מעג ער אויך
אז יעקב ליצמאן מעג מעג ער אויך
אז אחמוד טיבי מעג מעג ער אויך

און טאקע אזא פנים האט די נטו"ק החדשה
נאך א פארטיי אין די מדינה
יעצט זענען זיי אין די אפעזיציע
איין מאל ווען אראפאט וועט ווערן ראש הממשלה וועלן זיי זיין אין די קאליציע

באמת די גאנצע נושא פון די נטו"ק החדשה דארף מען דורך רעדן באריכות
דא האב איך נאר אויף א שפיצ גאפל אנגעריט גאר א קליינע פרט

תן לחכם ויחכים עוד...


-----------------------------------------------------------------------------------------------
(*שייך להנ"ל
 די רבי ז"ל האט איבער געלאזט  הוראות אנווייזונגען ווי אזוי זיך צו פירן יעצט בימות המשיח שיבוא בב"א...

שטענדיג ווייזען זיי אן אויף די פאר פאליטקאנטען, זיי כאפן זיך אן אויף א פאר מעשיות וואס אינשי דלא מעלי אונטער די נאמען סאטמאר עדה החרדית וכו' האבן געטוען און טוען,

אבער מודה זיין אז טויזענטע ערליכע אידין האבן נישט קיין שייכות מיט דעם און מיט זיי דאס וועלן זיי קיינמאל נישט,

פארוואס? ווייל נאר זיי ווייסן וואס די רבי האט געוואלט זאגן און די שטוב מענטשען האבן נישט געלאזט,
נאר זיי ווייסן וואס די רבי האט געוואלט שרייבן און ויואל משה און סענדער דייטש האט ארויס גענומען,
נאר זיי ווייסן אז די רבי האט פארדרייט ח"ו אביסל די תורה צופרידן שטעלן ר' נתן יוסף
נאר זיי ווייסן וואס די רבי'ס אמת'דיגע רצון איז געווען און די רבי האט נישט געהאט קיין ברירה האט לכבוד ליפא פר"מ נישט מחנך געווען אזעלעכע ערליכע דורות


ס'הערט זיך אן אביסל פאני וואס איך גיי זאגן אבער בדרך צחות מעגן מען אלעס
היינו טעמי דארוני והיינו טעמי דנטו"ק החדשה
ס'איז בדרך צחות  דא אויפן פלאץ באותו מקום
ווייל דאס פורום איז געשטעלט נגד קליפה הארוני'זים

אבער ס'איז קרוב לאמת
אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זעהן ביי יעדע חילול השם און נארישקייט וואס די נטו"ק החדשה טוען אדער זאגן וועט מען ביי די ארונישע חדר הערן אן הערצה
די גאנצע זאך פון ציונית איז בכלל נישט קיין ארוני'שע אישו
אבער ווען מען רעד שוין יא אמאל מיט אן ארוני וועגן די נטו"ק החדשה
פארשטייען קיינער נישט פון זיי וואס שלעכט מיט דעם מהלך...


תן לחכם וחכים ועוד

און פאר די בהמות וואס וועלן אנהייבן צו שרייען דא נאך וואס איך שרייב
קען איך נאר ענפערן
תן לטיפוש ויטפוש עוד און ביי דעם האלט איך נישט דערביי

אין מיינען אויגן די ניגון
גלות
הכנעה
הצלה
גזירת הגלות
קבלת עול הגלות
פרעגט מען איינעם פון זיי היתכן דאס איז דאך נישט אין גדר פון הכנעה וועט ער ענפערן אז דאס איז הצלה וועסטו עם פרעגן אויב הצלה פארוואס דארפסטו מאכן אויך דאס און דאס וועט צוריק דרייען הכנעה און ווייטער קבלת עול הגלות וכו' וגו'
זיי האבן גענומען א פאר לשה"ק ווערטער און מאכט משוגע א וועלט אז דאס איז תורה משה

און מיינע אויגן קוק איך דאס אן ווי
1+1= א חלה דעקל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 01:57 לינק ישיר 

להתודע ולהגלות !

דאס  פאלגענדע האב  איך באקומען פריוואט אין אימעיל פון אלעס-גוט:


השב: דיאלאג

  קורצע ווארענונג איידער איך פארלאז דאס ארט:

בקרוב וועסטו הערן פון מיר, מיר וועלן זיך גוט מטפל זיין מיט דיר, אבער זייער גוט...

האסט איין ברירה... אויפצוהערן שרייבן אויפן פארק.


כ'האב גרויס הנאה פון דעם אי-מעיל, קודם האב איך געמיינט אז איך האנדל מיט א רעפארטער, נאכדעם האט זיך מיר געדאכט אז האנדל מיט א "מבקש אמת", אבער אז איך זעה אז איך האנדל מיט איינעם וואס סטראשעט "טעראר" ווען מען רעדט פשוט'ע יודישע ווערטער, אויף דעם זאגט שלמה המלך ע"ה "אל תען כסיל כאולתו".

יעצט ערקלער איך אז דער דיאלאג איז געשלאסן.

תן לחכם ויחכם עוד:
 
ווער עס וויל וויסן דעם אמת האט גענוג געהערט, און ווער ס'וויל עסן שטרוי "מיטן בעסטן אפעטיט".


איך וועל אי"ה נישט דעבאטירן מיט דיר ווייטער דעם ענין מטוב ועד רע.

הצלחה רבה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 01:55 לינק ישיר 

איך האב שוין געמאלדן מיין רעזיגנאציע אין א באזונדערן אשכול, איך וועל נאר דעריבער ענטפערן אין קורצע ווערטער און דערנאך וועל איך דיר נישט ענטפערן מער... אפשר אויב דו וועסט מיר ענטפערן אויף מיינע שאלות וועל איך ענטפערן אויף דיינע.

נישט יעדער שמויגער וואס קען אביסל לערנען, און עפנט זיך א בית-המדרש, ווערט א "אנערקענטער" גאון איבער נאכט. א איד וואס קיינער האט אים נישט מסמיך געווען, און זיינע שיטות זענען נישט אנגענומען צווישן די רבנים הגאונים החיים עוד אתנו, קען בשום אופן נישט אנגערופן ווערן אן אנערקענטע רב.

אלזא, איך חזר נאכאמאל איבער מיין שאלה; איז פאראן אן אנערקענטער רב וואס שטייט מיט מיט די נטורי קרתא? - זאג מיר נישט ר' משה בער בעק, ווייל ער איז "נישט" קיין אנערקענטע רב - רוב כלל ישראל האט אים קיינמאל נישט אנערקענט, אפילו נאך איידער די אקטיוויטעטן פון נטורי קרתא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 01:41 לינק ישיר 

אלעס-גוט טייערער !

הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א, איז דער גרעסטער אנערקענטער גאון און פוסק און מחבר ספר, אינעם נושא פון התבדלות מציונות אין דעם דור.

אויב ס'געפעלט דיר נישט איז דאס דיין פראבעלם.

אדרבא, ווער איז לויט דיר פראמינענט אין דעם צו פסק'נן ? - און איך וואלט זייער געוואלט הערן דעם "דעת תורה" פון דיין פוסק, וויאזוי מ'דארף באהאנדלן דעם ציוניסטישן סכסוך מיט די אראבער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 01:37 לינק ישיר 

נפל טייערער,

כ'בין שטארק צופרידן אז דער מאנטעווידעאר רב זי"ע האט ביי דיר א ערך, ער האט געשריבן פאר נט"ק כמה בריוו און א משך פון 10 יאר אויף פארשידענע מיני אקטיוויטעטן, (איך וועל בלי"נ מפרסם זיין כתי"ק), און מ'איז געזיצען מיט אים שעות אריכות און דורכגערעדט די אלע יסודות וויאזוי די זאכן דארפן צוגיין.

דאס אז די רבנים זענען שוין אויפן עולם העליון איז נישט מעלה ומוריד, דער הייליגער בית יוסף בעל השו"ע איז אויך בישיבה של מעלה, ער האט אוועקגעשטעלט וויאזוי מ'צינדט חנוכה לעכט און וויאזוי מ'בלאזט שופר, און אזוי פירט זיך כלל ישראל הונדערטער יארן.

די אפשאצונג פון א "גאון" קען זיין אויף א געוויסע סוגיא, למשל ס'קען זיין א גאון אין הלכות שבת, אבער אין הלכות ניקור קען ער נישט ציילן צוויי, אזוי איז פארהאן מענטשן גאונים אין הלכות ניקור אבער הלכות שבת קען ער נישט.

הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א, אבדק"ק בית יהודי, איז דער גאון הדור אין הל' גלות והתבדלות מציונות, (עפ"י שיטתו הק' של מרן הגה"ק בעל ויוא"מ זי"ע), קיינער אין דעם דור האט נישט מברר געווען א הונדערטסטל פון וואס ער האט מברר געווען פון ש"ס ופוסקים, שו"ע ונושאי כלים.

אויב איז פארהאן אין דעם דור איינער וואס קען אין דעם מכריע זיין, איז ער דער פאסיגער פערזאן לאיוש"ט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2010 00:19 לינק ישיר 

אנטשולדיגט ווארימער;

איך האב אייך געפרעגט נעמען פון אנערקענטע רבנים, און די רבנים זענען לגמרי נישט אנערקענט

איז נאכאמאל;
האט איר נעמען פון אנערקענטע רבנים וואס לעבן נאך מיט אונז?
1) יא 2) ניין

יעצט וועט זיך אנהויבן א פרישער דיאלאג מיט קאפ-דרייענישן צו יא אדער ניין... וויל איך דעריבער ערקלערן, אז אויף מיין ערשטער שאלה האסטו נישט געענטפערט, און ביז דאס ווערט נישט געענטפערט שפיר איך נישט פאר וויכטיג צו גיין ווייטער מיטן דיאלאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 23:55 לינק ישיר 

2 קליינע טעותים האסטו

1   א הסכמה אויף א ספר איז נישט א הורמנא להוראה
2   א "גאון" קען נאך נישט ווערן א פוסק, מען דארף קענען שלחן ערוך און נישט נאר גמרא...

קיינער פון די 2 איז "קיינמאל" נישט געווארן מוסמך להוראה, דורך קיין שום רב, רבי, וכו'...
ניצן די נעמען פון קאשיוער רב און מאנטיווידער רב ז"ל איז א פשיעה, סך הכל האט מאנטיווידער רב געשריבן "איין מאל" א בריוו ווי ער שרייבט אויף א געוויסע פראטעסט וואס איר האט געמאכט צוזאמען מיט די אראבער אז ער האט נישט געזען קיין פראבלעם דערין"... אבער קומען זאגן אז ער איז געווען דער "וועג ווייזער און מייסד" און ענקער שיטה איז א חוצפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 23:44 לינק ישיר 

נפל טייערער,

הרה"צ רבי משה בער בעק שליט"א, האט געשריבען הונדערטער בלעטער בירורים אויסגעבויעט פון ש"ס ופוסקים, קיינער האט עם דערווייל נישט אפעגעפרעגט, א דיין וואס לערנט הלכות בשר וחלב קען פסק'נען אין דעם הינזיכט, און איינער וועלכער איז א בקי אין הלכות גלות, האט די פולע רעכט צו פסק'נען אין דעם נושא.

זיין ספר "יסודות של בית יהודי" האט הערליכע הסכמות פון גדולים וואס רוב זענען שוין בעלמא דקשוט.

הרה"ג רבי אהרן כהן שליט"א, איז א אויסגערופענער גאון, און האט מעמיד געווען הונדערטער תלמידים, און האט עני טיים די רעכט צו זאגן זיין מיינונג ווי סיי וועלכער מו"ץ'ל אין די התאחדות הרבים טעלעפאן ביכל.

ועל כולם האב איך שוין געשריבן, אז די יסודות זענען אוועקגעשטעלט געווארן דורך די גאוני מצוקי ארץ, מרן הגה"ק מקאשוי זצ"ל, און מרן הגה"ק ממאנטיווידעא זצ"ל, וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע סמך ידו עליהם.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 23:35 לינק ישיר 

ווארימער, טול קורא מבין עיניך, איך וויל דיר פרעגן באותו ענין בנוגע נט"ק (ווייל דאס האסטו שוין מגלה דעת געווען אז אין דעם ביסטו א מומחה). כ'וואלט זייער געוואלט וויסן די נעמען פון אן איינעזעהנעם רב, רבי, שאש ישיבה, משפיע, צדיק, אד"ג וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף די אנאליזען און מיינונגען, וועלכע ווערן געשריבן דורך משה בער בעק\אהרן כהן און זייער גרופע.

ביטע ענטפער נעמען פון "לעבעדיגע" נישט "געוועזענע"

מיטן מאכן משה בער בעק און אהרן כהן אלס א "הרב" האסטו א פנים פונקט ווי אלע צייטונגען, משה בער בעק האט קיינמאל קיין הוראה און שימוש פון א רב נישט ערהאלטן, און אהרן כהן אוודאי נישט... דאס נעמען פאלנער עסקנים און צוקלעבן דעם טיטל "הרב" באלאנגט פאר צייטונגען, עיין ערך "הרב משה דוד נידערמאן" ועיין ערך "הרב יעקב ליצמאן"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 22:40 לינק ישיר 

אלעס-גוט נ"י,

בעפאר מיר גייען ווייטער וויל איך דיר פרעגן מענין לענין באותו ענין, נישט בנוגע נט"ק (ווייל דאס האסטו שוין מגלה דעת געווען אז אין דעם נושא ביסטו אן ע"ה), אבער די ביסט דאך א עקספיריענסט רעפארטער אין א צייטונג שרייבער, אדרבא כ'וואלט זייער געוואלט וויסן די נעמען פון אן איינגעזעהנעם רב, רבי, ראש ישיבה, משפיע, צדיק, אד"ג, וועלכער איז פאראנטווארטליך אויף די אנאליזען און מיינונגען, וועלכע ווערן געשריבען אין די אידישע צייטונגען-זשורנאלן אינערהאלב דעם סכסוך פון די ציונים מיט די אראבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 22:40 לינק ישיר 

צווישן 204 און 210 זעט דער משה בער אויס ווי א צורידערטער נעבעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 22:27 לינק ישיר 

דער שריפת הדגל איז פארגעקומען אין פארנט פון סאטמאר בית המדרש "קהל ויואל משה" מאנסי יצ"ו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 22:25 לינק ישיר 
הרה"צ מהר"ם בעק שליט"א, פורים ביים "שריפת הדגל" בלבת אש קודש !

* classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" width="425" height="344" xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 22:20 לינק ישיר 
הרה"ג מהר"א כהן שליט"א דרשנט פאר סטודענטן אין לאנדאן.

Rabbi Ahron Cohen
April 19, 2009
University of London

A part of a lecture at the SOAS, University of London, on February 9, 2009, given by Rabbi Ahron Cohen, spokesman for Neturei Karta UK, Jews United Against Zionism, against the recent Zionist atrocities in Gaza.


* classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" width="425" height="344" xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דיאלאג מיט ווארימער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext