פאפיטעס שרייבט!!!
[משה גבאי טרעט אליין אפ, ווייל אונזער עולם דארף אים נישט, מיר דאנקן אים ווארעם אויף וואס ער האט אונז דערליווערט.
ער איז גענוג קליג אליין אפצוטרעטען איצט ווען אנ"ש זענען זייער ברוגז אויף אים.
בפרט פארוואס ער האט נישט געלאזט רבינו שליט"א מוחה זיין אויף די סגירת פונעם ביהמ"ד בית יואל דורך די מסירות.
אהרונים עטץ קענטס אים צוריק נעמען.
הי איז פאר סעיל.
ביז אהער שרייבט אדון פאפיטעס!!!!
איר הערט ווערטער? דאס איז די מהלך המחשבה פון די נידריגע ברואים, די בעלי נועם המידות, תלמידים פון דעם שיינעם ר' זלמן, דער בן פראדעל, האט זיך מוסר נפש געווען, צו מאכען פון דעם מן הארץ ר' זלמן, א שטיקעל זאך, ער האט אים אומפאטירט פון ישראל, ער האט אים געמאכט פאר סגן נשיא פון כולל שומר החומות, ער האט אים פראבירט ארויף צו ריקען אויף די אלטוועלטליכע יודישע מאפע, טראץ דעם וואס דער מן הארץ האט כסדר קאליע געמאכט, דורך שיסען עם הארצעס פון אלע זייטען כדרכו, און נאך זאגען פון באוויסטע דרוש ספרים תורות, דאך האט בן פראדעל ווייטער פארארבייט, ביז עס איז באשאפען געווארען מענטשען, וואס ריפען ר' זלמן ''רבי'' ל'''ע! עס איז קלאר אז אן בן פראדעל וואלט ר' זלמן נאך היינט געזיצען און סיגוט, מיט די זקינים, און זיך געפיצט די נאז, און געהערט די וונדערבארע קאסעטעס, פון זיין רבי'ן ר' שימעלע, און זיך געקאשקעט פאר געלעכטער פון יעדן ניוול פה דשאק, וואס ר' שימעלע שיסט ארויס פון זיין חזיר טריפער פיסק, אלזא, וואו איז די הכרות הטוב??? ער האט ענק באשאפען א פירער, א כח המאחד, ער האט צו זאם גענימען דאס אפאל פון כלל ישראל די בני יואל, די אנגעווייטאגטע בנש''ק'ליך, די לעפקעס, די יאקאבאוויטשליך, די זויערע, ביטערע, האס אנגעפרעסענע מענטשען, און געבילדעט א נייע באוועגונג, אלעס אז דער גרויסער רבי ר' זלמן זאל האבן מנין צו שלוש סעודות, און מען שפייט אים און פנים, אן קיין בישה! דאס איז דער דרך התורה? דאס איז נעימות המידות? דאס האט אונז רבינו הק' געלערענט? ניין! דאס איז די שיטה און מהלך פון דעם גרעסטען ''נועם המידות בדורינו'' ר' יקתיאל יהודה זשיגאני!!! ער איז געשטאנען און דער זייט 20 יארע, און זיך צוגעקיקט מיט פארגעניגען וואו רבינו שליט''א, ארבייט פאר סאטמאר, בויעט סאטמאר, הייבט דער כבוד פון סאטמאר און די וועלט, וואו רבינו שליט''א מאכט זיך שמיציק די הענט, צו קמפען וואו א לייב קעגען די אלע מרעין בישין, קעגען די אלע וואס האבן צילוב זייער שרעקליכע פארדארבענע מידות, געוואלט אונטער ברענגען סאטמאר, און נאך געהאט די חוצפה זיך צו באניצען מיטן באשעפער'ס נאמען, וואו האט נאר דער טענענבוים געבילט??? ממרים הייתם ''אם'' ה' אלקיכם,!!!!, און איז זיך געזיצען באקעוועם און סיגוט, על סיר הבשר, ניטאמאל א קרעכץ האט דער קאלטער ר' זלמן געגעבען ווען דאס בלוט פון זיין הייליגען טאטען האט זיך געגאסען אויפן גאס, און איז געווען הפקר פאר יעדען יונגאטש, און ווען ענדליך עס איז געווארען מנוחה, מען איז פטור געווארען פון די אלע מרעין בישין, אה! הנה בעל החלומות בא, ער ריקט זיך אן, ער קימט פארכאפען די מליכה, ער קלעבט זיך ארויף שטריקעס אויף די רבינו תם, און טיט זיך אן פעפיטע הויזען, און ער נעמט זיך שפילען רבי אן קיין בישה! און זיין גרויסער ברידער וואס איז א קדוש מרחם א צדיק הדור, א גאון הגאונים, וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר סאטמאר, וויל ער גאר פארשיקען אויף איסט פלעטבוש, און א בונקער, די זאליבאנעצעס, גייען און די פוס טריט פון זייער קולט פירער ר' זלמן, און ר' זלמן גייט און די פוס טריט פון זיין רבי''ן ר' שימעלע, א כאפקע לייצים, א באנדע כפו טובות, האלטען נישט ביי גארנישט, דאס פני הדור כפני הכלב, וואס די הייליגע גמרא זאגט אויף עקבתא דמשיחא איז א מילדער אויסדריק אויף די מצב היינט, ווען מען קען אזא מענטש וואו אים אנריפען ''רבי''
תוקן על ידי ראפאגאש ב- 04/01/2010 16:26:55
 |
|
|