בית פורומים כל העולם כולו

משוגעים: שבת התוועדות אין עזה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2010 20:50 לינק ישיר 
משוגעים: שבת התוועדות אין עזה

די וואך איז געפראוועט געווארן די שבת התוועדות פון די משוגעים וואס ריפען זיך נטורי קרתא, עס איז פארגעקומען אין עזה.

כידוע האט מרן רביה"ק זי"ע זיי אנגעריפען "מחריבי קרתא", און געזאגט אז זיי זענען ארגער נאך פון די ציונים, און זיי מאכן אלעס חרוב.

די שבת איז דורך זייער ווארעם... מוצאי שב"ק ווי א דינער האט זיי באטראפן אז זייער חבר ר' דוד שמחה האכהייזער פון מאנסי, די גבאי פון משה בער בעק איז נפטר געווארן.

ר' דוד שמחה איז געווען פון די וויזניץ'ער מורדים, און איז געווען אדוק ומקושר צו משה בער בעק, מען האט אים געזעהן ביי אלע פארטעסטן מיט די אראבערס, ער איז נעבעך געווען א צובראכענער איד, אפגעשליסען און אפגעריסען.

ר' דוד שמחה איז נפטר געווארן, און פארשטייט זיך אז עס איז געווען א חסד של אמת, עס איז נישט געווען ווער עס זאל זיך אום קוקען אויף אים נעבעך, זיין משפחה איז געגאנען צו די בני יואל, זיי האבן פארלאנגט $650 די קאסט פונעם גראבן א קבר ביינאכט.

אזוי ווי די זאליס זענען געוואור געווארן דערפון האבן זיי אנגעהויבען איין לייגען וועלטן אז מען זאל אים לייגן אין פאלאקס לאט מיט די מאנגאס, די זאליס האבן איבער געדרייט א וועלט, די משפחה האט מתחילה נישט געהאט קיין חשק, נאר זיי האבן געזאגט פאר די זאליס אז זיי האבן נישט קיין פעני, און טאמער מען גיט זיי אומזינסט מען בעט זיי גארנישט דעמאלס לייגן זיי אים אין פאלאקס.

די זאליס האבן זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, און צוגעזאגט אלעס אומזינסט, אויך האבן די זאליס צו געזאגט צו באצאלען די טהרה, קבורה, תכריכים וכו'.
 
די משפחה זעהענדיג אז עס איז א שעת הכושר, און ווי שטארק די זאליס פייגערן פאר א נפטר, האבן זיי אנגעהויבען צו בעטן געלט פון די זאליס, אז מען זאל זיי באצאלען פארן גוף, נאך זיך ארום אמפערן האבן די זאליס זיי געגעבען $1000 פארן גוף, חוץ פון באצאלען אלע הוצאות קבורה וכו'.

אזוי איז ר' דוד משה אנגעקומען צו פאלאקס לאט, ווי ער איז באגראבען געווארן צווישען די מאנגאס.

ליצים זאגן: איצט קען שוין מחמוד אחמדינג'אד די פרעזידענט פון איראן קומען רוהיג קיין אמעריקא נישט מורא האבן אז טאמער ער וועט שטארבן וועט ער נישט האבן ווי צו ליגן...

בילדער פונעם שבת התוועדות אין עזה












דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 05:04 לינק ישיר 

כאטשיג האט ער באקומען א פלאץ אומזינסט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 05:02 לינק ישיר 

און אויך נאך זיין שטארבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2010 04:58 לינק ישיר 

ער האט געוואוינט אין מאנסי.

נעבעך מיט געמאכט אסאך אין לעבן.

א רחמנות געווען כל ימיו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 01:27 לינק ישיר 

דוד שמחה?
א אינגערמאן פון לאנדאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2010 00:27 לינק ישיר 

פאפיטעס כתב:
א שיינע געבאקענע טראק מעשה.

הרב האכהייזער האט געלאזט צוואה אז ער וויל נישט ליגן אינעם גע'גנב'טען בית החיים, וואס איז בגניבה ובגזילה, אין ווער אנגעפירט פון מענטשן וואס האבן געמאכט דעם טמא'נעם פובליק סקול, און פון א קהלה וואס די רעביצען איז א וויזניץ'ע, און זענען זיך היינט מחבר צו אלע ציונים אגודיסטען.

רעדט נישט אויף קיין בר מינן...
(ספעציעל ווען ס'נישט אמת)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/1/2010 23:04 לינק ישיר 

א שיינע געבאקענע טראק מעשה.

הרב האכהייזער האט געלאזט צוואה אז ער וויל נישט ליגן אינעם גע'גנב'טען בית החיים, וואס איז בגניבה ובגזילה, אין ווער אנגעפירט פון מענטשן וואס האבן געמאכט דעם טמא'נעם פובליק סקול, און פון א קהלה וואס די רעביצען איז א וויזניץ'ע, און זענען זיך היינט מחבר צו אלע ציונים אגודיסטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2010 21:41 לינק ישיר 

א גוט ווארט: די וואך איז געווען 2 שבת התוועדות איינס אין עזה, און איינס אין קרית יואל.

אין עזה איז געווען א געלונגענער שבת, די משוגעים האבן באקומען די פולסטן אטענטשען, אבער מוצאי שבת זענען זיי געווען אנגעזעצט מיט די פטירה פון זייער חבר האכהייזער.

אין קרית יואל איז געווען אן אויסגעשפילטער אנגעזעצטער שבת, אבער מוצאי שבת איז געווען פריילעך, ווען די זאליס האבן דערווישט א נפטר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > משוגעים: שבת התוועדות אין עזה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext